@לעיקוואד ווי לעיקוואד איז ווייטער דוגל אין זיין אלטע מהלך פון גלאבאליזם, כל מה שיש ביבשה יש בים, יעדע פראבלעם וואס איז דא ביי אונז איז אין א געוויסע פארם דא איבעראל.
דו רעדסט פון דעם אז א ארטיסט איז נישט אנגענומען, קודם כל ביזט זיכער אין דעם? איך פארשטיי אז א ארטיסט זוכט מען נישט צו האבן אין די סביבה, מען וועט אים נישט אויפנעמען פאר א ארבעטער, אבער דאך איז דא א געוויסע רעספעקט וואס מענטשן האבן פאר אים מען פארשטייט אז ער איז יוניק, און טראץ וואס מען שטייט ווייט פון אים איז ער אבער לעגיטים, מען פארשטייט אז ער לעבט אין זיין וועלטל.
חוץ פון דעם די אלגעמיינע וועלט טאלערירט אפשר נישט קיין ארטיסטן אבער זי געט א ארט פאר ארטיסטן זיך צו אנטוויקלן, מען קען אפשר נישט זיין א ארטיסט אין א נארמאלע טאון אין טעקסאס, אבער מען קען דארט "ווערן" א ארטיסט, משא"כ ביי אונז וואס אונזערע מוחות ווערן שטרענג קאנטראלירט דורך אונזער טרויעריג בארימטע יצר טוב.
דער אבשלום איז נישט קיין ראיה אזא איינער איז ווארשיינליך א געבוירענע ארטיסט [ווי זיין אייגענע הגדרה אז מען האט אים באשאפן פון שטיקלעך איבריגע נשמות וואס האט זיך געוואלגערט ארום די כסא הכבוד] בעת וואס די מאמר רעדט פון אנטוויקלן ארטיסטן וואס דאס איז לכאורה ביי אונז נישט שייך, א געבוירענע ארטיסט וועט אפשר בליען ביי אונז דייקא צוליב די אוממעגליכע אומשטענדן, אבער איידלע נשמות וואס וואלטן געקענט ארויסברענגען זייער פנימיות דורך ארט, דארפן אנשטאט דעם זיך ראנגלען און זוכן זייער וועג אין לעבן....