☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עד דעי: כולל געלט איז אינקאם

עד דעי: כולל געלט איז אינקאם

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6237

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:41 pm

· #195049
עד דעי: כולל געלט איז אינקאם
עד דעי, די נייע ראקלענד קאנטי עקזעקעטיוו האט געמאכט א שטורעם אין די לעצטע טעג מיט א היציגע פעיסבוק פאסט:

Just so all in this County are crystal clear. The County Department of Social Services is challenging this absurd decision by an administrative judge at my specific direction. This is off the books "income" at best and this abuse keeps 381 families with an estimated 700 children seeking child care deserving families, mostly in communities of color, from receiving needed aid.This is a multi-million dollar scam as many of the families — including the three that challenged losing child care subsidy — also receive Medicaid, Food Stamps and heating allowances. Some families have unbelievably been receiving child care for 20 to 30 years, effectively shutting out other families from the aid. I will leave no stone unturned until this misappropriation of your tax dollars is stopped


דאס איז נאכדעם וואס א שופט פון א אדמינעסטראטע קארט האט צוריקגעשטעלט דעי קעיר וואטשערס פאר 3 כולל יונגעלייט.

אין די נייעס:
<a class="postlink" href="http://www.lohud.com/story/news/local/rockland/2014/04/02/child-care-subsidies-rockland-county-social-services-kollels-religious-jewish-schools/7235613/">http://www.lohud.com/story/news/local/r ... s/7235613/</a>

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/160941/2014/04/07/new-york-rockland-county-executive-takes-to-facebook-says-kolel-money-is-off-the-books-income-and-a-scam/">http://www.vosizneias.com/160941/2014/0 ... nd-a-scam/</a>

אן אריינגיין צו די כולל'ישע לעבן איז ריכטיג, איז אבער א שאד אז די ענין פון כולל אינקאם זאל ווערן אזוי צושמירט. אבער צייטן האבן זיך געטוישט, און אלעס ווערט היינט באקאנט, נאכדערצו אז ס'איז געווען א קאורט קעיס אנקעגן די קאונטי וואס זיי האבן פארלוירן, ממילא זענען זיי יעצט צוווילדעוועט.

גראדע געדענק איך אז ס'איז דא עפעס א IRS exemption פאר religious students.

אבי גערעדט » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:49 pm

· #195050
רבותי ס'איז בזיונות עצומות!

דריידל » מאנטאג אפריל 7, 2014 2:06 pm

· #195070
אויף ענגליש ווערט כולל געלט גערופען stipend. א שנעלע סירטש האט ארויפגעברענגט אז ס'איז טאקע טעקסעבל.

יואליש » מאנטאג אפריל 7, 2014 3:02 pm

· #195083
כ'גיי נישט אריין אין די גאנצע לכתחילה'דיגע גאווערענמענט שותפות וואס מיר האבן, און פיל מאל אויפן חשבון פון אנדערע וואס ברויכן עס וויכטיגער (ווער געדענקט די שאנדפולע "ביהמ"ד האומלעס סעקשאן 8" לופהאל, א ריכטיגע אביון מגוזלו), אבער די ראקלענד קאונטי'ס ווערטער, ספעציפיש דערמאנען אז די בא'גזל'טע זענען "מענטשן אוו קאלער" איז א געמיינע פארזוך צו אנרייצן די שווארצע ראסע קעגן די ווייסע חסידים. דאס ברויך פארדאמט ווערן. לאז די קאלאר און רעליגיע אינדרויסן און לאז די געזעץ באשלוסן. (פארשטייט זיך אז ער טיט דאס פריעמטיוו זיך צו באשיצן קעגן די אנטיסעמיטיזים קארטל. און טיילווייז שולדיג זענען טאקע די וועלכע ניצן די קארטל צו בארעכטיגן צווייפעלהאפטיגע אקטיוויטעטן.)

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 7, 2014 5:03 pm

· #195099
יואליש
כ'גיי נישט אריין אין די גאנצע לכתחילה'דיגע גאווערענמענט שותפות וואס מיר האבן, און פיל מאל אויפן חשבון פון אנדערע וואס ברויכן עס וויכטיגער (ווער געדענקט די שאנדפולע "ביהמ"ד האומלעס סעקשאן 8" לופהאל, א ריכטיגע אביון מגוזלו), אבער די ראקלענד קאונטי'ס ווערטער, ספעציפיש דערמאנען אז די בא'גזל'טע זענען "מענטשן אוו קאלער" איז א געמיינע פארזוך צו אנרייצן די שווארצע ראסע קעגן די ווייסע חסידים. דאס ברויך פארדאמט ווערן. לאז די קאלאר און רעליגיע אינדרויסן און לאז די געזעץ באשלוסן. (פארשטייט זיך אז ער טיט דאס פריעמטיוו זיך צו באשיצן קעגן די אנטיסעמיטיזים קארטל. און טיילווייז שולדיג זענען טאקע די וועלכע ניצן די קארטל צו בארעכטיגן צווייפעלהאפטיגע אקטיוויטעטן.)

יואליש: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך וויל נאר צו לייגן א נופח משלי. בשעת די עלעקשאנס זענען ארומגעגאנגען פארשידענע שמועות אז עד דעי איז אן אנטיסעמיט און שונא ישראל. ווייל ער האט זיך געלאזט הערן אז ער גייט מאכן א סוף צו געזעצלאזיגקייט און הפקר וועלט. ספעציעל ביי דירות און הייזער, וואו דער היימישער עולם מאכט א ביסל דריידלעך. ס'איז אבער ארומגעגאנגען קעיגן שמועות אז דאס איז נישט מער ווי וואל-פראפאגאנדע מצד געשליפענע פאליטישנ'ס און זייערע נאכשלעפער, וועלכע ווילן אנמאכן א פאניק און אזוי ארום געווינען די עלעקשאנס. אבער יעצט איז סופו מוכיח על תחילתו. ווייל אפילו אויב ער וויל לכאורה פאררעכטן אן עוולה וואס געוויסע אידן באגייען, וואלט ער זיך געדארפט באגרעניצן צו סטעיטמענטס וועלכע זענען דירעקט נוגע די כולל צאלונגען. אבער וויבאלד ער מישט אריין דעם פאקט אז דאס גייט אויפ'ן חשבון פון די "קאלירטע" באפעלקערונג, וועלכע ווערט בא'עוול'ט דורך די אידן (לשיטתו) ווייזט ער ארויס אז ר'איז נישט מער ווי א ביליגער דעמאגאג און אנטיסעמיט. דערפאר ווינטשן מיר איהם פון טיפן הארצן אז ער זאל בקרוב האבן א מפלה. און ס'זאל מקויים ווערן ביי איהם דער פסוק "באבוד רשעים רינה". אויך דעם קומענדיגן יו"ט פסח וועלן מיר אי"ה זאגן מיט מער כונה דעם "והיא שעמדה לאבותינו ולנו וכו'" 🙄 😕 😈 😈 😠 😳 😢 😞 😮 '

איך אויך » מאנטאג אפריל 7, 2014 7:48 pm

· #195120
למעשה באופן כללי איז ער דען נישט גערעכט? פארוואס זאל די (ארימע) געהאלט פונעם כולל נישט גערעכנט ווערן פאר אינקאם?

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:07 pm

· #195125
אויב א כולל (אזוי פלעגט מען אמאל טוען אין לעיקוואד) צאלט די געלט דירעקלי פאר האזינג, ווערט עס נישט גערעכנט אין די tax gross amount. אבער ס'האט פארשידענע תנאים. די כוללים זאלן זיך כאפן דערויף, און אלעס מסדר זיין באופן כשר ווי באשריבן אויף די IRS וועבסייט. זעה לינק פאר פולע טעקסט.

Parsonage Allowance

A licensed, commissioned or ordained minister may be able to exclude from income the fair rental value of a home (a parsonage) or a housing allowance provided as compensation for ministerial services performed as an employee. A minister who is furnished a parsonage may exclude from income the fair rental value of the parsonage, including utilities. However, the amount excluded cannot be more than reasonable compensation for the minister's services.

<a class="postlink" href="http://www.irs.gov/taxtopics/tc417.html">http://www.irs.gov/taxtopics/tc417.html</a>

דריידל » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:44 pm

· #195133
כולל געלט איז נישט קיין פארסאנעדש. בני כולל זענען סטודענטן וואס לערנען און מ'באקומט אפילו קאלעדש פראגראמען פאר זיי. פארסאנעדש קען מען געבן פאר איינגעשטעלטע ווי רבנים און מגידי שיעור.
כ'האב פריער געשריבן אז כולל געלט ווערט געריפען stipend בלע"ז, און ווי ס'זעט אויס איז דאס טעקסעבעל

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:54 pm

· #195137
ביסט גערעכט, אבער מיין נקודה איז געווען אז מ'קען לעגאל אויסארבייטן, אז כולל יונגעלייט ארבייטן פאר'ן כולל.

דריידל » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:12 pm

· #195152
זייער שווער צו דזשאסטעפייען אזא זאך. דא זאגסטי אז זיי זענען סטודענטן און דא זאגסטי אז זיי זענען איינגעשטעלטע. ס'קען ארבעטן פאר יחידים אבער נישט פאר'ן גאנצן כולל.

גנדי » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:17 pm

· #195236
אפשר קען אונז מר. דריידל געבן עפעס א דריידעל עצה פאר אונזערע דריידעלעך...

שעפטל » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:50 pm

· #195294
ביי בעני פאלאטשעק פון מאנסי:

Honorable County Executive Mr. Ed Day.

To Honorable County Executive Mr. Ed Day.

First, I would like to thank you for all the hard work you have put in to make our county a better place to some of our county residences.

I have a few questions that I would like to get your response on,

[list] As I can see you deeply care about the taxpayers money in all of Rockland and I truly admire that, but just wondering why that passion does not carry over to the taxpayers in the East Ramapo School District?[/list:u]
[list] Do you believe in the judiciary system in the United States, If you do how come you have called the aid in question A multi million dollar scam after a judge ruled on this issue, and I quote
[/list:u]
So how is a ruling from a judge "A multi million dollar scam" ?

[list]As one of the largest community's in Rockland we love to meet our politicians and political representatives from time to time, we usually get that opportunity at bigger events that our community often hosts, where our esteemed elected officials pay short visits to discuss issues that matter to us, I'm just curious when we will get the chance to meet you, I was sure at first that you are way too busy getting settled in your new position, but I see that you made time to visit many events all over the county, It's unclear to me why the Hasidic community does not get the chance to meet you?
[/list:u]

Last but not least I have bumped into some comments on your Facebook page that is deeply concerning to me and to my community, I would like to know if you care to respond to those?

"Throughout Mein Kampf, Hitler refers to Jews as parasites, liars, dirty, crafty, sly, wily, clever, without any true culture, a sponger, a middleman, a maggot, eternal blood suckers, repulsive, unscrupulous, monsters, foreign, menace, bloodthirsty, avaricious, the destroyer of Aryan humanity, and the mortal enemy of Aryan humanity"
I'm sure that you disagree with the use of the word "Parasites" to describe Jews, it would however be refreshing to see you stand up against those who use hatred against Jews verbal or in writing.
Thanks in advance.
📎 unnamed (2).jpg
"Administrative Law Judge Joel Dulberg ordered Rockland Social Services to restart the child care payments. Dulberg ruled the students were paid student employees and did not require that their wages be subject to FICA taxes"
📎 unnamed.jpg
📎 unnamed (1).jpg
📎 unnamed (3).jpg
There is a lot more of basically the same, I would like to remind you the last time the word Parasites were used to describe Jews.

"Throughout Mein Kampf, Hitler refers to Jews as parasites, liars, dirty, crafty, sly, wily, clever, without any true culture, a sponger, a middleman, a maggot, eternal blood suckers, repulsive, unscrupulous, monsters, foreign, menace, bloodthirsty, avaricious, the destroyer of Aryan humanity, and the mortal enemy of Aryan humanity..."

I Truly Hope that you will speak out against those who use terms that were used by Hitler to inflame the masses against the Jews in Germany, And I'm sure that you dont want to take part although I'm sure unknowingly in spreading anti-antisemitism.

Thanks in advance.

שעפטל » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:57 pm

· #195298
נאך איינס פון אים - חלק א'

[b]Is my post really the only one Mr. Day takes issue with?
In a Facebook exchange where I politely pleaded with Mr. Day in a very respectful manner to condemn and speak out against the beyond disgusting anti-semitic attacks on Jews posted on his own Facebook page in response to his post about appealing the ruling of a judge against the county's position. (Something that I may disagree, but that I did not take issue with at all).

The only issue that I did take with Mr. Days post was his suggestion that Jews somehow take away $$$ from and I quote "colored people", something that is sure to invite racial tension between the Jewish and African american communities.

Furthermore, as a Jew whos grandmother was gassed by the Natzis in ww2 I do take issue with posts like those, Posts that were posted on Mr. Day's page in support of his position
[/b]
📎 blogger-image-1751482128.jpg
📎 blogger-image--2142448749.jpg
📎 blogger-image-171344473.jpg

Shockingly to me all Mr. Day took issue with was my post which never ever suggested that those Hatful posts reflects Mr. Days own opinion, to the contrary if you look at yesterday's post I very clearly point out that I do not believe that they do.
📎 blogger-image--853308736.jpg
My yestrdays post clearly pointing out that I do not think that Mr. Day shares the views of those posting the hatful attacks.

שעפטל » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:59 pm

· #195299
חלק ב'

All he had to say about the Anti-Semitic posts was that he "does not control the minds of people. In addition Mr. Day referenced a post that I made during the election something for which I wrote on this very blog that it was not intended to say what it said and that I'm sorry.
📎 blogger-image--483473445.jpg
My post after the election.

Here is Mr. Days response to the Shocking anti Semitic attacks,
📎 blogger-image--1699610764.jpg

Dear Ed, it's amazing that of all the hateful comments Fara Abramson: "they are parasites and they need to be stopped; Lisa Cornell: Organized crime. They give the Mafia a bad name; Laura Mulligan: The Hasidic society is the most corrupt in the U.S. They study how to put their next scam into play; Rudy Vulcan (via Twitter: The Jew needs to be smashed...Ed Day and Preserve Ramapo will cleanse Ramapo and Rockland from the filth and when we take over Rockland you we will run like the rats you are.) you chose to highlight mine alone, which weren't hateful at all. If you are still bitten by comments from the election, get over it, and as many a smart politician said "now that the election is over, it's time to treat everyone equally". There will be other elections and you will be judged by every comment and every action. Will you ever again stand on the same stage as Rudy Vulcan? A Jew-hater like him and his ilk have no place in our society.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 8, 2014 5:10 pm

· #195321
א פחד!!

שעפטל » דינסטאג אפריל 8, 2014 5:13 pm

· #195322
Day's Facebook post stirs anger among Orthodox community

Rockland County Executive Ed Day's criticism of child-care subsidies for religious students set off an angry reaction among Orthodox Jews, including accusations of anti-Semitism against some Day supporters.

Day stated on his personal Facebook page that he told the Social Services Department to challenge an "absurd decision by an administrative judge" that allows students to get the subsidies while studying at a learning center in the Ramapo village of Kaser.

"This is off the books income at best and this abuse keeps 381 families with an estimated 700 children" — mostly in communities of color — from getting child care, Day's post read. "This is a multimillion dollar scam as many of the families — including the three that challenged losing child care subsidy — also receive Medicaid, Food Stamps and heating allowances."

Day's April 6 comments followed a Journal News article about a judge's ruling that students paid to answer questions and do research while studying religious texts are eligible for child care payments. Day said he told the Department of Social Services, which knocked 118 families off the child care rolls, to appeal that decision, as another 22 families are eligible for payments.

The Facebook entry drew responses from posters who thanked the county executive for being a watchdog and calling the child-care issue a scam, the Hasidic community corrupt and raising concerns about the costs of social services to the taxpayer. Some of them called religious Jews an "infestation" and "parasites."

The Orthodox Jewish Public Affairs Council responded by accusing Day of pitting non-white residents against the religious Jewish community. The council was founded by Yossi Gestetner, a spokesman for the religious community.

"While it is fully within the rights of the County to appeal a judicial ruling, it's unbecoming for the County's top office holder to place a Facebook post that lobs accusations against members of a minority community; a post which suggests that Orthodox Jews are the reason why people in 'communities of color' do not have access to Government assistance," the council's statement read.

"The negative consequences of this writing is vividly seen in the troubling comments posted at the bottom of the Facebook post," the statement said. "An elected official of this stature should use his position to bring communities together instead of behaving in ways which drives them further apart."

The controversy was reminiscent of Day's election campaign in which the political influence of Ramapo's ultra-Orthodox Jewish voting bloc became an issue. Many Day supporters asserted that the religious community gets more than its share of social services and political favoritism.

Day and some of his supporters raised concerns that the bloc vote would go to Democrat David Fried and Day was being wrongly branded as anti-Semitic. Religious leaders countered that the rhetoric against the community had crossed the line.

During his campaign Day promised to clean up welfare fraud and advocate against large-scale projects like the proposed nearly 500-home Patrick Farm development by Hasidic builders in Ramapo and a poultry processing plant in New Square.

Day's spokesman Scott Salotto said Tuesday that the county executive declined to comment on the Facebook comment.

Benny Polatseck, a Spring Valley business owner and a Hasidic Jew, was critical of Day for allowing the hateful posts.

"It's alarming to me and to my community that open anti-Semites find shelter in Mr. Day's Facebook post, and not only to they not get deleted by Day, but he refuses to outright condemn it," Polatseck told The Journal News.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 8, 2014 7:59 pm

· #195364
שמעקעדיג
א פחד!!

ניין, שמעקעדיג: איך פרעיג נישט דיך. נאר איך פרעיג א כלליות'דיגע שאלה. וואס איז די סיבה פאר דעים שטארקן אויסברוך פון אנטיסעמיטיזם,יעצט. און אין די קרית יואל געיגנט. און אין די בלומינגבורג געיגנט. און אין נאך 100'טער אנדערע פלעצער און זמנים? ס'קען דאך נישט זיין ציונות און התגרות באומות. די זעלבע רהעטארישע שאלה קענמען פרעיגן ביי די פירערס פון מדינת ישראל (אז דו ווילסט, זאג להבדיל.). קיין פולל פעידזש עדס אין ניו יארק טיימס וועט דא נישט העלפן. אלא מאי מוז זיין אן אנדערע סיבה. לפענ"ד, האט דאס צו טאן מיט דעם פסוק אין חומש. "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב". און וואס שנעלער אינז אידן (פון אלע שיכטן קרייזן, אריינגערעכנט די ציונים) וועללן דאס איינזעהן וועט זיין בעסער. מיר זאלן נישט לעיבן אין קיין אילוזיעס אז פאר די סיבה אדער די אנדערע איז שולט דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל. און אויב מיר וועלן טון כך וכך, אדער נישט טון א געוויסע פעולה וועט זיך דאס אנטיסעמיטיזם אויפהערן. ביים קישיניוו'ער פאגראם אין יאר 1911,למספ'. א שטאט אין וועלכע מער ווי די העלפט איינוואוינערס זענען געווען אידן זענען אויך געווען געוויסע מענטשן וועלכע האבן פרובירט צו לערנען פשט פארוואס דער פאגראם און די ברוטאלע רציחות זענען פארגעקומען... 😕 😈 😠 😛 😳 😈 😈 😈 😢 😞 😮

גאלד » דינסטאג אפריל 8, 2014 8:49 pm

· #195368
איך ווייס ס'עט זיין אשטיקל אויפוואכונג פאר געוויסע אבער איך וועל עס פארט זאגן,

דורכאויס די שטורמישע קורות הדורות פון דאס אידיש פאלק אין גלות, זענען אלס געווען צייטן פון רעלאטיוו מנוחה, און צייטן פון צרות,
יעצט לעבן מיר אין צייטן פון מנוחה ב"ה,

אבער ווי אזוי איך זעה די אנטוויקלונג פון דער יודנטום אמעריקע און איך בין עס מדמה צו היסטאריע ווען אידן האבן זיך איינגעגלידערט מיט נאיעוויטעט מיט די גויאישע שכנים, ווי למשל איידער די אינקוועזיציע אין שפאניע, און די געשולטע אידן אין דייטשלאנד איידער די האלאקאסט,
זעה איך פאר א גרויסער חורבן פאר אידן דא אין אמעריקע, לכאורה נאך נישט אין די נעקסטע 50 יאר, און קען זייער מעגליך זיין אז נישט בימינו,
אבער מ'זאל וויסן אז יעדעס מאל איז דער לעצטער חורבן איבערגעשטיגן די פריערדיגע,
אידן דא אין אמעריקע ציזייען זיך מער אין מער, מ'שפירט זיך מעשה בעה"ב, דער גוי האלט עס נישט אויס,
איך בין שוין איבערצייגט געווארן מערערע מאל אז לכה"פ האלב אונזערע גוישע שכנים, אויב זאל ווען נישט זיין קיין קאנצעקווענצן וואלטן זיי אין איין רגע אונז אלע אריינגעשטיפט אין בהמה וואגענען אין אונז אלע אפגעשיקט צו פארגאזונג רח"ל,
מ'זאל זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז דשארדש וואשינגטאןס קאנסטיטוציע וועט אונז אפשוינען,
איך ציטער און וויין וואס עס ווארט אפ אונזער פאלק אויב דער גואל זאל חלילה נישט קומען וואס שנעלער,

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:04 pm

· #195382
ר' גאלד א יעדעס ווארט וואס דו האסט דא געזאגט (אדער געשריבן) איז ווערד גאלד. איך בין מסכים מיט א יעדן ווארט . איך טוה לעצטנס אביסל אין פארשן דעם האלאקאוסט און אלעס ארום דעים. וויאזוי ס'האטציך אנגעהויבן וכו'. למשל, די אידן אין דייטשלאנד (א גרויסער טייל פון וועלכע זענען געווען גענצליך אסימילירט און אריינגעדרייט אין די גוי'אישע סאסייעטי) זענען אין די'20'ער יארן למספ'. געשטאנען אין שפיץ פון זייער הצלחה, סיי פינאנציעל, אין ביזנעס און אין אנדערע הויכע פאזיציעס. זיי האבן אין זייער ווילדסטן חלום נישט געטראכט אז ס'וועט קומען א צייט ווען זיי וועלן פאלן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא. דער חורבן איז נעבעך געקומען אויף זיי זייער שנעל. אין אנהויב האבן זיי נאך געהאט א האפענונג אז די געזעצן און די קאנסטיטוציע אין דייטשלאנד וועט זיי באשיצן. אבער ממש בין יום ללילה האבן זיי זיך געטראפן אין אן אומדערטרעגליכן מצב וואו א איד איז נישט געווען פארזיכערט מיט זיין לעיבן. אפילו אין זיין אייגענע שטוב. דער פסוק אין די תוכחה איז נעבעך מקוים געווארן ביי זיי. "בחוץ תשכל חרב, ובחדרים אימה". נאר איך האב עס דערמאנט פון גאנץ אן אנדערע נקודה. (זעה מיין פריערדיגע תגובה.(

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:09 pm

· #195383
ממש גענוי מיינע מחשבות!!!! מי יודע מה יוולד יום!!!

דער רבש"ע וועט זיכער אכטונג געבן אויף זיין פאלק, לויט טייל צדיקים איז שוין די צווייטע וועלט מלמחה געווען די ענדגילטיגע חבלי משיח, און עס וועט נישט פאסירן נאכאמאל אזוינס ה"י, ווייל אויב יא, לא נשתייר משונאי ישראל שריד ופליט.
מיר זענען גענוג צובראכן און צוקלאפט, אין לנו מנהיגים, מי יורה דעה ומי יבין שמועה, דער גואל קלאפט שוין אויפן טיר, לאמיר האפן אז פון אלע שרעקן וועט זיך אויסלאזן א חלום, און מיר וועלן מקבל זיין משיח בקרוב ממש.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:11 pm

· #195385
די קלויזענבורגער רב שרייבט עס 100 מאל און זיינע ספרים די נקודה וואס @גאלד זאגט. ער פלעגט זיין זייער ביזי מיט דעם אז מ'מיינט אמעריקע האט אונז ליב. דייטשלאנד מיט שפאניע שרייבט ער האבן אונז אויך ליב האבן, אידן זענען דארט געווען ברום המעלה פאר הונדרעטע יארן.

יאיר » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:21 pm

· #195388
רויטע וואנצעס
די קלויזענבורגער רב שרייבט עס 100 מאל און זיינע ספרים די נקודה וואס @גאלד זאגט. ער פלעגט זיין זייער ביזי מיט דעם אז מ'מיינט אמעריקע האט אונז ליב. דייטשלאנד מיט שפאניע שרייבט ער האבן אונז אויך ליב האבן, אידן זענען דארט געווען ברום המעלה פאר הונדרעטע יארן.

סיי אין דייטשלאנד און סיי אין שפאניע איז געווען אפענע אנטיסעמיטיזם, געשטיצט דורך די רעגירונג, יארן לאנג איידער די ריכטיגע חורבנות האבן זיך אנגעהויבן.
קינדערלעך טייערע, הערט אויף צו וויינען. אז מען באיקאטירט נאר מדינת ישראל פון אלע מיטל מזרח לענדער פאר'ן כלומר'שט פארשוועכן ציווילע רעכטן איז דאס אנטיסעמיטיזם. אז מען באשולדיגט חסידישע אידן פאר'ן זיין פאראזיטן און לעבן אויף די רעגירונגס חשבון איז דאס א ווייטאגליכע און גערעכטע טענה. מיר וועלן דארפן אויסוועלן וואס לוינט זיך אונז ענדערש, ליבליכע שכנים אדער געלט פון אנקל סעם. איך מיין אז פאר יעדן חסידישע איד איז נישט שווער צו מאכן די החלטה.

הוגה » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:28 pm

· #195392
און אויב מיר וועלן זיך נישט אויסוועלן גאר שנעל, וועלן אנדערע וועלן פאר אונז.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 9, 2014 5:04 pm

· #195515
יאיר

קינדערלעך טייערע, הערט אויף צו וויינען. אז מען באיקאטירט נאר מדינת ישראל פון אלע מיטל מזרח לענדער פאר'ן כלומר'שט פארשוועכן ציווילע רעכטן איז דאס אנטיסעמיטיזם. אז מען באשולדיגט חסידישע אידן פאר'ן זיין פאראזיטן און לעבן אויף די רעגירונגס חשבון איז דאס א ווייטאגליכע און גערעכטע טענה. מיר וועלן דארפן אויסוועלן וואס לוינט זיך אונז ענדערש, ליבליכע שכנים אדער געלט פון אנקל סעם. איך מיין אז פאר יעדן חסידישע איד איז נישט שווער צו מאכן די החלטה.

יאיר, מען קען מיינען אז מען דארף טאקע זוכן א בארעכטיגטע סיבה הלמאי זיי האסן די אידן. איך האב פאר דיר נייעס, זיי וועלן אונז פיינט האבן סייווי אזוי, דאס וואס איך און גאלד שרייבן איז נישט קיין נייעס, החסיד ר' יוסף יעב"ץ שרייבט עס שוין בספרו אור החיים, אז ווען אימער אידן זענען געווארן צו באקוועם אין גלות, האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון צרות רח"ל.

און אז עס זענען דא אפאר שווינדלערס, איז וואס? די שווארצע שווינדלען נישט? די ספאנישע? און נאך אנדערע פעלקער... איך וועל דיר לאזן וויסן! נאר אז מען זוכט, טרעפט מען.
איך גיי נישט גארנישט בארעכטיגן, אויך נישט די קראנקע וועג ווי אזוי די רעגירונג פירט די מידל-אינקאם חברה אין די אדמה, מען צאלט אוועק ריזיגע טעקסעס און די ארימע באקומען עס צוריק סוף יאר, ממילא איז די גאווערמענט אליינס היבש שולדיג אין די דריידלעך; אבער קאמאן, זיי נישט נאאיוו, נישט דאס איז די סיבה פארוואס די שונאים האבן אונז פיינט.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 9, 2014 6:03 pm

· #195531
יאיר
רויטע וואנצעס
די קלויזענבורגער רב שרייבט עס 100 מאל און זיינע ספרים די נקודה וואס @גאלד זאגט. ער פלעגט זיין זייער ביזי מיט דעם אז מ'מיינט אמעריקע האט אונז ליב. דייטשלאנד מיט שפאניע שרייבט ער האבן אונז אויך ליב האבן, אידן זענען דארט געווען ברום המעלה פאר הונדרעטע יארן.

סיי אין דייטשלאנד און סיי אין שפאניע איז געווען אפענע אנטיסעמיטיזם, געשטיצט דורך די רעגירונג, יארן לאנג איידער די ריכטיגע חורבנות האבן זיך אנגעהויבן.
קינדערלעך טייערע, הערט אויף צו וויינען. אז מען באיקאטירט נאר מדינת ישראל פון אלע מיטל מזרח לענדער פאר'ן כלומר'שט פארשוועכן ציווילע רעכטן איז דאס אנטיסעמיטיזם. אז מען באשולדיגט חסידישע אידן פאר'ן זיין פאראזיטן און לעבן אויף די רעגירונגס חשבון איז דאס א ווייטאגליכע און גערעכטע טענה. מיר וועלן דארפן אויסוועלן וואס לוינט זיך אונז ענדערש, ליבליכע שכנים אדער געלט פון אנקל סעם. איך מיין אז פאר יעדן חסידישע איד איז נישט שווער צו מאכן די החלטה.

יאיר: אינז דארפן טאקע מאכן א חשבון הנפש און זעהן זיך צו פארבעסערן. אבער ווען דער גוי קומט און רוקט ארויס געוויסע ספעציפישע טענות א קעיגן די אידן (קאלעקטיוו), קענמען נישט זאגן אז ער מיינט ממש טאקע נאר לשמה. ווייל אויב נעם איך אן אז ער מיינט טאקע נאר צו פאררעכטן די כלומר'שטע עוולות וועלכע דער איד באגייט לגבי זיינע שכנים, מוז איך קומען צו די מסקנא אז אינז זעמיר דאס ערגסטע פאלק אויף די וועלט (און נישט בבחינת "אשמנו מכל עם, בושנו מכל דור"). ווייל ס'איז דאך דא נאך הונדערטער פלעצער און זמנים וואו ס'קומט פאר קאנפלקטן צווישן די אלגעמיינע אידישע באפעלקערונג און זייערע שכנים. נאר אויסצורעכענען די אקטיווע דיפערענצן צווישן די אידן און זייערע גוי'אישע שכנים אין ניו יארק סטעיט אליינס וועט נעמען א לאנגע צייט. און וואס טוט זיך אין ניו דזשוירזי, שיקאגא, פלארידא און קאליפארניע?! אלא מאי, מוז זיין אז ס'איז דא אן אנדערע סיבה וואס מאטיווירט און טרייבט די מערערע קאנפליקטן. און די סיבה איז אומטאלעראנץ און אפענע האס פאר א יעדן וועלכער איז א חלק פון עם ישראל... 🙄 😕 😎 😢 😞 😈 😈 😮 😲