☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איז שוין צו שפעט צו קויפן יעצט מצות

איז שוין צו שפעט צו קויפן יעצט מצות

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6238

גאלד » מאנטאג אפריל 7, 2014 7:57 pm

· #195123
איז שוין צו שפעט צו קויפן יעצט מצות
כאנאך נישט געקויפט קיין מצות, איך זיך סאטמארע מצות, לכתחלה ראטלעדש, אבער בראדוועי איז אויך גוט,
פשוט אלס טעיסט, די סאטמארע מצות איז מיין משפחה ציגעוואוינט, ס'מער א דיקערע, זיסערע מצה,

זאגט מען מיר יעצט אז ביידע זענען שוין אויסגעלאפן. אין מרייסט זיך ביז הענט,

וואסי דער משוגעת דערפין?

יעדעס יאר הערט מען דעם וויץ?

אין דאס איז נאר לעצטענס,

איז דאס א שפיל?

די בעקרייען זענען אין ביזנעס שוין לאנגע יארן, ווייסן זיי נישט וויפיל מ'דארף ציגרייטן?

האט איינער שוין געהערט אז מ'זאל זיך דארפן רייסן אין פיש סטאר צו אין בוטשער, צו א אנצוג, צו אלע אנדערע צרכי יו"ט, צו א אתרוג,

פונקט מצות קען מען זיך עפעס נישט אויסרעכענען,

איים סיריעס,
כ'פארשטיי נישט, ס'א ביזנעם פונקט אלע ביזנעסער, און מ'קען זיך אויסרעכענען פונקט סיי וועלכער ביזנעס

אבי גערעדט » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:07 pm

· #195126
Rutledge.
📎 IMG-20140407-WA0023.jpg

איש עברי » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:09 pm

· #195127
פאר די זעלבע סיבה וואס ביי יעדע מסיבה איז דא א גרעסערע עולם ווי געראכטן

נאך א פשט » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:36 pm

· #195131
און פאר די זעלבע סיבה פארוואס די אתרוג סוחר האט נאר געציילטע שיינע אתרוגים געבליבן

אז די דעמענד איז גרויס און מען וויל האלטן די פרייז הויעך דארף מען מאכן זיכער אז די סופליי איז נידריג

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 7, 2014 10:48 pm

· #195146
מ'דארף איינפירן אז מ'קען איבערניצען די מצה... אזוי וועט אלץ זיין גענוג.. ווי מ'זעהט ביי די כפרות...

elter-zeide » מאנטאג אפריל 7, 2014 10:51 pm

· #195147
היינט אין כולל גראסערי אין ב"פ האב איך געזען ראטלידש שברים מצות געניג אין נאך, 15.00 דאלער א פונט, שלימים האב איך נישט באמערקט ,

דריידל » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:02 pm

· #195148
די בעקערייען ווילן זיין זיכער אז זיי בלייבן נישט שטעקן מיט סחורה. אנדערש פון די פלייץ און פיש געשעפטן וואס קענען פארקויפען איבערגעבלינע סחורה נאך יו"ט, זענען מצות זייער ווייניג ווערד נאך פסח.

George » דינסטאג אפריל 8, 2014 1:01 am

· #195160
נאך א פשט
און פאר די זעלבע סיבה פארוואס די אתרוג סוחר האט נאר געציילטע שיינע אתרוגים געבליבן

אז די דעמענד איז גרויס און מען וויל האלטן די פרייז הויעך דארף מען מאכן זיכער אז די סופליי איז נידריג


לו דוקא

אנדערש ווי ביי אתרוגים איז ביי מצות דא א סעט פרייז -ביי רוב גרויסע בעקעריס- פון ארום 22 ביז 25 א פונט.

וואסי פשט פון די דזשאוק פון נישט האבן גענוג מצות יעדעס יאר? ווייס איך נישט, איך האב מיך שוין אויסגעלערנט פון פארגאנגענע יארן, איך באשטעל ביים ערשטען מודעה אזוי בין איך פארזיכערט.

ברוך שאמר » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:11 am

· #195163
איך קאמפלעין שוין לאנג אז די
אלע בעקערייען זאלן אין קענען באקן א גאנץ יאר נאך דערצי קנ"ה
ווי מען זעיט די דורות וואקסן פילפאכיג

שרייבער » דינסטאג אפריל 8, 2014 9:28 am

· #195184
גאלד
כאנאך נישט געקויפט קיין מצות, איך זיך סאטמארע מצות, לכתחלה ראטלעדש, אבער בראדוועי איז אויך גוט,
פשוט אלס טעיסט, די סאטמארע מצות איז מיין משפחה ציגעוואוינט, ס'מער א דיקערע, זיסערע מצה,

זאגט מען מיר יעצט אז ביידע זענען שוין אויסגעלאפן. אין מרייסט זיך ביז הענט,

וואסי דער משוגעת דערפין?

יעדעס יאר הערט מען דעם וויץ?

אין דאס איז נאר לעצטענס,

איז דאס א שפיל?

די בעקרייען זענען אין ביזנעס שוין לאנגע יארן, ווייסן זיי נישט וויפיל מ'דארף ציגרייטן?

האט איינער שוין געהערט אז מ'זאל זיך דארפן רייסן אין פיש סטאר צו אין בוטשער, צו א אנצוג, צו אלע אנדערע צרכי יו"ט, צו א אתרוג,

פונקט מצות קען מען זיך עפעס נישט אויסרעכענען,

איים סיריעס,
כ'פארשטיי נישט, ס'א ביזנעם פונקט אלע ביזנעסער, און מ'קען זיך אויסרעכענען פונקט סיי וועלכער ביזנעס

איך האב שוין יא געזען זיך רייסן אין בוטשער פאר א גוט שטיקל פלייש, יעדע זאך וואס איז תלוי בידי אדם איז לימיטעד, פיש כאפט מען יעדן טאג און מ'דארף נישט שחט'ן אלעס איז כשר, און אלע אנדערע זאכן נישט עסן קען מען אנגרייאטן פון פריער, משא"כ מצות וואס יעדער וויל פון נאך פורים

שרייבער » דינסטאג אפריל 8, 2014 9:29 am

· #195185
George
נאך א פשט
איך האב מיך שוין אויסגעלערנט פון פארגאנגענע יארן, איך באשטעל ביים ערשטען מודעה אזוי בין איך פארזיכערט.

ברסלבער » דינסטאג אפריל 8, 2014 9:48 am

· #195187
היינטיגע צעטל. איך ווייס נישט וועלכע סאטמאר דאס איז.
📎 m.JPG

מ גפני » דינסטאג אפריל 8, 2014 9:53 am

· #195188
ברסלבער
היינטיגע צעטל. איך ווייס נישט וועלכע סאטמאר דאס איז.

זאלונים ק"י

שרייבער » דינסטאג אפריל 8, 2014 9:57 am

· #195191
דאס איז זאלונים, זעסט נישט די אדרעס?

ברסלבער » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:02 am

· #195192
זייערע מצות האבן די זעלבע טעם ווי די בראדוועי מצות?

מ גפני » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:05 am

· #195193
ברסלבער
זייערע מצות האבן די זעלבע טעם ווי די בראדוועי מצות?

זיי נוצן די זעלבע מעהל אבער נישט די זעלבע עקספיריענס (לטוב ולרעה = הן אין קוואליטי הן אין ווי אזוי דו ווערסט באהאנדלט)

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:14 am

· #195196
איך האב אמאל געקויפט דארט מצות, געווען צופרידן סיי מיטן טעם (זייער ענליך צו בראדוועי) און סיי מיט די רואיגע פריינטליכע סערוויס.

בין איך דער איינציגסטער וואס וויל געבן גאלד א קלאפ אין רוקן פארן נישט זיין מצומצם און זיך ערלויבן צו קויפן בראדוועי מצות?
אוי דא איז נישט צימעס, אבער "בראווא"!

מ גפני » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:17 am

· #195197
שמעקעדיג
איך האב אמאל געקויפט דארט מצות, געווען צופרידן סיי מיטן טעם (זייער ענליך צו בראדוועי) און סיי מיט די רואיגע פריינטליכע סערוויס.

בין איך דער איינציגסטער וואס וויל געבן גאלד א קלאפ אין רוקן פארן נישט זיין מצומצם און זיך ערלויבן צו קויפן בראדוועי מצות?
אוי דא איז נישט צימעס, אבער "בראווא"!

איך בין אויך געווען צופרידן סיי מיטן טעם און סיי מיט די רואיגע פריינטליכע סערוויס. אבער נישט מיט די פרישקייט פון די מצות

שמעקעדיג
"בראווא"!

👍

איך אויך » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:29 am

· #195198
וואס האט פרעזידענט אייק מיט מצות איינגעלייגט?

שרייבער » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:06 am

· #195211
מ גפני
שמעקעדיג
איך האב אמאל געקויפט דארט מצות, געווען צופרידן סיי מיטן טעם (זייער ענליך צו בראדוועי) און סיי מיט די רואיגע פריינטליכע סערוויס.

בין איך דער איינציגסטער וואס וויל געבן גאלד א קלאפ אין רוקן פארן נישט זיין מצומצם און זיך ערלויבן צו קויפן בראדוועי מצות?
אוי דא איז נישט צימעס, אבער "בראווא"!

איך בין אויך געווען צופרידן סיי מיטן טעם און סיי מיט די רואיגע פריינטליכע סערוויס. אבער נישט מיט די פרישקייט פון די מצות
שמעקעדיג
"בראווא"!

👍

אויב קלויבט ער די ווייץ קלאפ איך אים אויך אין רוקן

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:16 pm

· #195233
שרייבער
שמעקעדיג
איך האב אמאל געקויפט דארט מצות, געווען צופרידן סיי מיטן טעם (זייער ענליך צו בראדוועי) און סיי מיט די רואיגע פריינטליכע סערוויס.

בין איך דער איינציגסטער וואס וויל געבן גאלד א קלאפ אין רוקן פארן נישט זיין מצומצם און זיך ערלויבן צו קויפן בראדוועי מצות?
אוי דא איז נישט צימעס, אבער "בראווא"!


אויב קלויבט ער די ווייץ קלאפ איך אים אויך אין רוקן

און אז מען קלויבט נישט, איז ער צוריקגעשטאנען מיט עטליכע יאר ווי שרייבער און נאך האבען געטאהן.

נאדיר א קלאפ אין ריקען @גאלד, ספעציעל פאר איינער וואס געבט געווענליך א hoot

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:56 pm

· #195250
ב"ה זיך איינגעהאנדלט פיינע סאטמארע מצות יעצט לכ' יו"ט, אביסעלע בראדוועי, אביסעל מער ראדלעדש, אביסעל שלמים, אסאך שברים, איך בין ב"ה העכסט ציפירידן! מה אשיב לה'!

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:30 pm

· #195273
just for the record

איך האלט קלאר אז ראטלעדש איז א העכערע סטענדערד מצות אין כשרות, ואין לי כח, געדולד ונערוון להאריך,

נאר וואס דען, ליידער בין איך נישט מקפיד אגאנץ יאר צו טרינקן OK סנעפלס, וכדומה, שפיר איך אז איך האב נישט די רעכט צו בויקאטן בראדוועי מצות,
איך האלט בשיטה אז אזא איינער וואס קעןן טרינקען א גאנץ יאר קאקע קאלע, אדער מיט א גלייכגיליטיקייט אריינשפאצירן און סיי וועלכער רעסטוראנט און די איינציגע דאגה איז צו די סטעיק איז וועל דאן,
אזא איינער should just shut up, און שיין נעמען סיי וועלכע מצות איז עוועלעבל

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:44 pm

· #195275
אבער אויסער די רעדע פון כשרות איז דאך א פראבלעם מיט מצה גזולה, ניין?
אוי איך פארפאר צו צימעס.... סארי.

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:51 pm

· #195279
גאלד
just for the record

איך האלט קלאר אז ראטלעדש איז א העכערע סטענדערד מצות אין כשרות, ואין לי כח, געדולד ונערוון להאריך,

נאר וואס דען, ליידער בין איך נישט מקפיד אגאנץ יאר צו טרינקן OK סנעפלס, וכדומה, שפיר איך אז איך האב נישט די רעכט צו בויקאטן בראדוועי מצות,
איך האלט בשיטה אז אזא איינער וואס קעןן טרינקען א גאנץ יאר קאקע קאלע, אדער מיט א גלייכגיליטיקייט אריינשפאצירן און סיי וועלכער רעסטוראנט און די איינציגע דאגה איז צו די סטעיק איז וועל דאן,
אזא איינער should just shut up, און שיין נעמען סיי וועלכע מצות איז עוועלעבל

ממש אזוי שוואך האלטסטו ברויך מען האלטען צו ווערן אין א לעוועל פון ברויכען אנקומען קיין בראדוועי?
@גאלד אפילו אז קומענדע יאר וועסטו יא האבען א מער אפגעהיטען יאר מיט חומרות אויף כשרות המאכלים, ברויכסטו נישט אנקומען צום עקסטרים פון מקפיד זיין אויף ראדלעדזש דוקא.
פאר אזא בר דעת כמוך פאסט נישט אזעלכע הגדרות
א חוץ מיר וועלן אנעמען ביסט פון די אכשר דרא'ניקעס.

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:57 pm

· #195281
שמעקעדיג
אבער אויסער די רעדע פון כשרות איז דאך א פראבלעם מיט מצה גזולה, ניין?
אוי איך פארפאר צו צימעס.... סארי.

אויך איז דא א פראבלעם מיט ליינען די נ"י פאסט מיט די דעילי ניוס,
אויך איז דא א פראבלעם מיט דאווענען ביחידות,
ליידער פאל איך זייער אסאך דורך אין די ענינים,
ממילא שפיר איך נישט אז איך מיין עס לשם שמים צו זיך שטעלן אויף מצה גזולה און מצומחות,
טראץ וואס איך האלט אז זיי זענען 100% לעגיטימע פראבלעמען און א זהיר מעג זיך אוואדי שטעלן אויף די ענינים,

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:04 pm

· #195283
א זהיר מעג זיך אויך שטעלן צו באקען און עסן בלויז חבורה מצות, אבער די וואס פארלאזען זיך אויף די ליבאוויטשע משיחיסטען וואס קומען דא באקען די קהל'ישע מצות, נו ? ווער מיר נאך נישט אזוי עקסטרים ביזען קצה האחרון, אז א מצה וואס גאנץ כלל ישראל האט געגעסן עד היום זאל פלוצים ווערן אויס כשר פאר מדקדקים נישט צו טרינקען קאקא קאלע/דאווענען במנין/היטען וועלכע פלייש די רעסטוראנט געט אים/דעילי ניוז/נ''י פאוסט/איז נישט מכוון לש''ש, ועוד.
מאך עס נישט ערנסטער ווי די האלטסט עס.

גראדע בין איך פון די זהירים צו עסן נאר מצות פון חבורות, און איך בין היבש נאכגעלאזט אין אנדערע ענינים, אבער פסח ווערט יעדער אביסעל מער ווי געווענטליך, סאו קענסט רואיג זיך אביסעל העכער שאצען ווי דיין לעוועל איבער'ן יאר.

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:08 pm

· #195285
עפל סיידער

ממש אזוי שוואך האלטסטו ברויך מען האלטען צו ווערן אין א לעוועל פון ברויכען אנקומען קיין בראדוועי?
@גאלד אפילו אז קומענדע יאר וועסטו יא האבען א מער אפגעהיטען יאר מיט חומרות אויף כשרות המאכלים, ברויכסטו נישט אנקומען צום עקסטרים פון מקפיד זיין אויף ראדלעדזש דוקא.
פאר אזא בר דעת כמוך פאסט נישט אזעלכע הגדרות


פארוואס דען נישט? כל המרבה בחומרות הרי זה משובח, איבערהויפט פסח, וואס קען דען שאטן צו מקפיד זיין אויף נאך א חומרא?

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:12 pm

· #195286
עס שטערט מיר נישט דיינע חומרות ביסט וועלקאום צו מיין חבורה היינט נאכט צו ווערן נאך א גרעסערע מחמיר, עס געפעלט מיר נאר דיינע הגדרות פאר וועמען עס באלאנגען די מצות אויף וואס די געסט א hoot

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:17 pm

· #195288
האסטעמער געהערט אזאנס!!

איך שריי דאך במאה קולות אז איך בין נישט מקפיד צו עסן בראדוועי!

דאס גאנצע וואס איך האלט איז אז אריזאנע איז מער מהודר,

טאר איך שוין דאס אויך נישט האלטן?

פליז! קריך אראפ פון מיר,

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:20 pm

· #195289
וואויל פאר דיר אז די האלטסט וואס די האלטסט, שפירסט מער נישט דער קלאפ אין ריקען וואס איך האב די נאר וואס געגעבן? נאדיר נאכאיינס ווען די ברויכסט נאך וועל איך געבן נאך.

***********


אין אנדערע נייעס געט מען איבער אז אין פאפא איז שוין מער נישטא קיין מצות נאכדעם וואס די רבי האט היי יאר מקפיד געווען נישט צו גיין קיין אריזאנע נאר קיין ארעגאן, וואס האט געצויגען א גרעסערע צאל קאנסומער, נהרא נהרא ופשטי' ובלבד שיכוון לבו לשמים.

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 4:22 pm

· #195302
עפל סיידער
אין אנדערע נייעס געט מען איבער אז אין פאפא איז שוין מער נישטא קיין מצות נאכדעם וואס די רבי האט היי יאר מקפיד געווען נישט צו גיין קיין אריזאנע נאר קיין ארעגאן, וואס האט געצויגען א גרעסערע צאל קאנסומער, נהרא נהרא ופשטי' ובלבד שיכוון לבו לשמים.



📎 pupa.jpg

יעצט זיי מוחל זאג א אנדערע סברה פארוואס פאפא "האט געצויגען א גרעסערע צאל קאנסומער"

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 4:30 pm

· #195309
ווי שטייט דא פאר וואס די קאנסומער זענען היי יאר געשטיגען? עס שטייט דא נישט אז ער נעמט יא פון אריזאנע, איך האב נישט אלע פאפא צעטליך אבער אין שול פון פאפא האט געהאנגען אז די רבי שליט''א הייסט יעדן מקפיד זיין אויף די מצות פון פאפא וואס קומען פון ארעגאן
אדרבה קלינג אהן אין בעקעריי און איבערצייג דיר אז מען האט היי יאר נישט געוואלט נעמען די אריזאנע צוליב די קאנסומער פארלאנג.

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 4:36 pm

· #195310
אהא, כאמעך נישט געכאפט, ביסט גערעכט, מאכסט זייער אסאך סענס,

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 9, 2014 3:48 pm

· #195501
מ'גייט פארקויפן ביי שומר שבת ראטלידזש מצות פאר 15 א פונט

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 9, 2014 4:09 pm

· #195506
אינטערסאנט אז אין בעקערי האבן זיי שוין נישט קיין מצות, אבער ביי שומרי שבת יא