אויסער דעם האסטו אלץ פארשטאנען?
כאילו 'הוא' יצא ממצרים - מה שנוגע לתורה ויהדות
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6260
בלאט: 1 2
הקטן
איך האב אמאל געזען א טי.ווי. שאו וואו זיי ברענגען סייענטיסט'ס וכו' וואס זאל מסביר זיין די צען מכות און קריאת ים סוף. אזוינע לעכערליכע טענות מיט באווייזען אז ס'פאסט נישט בכלל פאר איינער מיט א טיטל עס אפילו נאך צו זאגן.
למשל אז דער טייך האט זיך געשפאלטען איז עס סתם געווען דער טייד ( tide) וואס איז ארויף/אראפ.... אויף א יעדע נס האט ער געהאט גאנצע חשבונות וואו ער האט עס געמאכט פאר א נאטירליכע זאך.
די כופרים וועלכע זענען פארנומען פארענטפערן די נסים פון די תורה, און די מאמינים וועלכע זענען פארנומען צו פארענטפערן די קשיות אויף די תורה, זענען אלע פון דעם זעלבן טייג געקנאטן. זיי דראפען זיך אויף די גראדע ווענט, און מאכן דאס גענאר פון זיך אליינס מיט די אלע נארישע און לעכערליכע תירוצים.
וז"ל הרמב"ן הק': "ועתה אומר לך כלל בטעם מצות רבות. הנה מעת היות עבודת גילולים בעולם מימי אנוש החלו הדעות להשתבש באמונה מהם כופרים בעיקר ואומרים כי העולם קדמון כחשו בה' ויאמרו לא הוא..."
"וכאשר ירצה האלהים בעדה או ביחיד ויעשה עמהם מופת בשנוי מנהגו של עולם וטבעו יתברר לכל בטול הדעות האלה כלם כי המופת הנפלא מורה שיש לעולם אלוה מחדשו ויודע ומשגיח ויכול וכאשר יהיה המופת ההוא נגזר תחלה מפי נביא יתברר ממנו עוד אמתת הנבואה כי ידבר האלהים את האדם ויגלה סודו אל עבדיו הנביאים ותתקיים עם זה התורה כולה... אם כן האותות והמופתים הגדולים עדים נאמנים באמונת הבורא ובתורה כולה"
"ובעבור כי הקב"ה לא יעשה אות ומופת בכל דור לעיני כל רשע או כופר יצוה אותנו שנעשה תמיד זכרון ואות לאשר ראו עינינו ונעתיק הדבר אל בנינו ובניהם לבניהם ובניהם לדור אחרון והחמיר מאד בענין הזה כמו שחייב כרת באכילת חמץ ובעזיבת הפסח והצריך שנכתוב כל מה שנראה אלינו באותות ובמופתים על ידינו ועל בין עינינו ולכתוב אותו עוד על פתחי הבתים במזוזות ושנזכיר זה בפינו בבקר ובערב כמו שאמרו אמת ויציב דאורייתא ממה שכתוב למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך ושנעשה סכה בכל שנה וכן כל כיוצא בהן מצות רבות זכר ליציאת מצרים והכל להיות לנו בכל הדורות עדות במופתים שלא ישתכחו ולא יהיה פתחון פה לכופר להכחיש אמונת האלהים" (שמות יג,טז)
איז מבואר פון די רמב"ן, אז מ'קען נאר קומען מיט טענות צו איינער וואס איז איבערצייגט אין די שטארקקייט פון מסורה מדור דור. אבער אזא איינער וואס קען לייקענען אין די מסורות פון הונדערטע פעלקער, פשט איז אז מסורה מדור דור איז נישט קיין ראיה מוכחת, אויף אזא איינעם קען מען גאר קיין טענות נישט האבן.

מבנין לקנין...
<a class="postlink" href="https://www.indiatoday.in/education-today/gk-current-affairs/story/indian-mythology-311159-2016-03-12">https://www.indiatoday.in/education-tod ... 2016-03-12</a>
<a class="postlink" href="https://youtu.be/YwEMp4skB1Q">https://youtu.be/YwEMp4skB1Q</a>

רביה''ק זי''עדי מענטשן וועלכע זענען פארנומען פארענטפערן די נסים פון די תורה, און די מענטשן וועלכע זענען פארנומען צו פארענטפערן די קשיות אויף די תורה, זענען אלע פון דעם זעלבן טייג געקנאטן. זיי דראפען זיך אויף די גראדע ווענט, און מאכן דאס גענאר פון זיך אליינס מיט די אלע נארישע און לעכערליכע תירוצים.
וז"ל הרמב"ן הק': "ועתה אומר לך כלל בטעם מצות רבות. הנה מעת היות עבודת גילולים בעולם מימי אנוש החלו הדעות להשתבש באמונה מהם כופרים בעיקר ואומרים כי העולם קדמון כחשו בה' ויאמרו לא הוא..."
"וכאשר ירצה האלהים בעדה או ביחיד ויעשה עמהם מופת בשנוי מנהגו של עולם וטבעו יתברר לכל בטול הדעות האלה כלם כי המופת הנפלא מורה שיש לעולם אלוה מחדשו ויודע ומשגיח ויכול וכאשר יהיה המופת ההוא נגזר תחלה מפי נביא יתברר ממנו עוד אמתת הנבואה כי ידבר האלהים את האדם ויגלה סודו אל עבדיו הנביאים ותתקיים עם זה התורה כולה... אם כן האותות והמופתים הגדולים עדים נאמנים באמונת הבורא ובתורה כולה"
"ובעבור כי הקב"ה לא יעשה אות ומופת בכל דור לעיני כל רשע או כופר יצוה אותנו שנעשה תמיד זכרון ואות לאשר ראו עינינו ונעתיק הדבר אל בנינו ובניהם לבניהם ובניהם לדור אחרון והחמיר מאד בענין הזה כמו שחייב כרת באכילת חמץ ובעזיבת הפסח והצריך שנכתוב כל מה שנראה אלינו באותות ובמופתים על ידינו ועל בין עינינו ולכתוב אותו עוד על פתחי הבתים במזוזות ושנזכיר זה בפינו בבקר ובערב כמו שאמרו אמת ויציב דאורייתא ממה שכתוב למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך ושנעשה סכה בכל שנה וכן כל כיוצא בהן מצות רבות זכר ליציאת מצרים והכל להיות לנו בכל הדורות עדות במופתים שלא ישתכחו ולא יהיה פתחון פה לכופר להכחיש אמונת האלהים" (שמות יג,טז)
איז מבואר פון די רמב"ן, אז מ'קען נאר קומען מיט טענות צו איינער וואס איז איבערצייגט אין די שטארקקייט פון מסורה מדור דור. אבער אזא איינער וואס קען לייקענען אין די מסורות פון הונדערטע פעלקער, פשט איז אז מסורה מדור דור איז נישט קיין ראיה מוכחת, אויף אזא איינעם קען מען גאר קיין טענות נישט האבן.
און וואס זאגט Thomas Aquinas אויף די נסים פון די תורה וואס קומט דאס אלס צו לערנען ?
נארוואס געטראפן אין די ארכיוון א הערליכן מאמר אויף פסח פון @הוגה געשריבן בטוב טעם ודעת, איך ברענג עס ארויף לכבוד החג, ודפח"ח.
אפשר זענען זיי גערעכט, אבער איך מיין אז עס ברענגט ארויס די נקודה אסאך שטערקער און טיפער.
פליקערדי שטיקל ברויך געשריבן ווערן אן די חלק הכפירה, עס איז אינגאנצן נישט נוגע, איך וואלט געוואלט אז עס זאל ווערן רידאגירט אדער אראפ גענימען.
עס פאסט נישט
מאראנצןזאפטדי זעלבע פונקטן וואלטן געקענט ארויסגעברענגט ווערן אן דארפן נוצן אויסדרוקן וואס בארירן יסודות אין אמונה און אפילו עס קאטעגאריזירט נישט צו געמעקט ווערן דורך די באהערדע וואלט זיך נאך אלץ געפאדערט א זהירות וחכמים היזהרו בדבריכם.
אפשר זענען זיי גערעכט, אבער איך מיין אז עס ברענגט ארויס די נקודה אסאך שטערקער און טיפער.
עס איז אויך מן הראוי לציין אז דער רומענישער פילאזאף דר. מירסעיא איליאדע האט פאזיטירט אז אין רעליגיע (עכ״פ ביי די מער פרימיטיווע שבטים) איז דא די געדאנק פון אייביגע צוריקקער. והיינו אז רעליגיעזע גלויביגע זוכן אלס זיך ממש צוריקצוקערן צום צייט פון ווען די סיפורים, מעשיות, ומיתוסים וואס איז זייער מקור חצבתם, זענען (אָנגעבליך) פארגעקומען.
והיינו, ווייל דער סאציאלאג עמיל דורקהיים האט געהאט געזאגט אז די יסוד פון רעליגיע איז וואו אלס ווערט צוטיילט אין צוויי: קודש און חול. ״קודש״ זענען די זאכן און סימבאלן ארום וועלכעס די גרופע טוהן זיך פאראייניגן אין זייער וויכטיקייט און וואס העלפט אויף צאמצוהאלטן די גרופע.
דר. איליאדע האט דאס גענומען נאך ווייטער און געזאגט אז די דיכאטאמיע גייט אָן סיי לגבי מקום און סיי לגבי זמן. און נאר דאס וואס ווערט גערעכענט ווי ״קודש״ איז וואס האט פאר די (טראדיציאנאלע) גלויביגע א ממשות אין רעאליטעט ממש; נאר דאס איז וואס האט אַן אחוזה אין ״העכערס״ און דאס געבט דאס א פיקסט פונקט און צענטער [א היעראפאני] - די ״העכערס״ געבט דאס, דעם זמן אדער מקום, אן ideal מאדעל וואס שאפט דאס אלס טאקע ריאליטעט.
ווי אויך ליגט די כח פון א זאך אין איר מקור - נאר דאס ערשטע מאל האט וועליוּ, וויבאלד דאן איז דאך געווען און געשעהן די קשר צווישן די טרענסענדענט ״העכערס״ און דעם זמן וואס האט דאס געגעבן אט די ממשות ורעאליטעט. וממילא איז די זמן פונעם מקור פונעם רעליגיע, אירע סיפורים ומיתוסן, וואס די זמן איז דאך ״קודש״ און דאס ריכטיגע רעאליטעט, בעיקר און נאר אין איר זמן ווען זי איז (אָנגעבליך) פארגעקומען צום ערשטן מאל. און פאר׳ן טראדיציאנאלן [אמאליגן] רעליגיעזן מענטש האט דרס לעבן נאר ווערט אין יענע זמן קודש און צו יענץ וויל ער זיך אלס צוריקקערן.
דעריבער באטראכטן רעליגיעס דאס געדאנק פון ״זמן״ אלס סייקליק, און דאס געשאפן אזוי אין זייער psyche, וואו מ׳קערט זיך טאקע צוריק צו אט דעם זמן: ווען די זמן איז חוזר חלילה איז עס טאקע פאר אים אט דאס ערשטע מאל ממש, יעדעס מאל. זאת ועוד אז דאס געבט לדעתם (סאָבּקאַנשעסלי) א חידוש אז די קיום זאל קענען ווייטער אָנגיין - נאר די זמן קודש איז דאך דאס רעאליטעט כנ״ל און עס פעהלט אויס צוריקצוגיין דערצו כדי נאכאמאל צו האבן אַן אָנהויב און אָנהאלטן דאס קיום. (דר. איליאדע האט נישט געהאלטן אז דאס טוהט דוקא אונטערדרוקן קריעטעוויטי וחידוש אין די רעליגיעזע קולטורן. ווי אויך האט ער געזאגט אז די וועלט-אויסקוק בארואיגט דעם טראדיצאנאלן מענטש לגבי דאס אומזיכערקייט וואס קומט מיט מיט׳ן אָנקוקן די עתיד אלס ליניער און נישט סירקולער אויף צוריק.)
דאס ווערט אלס געטוהן בפועל דורך מעשים און ריטואלן אין אט יענע זמן כדי דאס צו פועל זיין אויף אים אין א סאָמעטיק סענס; דאדורך טיילט ער זיך אפ פונעם זמן חול און איז זיך מקשר מיט די זמן קודש צוריק. דאס איז אויך די געדאנק פון סתם טוהן רעליגיעזע מעשים און ריטואלן וואס דאדורך איז זיך דער מענטש מקשר מיט זמן נתינתם - די זמן מיתוסי.
דאס קען אויך האבן א שטיקל קשר צום געדאנק פון ״כאילו הוא יצא ממצרים״, וואס דאן בזמן ההיא איז דאך געווען מקור חצבתם פון כלל ישראל. וידוע די טייטש פון ״בימים ההם בזמן הזה״, ווי אויך די זרע קודש אויף ״משנה עתים ומחליף את הזמנים״. וג״כ ידוע מש״כ האוהחה״ק (בראשית ב ג) אז די וועלט האט נאר א יכולת צו שטיין משבת לשבת, און נאר מכח שמירת שבת יעדעס וואך געבט מען עס די יכולת ווייטער אָנצוגיין ע״ש.