☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ישיבה אינברסטיה ברעכט רעקארד מיט די גרעסטע חג הסמיכה.

ישיבה אינברסטיה ברעכט רעקארד מיט די גרעסטע חג הסמיכה.

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6227

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:37 pm

· #194707
ישיבה אינברסטיה ברעכט רעקארד מיט די גרעסטע חג הסמיכה.
פאריגע וואך זונטאג, מערץ 23, איז געפייערט געווארן אין דעם באקאנטען און עלסטען עקזיסטירענדע ישיבה אין אמעריקע, ישיבת רבינו יצחק אלחנן, דעם "חג הסמיכה" פאר די פרישע בעלי הוראה תלמידי הישיבה, פון די 50'סטע מחזור, וואס האט מסיים געווען און פארדינט זייער סמיכה אין די לעצטע 3 יאר. די מספר המוסמכים - איבער 200 - שטייגט איבער די פריערדיגע חג הסמיכה'ס.
דא קענט איר זעהן 3 שעה פונעם געהויבענעם מעמד, וואס ענדיגט זיך מיט "התקוה".

מיט פרס "עץ חיים" איז מכובד געווארן אונזער אלעמען באקאנטע תורה ליבהאבער און מזכה את הרבים, דז'עי שוטענשטיין;
📎 js.jpg
מיט פרס "רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק" איז מכובד געווארן הרב גדליה דוב שווארץ, אב בית דין פון בית דין ד'אמעריקא און שיקאגו.
📎 gds.jpg
<a class="postlink" href="http://yu.edu/chag/">http://yu.edu/chag/</a>
דא קענט איר זעהן ווי מ'טאנץ אין גאס נאך די מעמד.

רב שעכטער, רב גענאק, און רב סאקס
📎 yu.JPG
כ'וואלט געוואלט מער מאריך זיין, אבער ס'ווערט שפעט, אויב איינער קען צולייגן מער איבער דעם מעמד כבוד התורה, לזכות את הרבים, יבוא על שכרו.

גנדי » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:55 pm

· #194710
וויפיל היימישע יונגעלייט/בחורים האבן באקומען סמיכה פאריאר פון אלע חסידישע ישיבות און כוללים?

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:29 pm

· #194714
גנדי
וויפיל היימישע יונגעלייט/בחורים האבן באקומען סמיכה פאריאר פון אלע חסידישע ישיבות און כוללים?

ביי אונז לערענט מען תורה לשמה. הוראה לאזט מען איבער פאר ספעציעלע משפחות.

יאיר » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:33 pm

· #194716
עס קומען מיר טרערן אין די אויגן... ווער וואלט זיך געגלייבט אז 3,300 יאר נאך מתן תורה, נאך אזויפיל פארוואגלענישן און פלאגענישן, וועלן הונדערטער אידן אין גלות אמעריקע טאנצן אין די גאסן פאר'ן אויפשטעלן א פרישער דור מיט תלמידי חכמים און רבנים?

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:54 pm

· #194722
קאווע טרינקער: ייש"כ פאר ברענגען די הערליכע סצענעס פון כבוד התורה, וואס טוט דערווארעמען דאס הארץ פון א יעדן נארמאלן ערליכן איד. כ'בין נייגעריג וואס "הרב" ישראל מ. סופר וואלט געזאגט צו דעים אלעמען?! מסתמא 'עמיר האבן די זכי' צו ליינען אן ארטיקל די קומענדיגע וואך. אז מ'טאר אפילו נישט קוקן אויף די בילדער ווייל דאס קען ח"ו ברענגען מ'זאל מהרהר זיין אין ציונות. כש"כ וק"ו אז מ'האט דארט געזינגען התקוה, ר"ל. און אויכעט מהאי טעמא האבן זיי געקענט גראדואירן אזא גרויסע צאל מוסמכים, בלעה"ר. ווייל די סיטרא אחרא העלפט זיי צו צו לערנען תורה. ווייל ס'דאך ידוע אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר די פאר וועימען די סיטרא אחרא העלפט. אויף דעים האטציך די רבי זי"ע אייביג מתמרמר געוועין.
ואני הקטן אומר. אז אויב מ'זינגט "התקוה" אין ישיבה יוניבערסיטי איז נישט געפרליך. ווען מ'וועט (ח"ו) זינגען התקוה אין סאטמאר'ער ישיבה, דאמאלס וועלן מיר זיך דארפן אנהייבן זארגן. 'עמיר וויסן אז ס'איז שוין כלו כל הקינצן, און משיח שטייט שוין ביי די טיר... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😮 😉

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:00 pm

· #194723
דעיס איז נאך גארנישט. לעומת די חג הסמיכה פון די הייליגע ישיבת חובבי תורה. אנגעפיהרט דורך הרב אבי ווייס און זיין חשוב'ע רביצין, (או.קעי. נישט פונקטליך) הרב "ראבה" שרה הורוויץ שליט"א. דאס וועט זיין אן אמת'ע שמחת התורה. ס'וועט זיין קאו-עד. וואו אלע גראדואנטן און גראדואנטיכ'עס וועלן באקומען זייער סמיכה... 🙄 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😮

גנדי » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:07 pm

· #194724
אויב איך וויל מיין זוהן זאל באקומען סמיכה צו ווערן א רב צו וועלעכע ישיבה / כולל זאל איך אים שיקן? וויפיל יאר דארף דאס צונעמן? וויפיל געלט קאסט דאס?

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:15 pm

· #194726
גנדי
אויב איך וויל מיין זוהן זאל באקומען סמיכה צו ווערן א רב צו וועלעכע ישיבה / כולל זאל איך אים שיקן? וויפיל יאר דארף דאס צונעמן? וויפיל געלט קאסט דאס?

שיק איהם צום קאפיש'ער דיין. דארט 'עט ער זיך אויסלערנען א סאך אנדערע און נוצליכע זאכן . איך ווייס נישט צו 'רעט קענען אפלערנען א סעיף אין שו"ע יורה דעה. אדער אפילו אין אורח חיים. אבער 'רעט זיך אויסלערנען וויאזוי מ'פיהרט דין תורה'ס. וויאזוי , און וויפיל געלט צו נעמען אונטער'ן טיש. און נאך א סאך אנדערע גוטע זאכן שאי אפשר להעלותם על הכתב. איינער פון די חשוב'סטע אידן וועלכע האבן גראדואירט פון די הייליגע קאפישער דיין'ס ישיבה איז הרב איצא שייגעץ... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😈 😈 😛 😮

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 6, 2014 9:06 pm

· #194964
און אצינד אויף אביסל א רואיגערן טאן. יא, עס באדערט מיך קלאר אז זיי זינגען דארט התקוה, איך וואלט אסאך מער הנאה געהאט ווען מען קען דאס אפטיילן פון דעם התקוה. אבער פון די אנדערע זייט איז דא א ווייטאג וועלכע איז פיל מער און פיל טיפער. עס שניידט אין מיר אריין מיט שפיזיגע מעסערס און לאזט רינען פון מיין הארץ עמער פון בלוט, און פון מיינע אויגן טייכן טרערן.

איך בין א חסיד'ישער איד, און איך בין זייער פראוד דערפון. אבער מיין זוהן, וועלכער לערנט אין א חסיד'ישער ישיבה, און לערנט דוקא גאר גאר פלייסיג, איך קען גאר זאגן (איך מיין יעצט באמת, אן קיין גוזמא) אז ער איז א היפשער תלמיד חכם, און ער איז אויך א גרויסער מתמיד און שטארקער בעל כשרון, אט דער זוהן מיינער ווייסט נאך אפילו נישט אז ער האט נישט פאר זיך קיין עתיד. עכ"פ נישט בפשטות. אוודאי קען דער אויבערשטער און איך גלייב אז ער וועט טוהן פאר אים אויך, אבער עס וועט אנקומען פאר מיין זוהן (בדרך הטבע, ווי עס גייט געווענליך ביי אנ"ש) זייער זייער שווער.

וואלט איך געווען א מאדערן ארטאדאקס און איך געשיקט אין יעשיווא יוניווערסיטי וואלט ער אצינד געלערנט אין זייער סמיכה פראגראם (פאר א פול סקאלערשיפ) און גראדואירט פון דארט מיט א סמיכה און געהאט גאנץ אמעריקא (און ביאנד) אלס א אפענער פעלד פאר אים פאר א רבנות, צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, לערנען, זיך משלים זיין אויסנוצן און ארויסגעבן זיינע כשרונות און טאלאנטן, בויען אידן און אידשקייט, מפרסם זיין כבוד שם מלכותו בעולם, האבן סיי די וועלט און סיי יענע וועלט.

אבער כהיום אז ער לעבט אין דעם לייף סטייל, איז דער בדרך כלל'דיגער עתיד פאר אים בערך אזוי. חתונה האבן, גיין אין כולל, האפן די ווייב זאל האבן א גוטע דשאב מען זאל קענען דורך שטיפן די ערשטע פאר יאר. בערך צווישן דריי און פינף יאר נאך די חתונה (ווען דער מצב אין שטוב ווערט שוין גאר ענג, צוליב דעם דריטן בעבי קע"ה) וועט ער ארויסגיין און אנהייבן זוכן א דשאב. א תורה'דיגע פארשטייט זיך.

מיט זיין גוטן קאפ, גוטע כשרונות און התמדה, וועט ער האבן זיך ערווארבן א שם טוב אין כולל און וועט בעז"ה (מיט גרויס מזל און א שיין ביסל פראטעקציע) באקומען א מגי"ש פאסטן אין א שיעור א' אדער ב' אין ישיבה קטנה און זיין גאר גליקליך. אויב וועט ער זיין גאר גאר געלונגען וועט ער זיך דערטשאפען צו א ישיב"ג פאסטן ביי די צוויי און דרייסיג. וגו' וכו'.

איך קען באמת ממשיך זיין מיט דעם דעסקריפציע אבער איך האב נישט קיין צייט און איך מיין עס פעלט באמת נישט אויס. יעדער קען עס פארשטיין פון די ביסל וואס איך האב שוין געשריבן. עס איז א שוידערליכער ווייטאג אז א תלמיד חכם ביי אונז האט גאר גאר א שוואכן אויסזיכט פאר א שיינעם תורה'דיגען עתיד, ווער רעדט נאך פון א מכובד'דיגן. אנשטאט וואס אמאל האט א מתמיד א בעל כשרון געקענט ארויסקוקן צו ווערן לעמבערגער רב, פראג'ער רב, אונגוואר'ער רב וכדו', צו א גרויסער ראש בית דין וכדו', קען ער היינט ארויסקוקן צו ווערן א מלמד אדער א מגיד שיעור אין א ישיבה, און דאס איז שוין אויב ער איז גענוג מזל'דיג און האט גענוג קשרים... (אנשטאט דעם האבן מיר היינט אזעלכע אידן ווי אש"י אלס לעמבערגער רב און א"א אלס פוזנא'ער רב וגו' וכו'...)

און דערווייל ביי די מאדערן ארטאדאקס האט א בחור אויף וואס ארויסצוקוקן, ער ווייסט אז אויב ער וועט לערנען און זיך משלים זיין האט ער גוטע אויסזיכטן.

נו שוין, גענוג גערעדט אויף איצט.

נ.ב. אויב האט איינער אן עצה וועגן מיין זוהן, בין איך גרייט צו הערן און איך וועל אים שטארק מכיר טובה זיין.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 6, 2014 10:14 pm

· #194974
ר' הדד בן בדד: מיט זייער א רואיגן טאן גיי איך דיך פרעיגן א שאלה. דאס איז נאך די הקדמה. הני מילי אויב דו ווילסט. אנישט קענסטו מיך ווייטער איגנאר'ן אזוי ווי ביז איצט. כאילו איך בין עפרא דערעא. (דאס אפשר יא. ווייל אאאע"ה האט אויכעט געזאגט "ואנוכי עפר ואפר".). נאר אויב דו וועסט בטובך ובחסדך הגדול אראפנידערן פון כבוד מעלתך הרמה און זיין גרייט צו ענטפערן פאר אזא נישטיג ווערעמל ווי איך (ואנוכי תולעת, ולא איש.). וואס שטערט דיר אז מ'זינגט "התקוה" אין ישיבה אוניווערסיטי. אפילו דער אופן ווי די שרייבסט "יעשיוואה" ווייזט דו ארויס דיין שנאה און פאראורטייל אויף אנדערע, ערליכע אידן וועלכע גייען בדרך התורה. אפשר נישט לויט דיין געשמאק. נו, דערפאר ביסטו דאך א חסיד'ישער איד. נאר ווי ס'זעהט אויס איז נאך נשרש אין דיר די שנאת חינם צו א יעדן איד וואס דער אזויגערופענער "איד" האט איינגעפלאנצט אין עטליכע אידישע דורות. ווען מ'זאל (ח"ו) אין סאקמער'ער יעשיווא זינגען "התקוה" פארשטיי איך דיין חרון אף. אבער אז אנדערע קהילות זינגען יא, איז על מה חרי האף הגדול. און דער עצם ניגון און די ווערטער איז נישט אזוי געפערליך ווי מ'מאכט עס. יא. איך ווייס נפתלי הערץ אימבער (דער מחבר פון דעם שיר) איז געווען א שיכור. וואס נאך. איך, פערזענליך האלט אז ס'איז זייער א שיינער געזאנג. ס'טוט אויסדרוקן די האפענונג פון די אידישע קינדער אז נאך צוויי טויזנט יאר האבן זיי אן אייגן לאנד. והשנית. פאר דיר דאכט זיך אז די גראז איז גרינער אויף די צווייטע זייט. נישטו א יעדער גראדואנט פון ישיבה יוניווערסיטי האט אוטאמאטיש אפן אלע טירן. און אין אינזערע קהילות פעילט אויכעט נישט ב"ה קיין פארלאנג פאר תלמידי חכמים, בעלי הוראה. א יונגערמאן א ת"ח, וועלכער האט דעם פיפטן אויך קען נאך ב"ה זיך פארשאפן גאנץ א פיינעם פאסטן ביים היימישן חסידיש'ן עולם... 🙄 😕 😛 😳 😢 😮

ארבעס » זונטאג אפריל 6, 2014 11:47 pm

· #194989
איך האלט נאך אנמיטען אויספיגירען וואס מיין עתיד איז, דערנאך וועל איך אנהייבען טראכטען וועגן מיין קינדער. ודו״ק.

כוכב » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:01 am

· #194990
הדד, אויב דארט איז בעסער ווייס איך נישט אבער מיט האלב פון דיין תגובה ביזטו זיכער גערעכט אז ביי אונז האט א בחור נישט קיין שום וויזיע פאר זיין צוקונפט

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 7, 2014 2:23 pm

· #195072
@הדד בן הדד, דברים כדרבונות. לבי לבי על חללי בת עמי.

ווען מען ווערט כאטש א טרענירטע תלמיד חכם נאכ'ן לערנען 7 יאר אלץ בחור און 5 יאר אין כולל (פאר דע רעקארד, מעדיקל סקול דויערט ווייניגער ווי דאס) החרשנו ודיינו. ווער דארף א פאסטן ווען מען האט א חיוב פון לימוד התורה און ידיעת התורה. אבער ליידער, נישט קיין תורה און נישט קיין סחורה.

עיני עיני יורדה מים. בחורים'לעך קומען אריין אין ספרים געשעפט אנהייב יאר מיט אזא חשק און געשמאק. זיי קויפן איין קובץ'ס מיט דברות משה'ס. ס'פארגייט א זמן ולא נודע כי באו אל קרבנה.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 7, 2014 5:18 pm

· #195101
אויב דאס איז טאקע דער מצב, מוזן מיר מאכן א שטארקן חשבון הנפש, פארוואס דער מצב איז טאקע אזוי. איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם זאך צו אפזיצן אין א כולל פינעף אדער מער יאר, אן א תכלית און א ציל, בבחינת "סוף מעשה במחשבה תחילה" איז א זאך וואס איז כדאי ממשיך צו זיין. אדער דארף מען טוישן דעם סיסטעם. דער תירוץ אז מ'לערנט "תורה לשמה" און "תורתו אומנתו" איז שוין צו אן אויסגעדראשענער פזמון, וועלכער ווערט נישט אויסגעהאלטן פון די פאקטן. ס'האט זיך געשאפן א גאנצע אינדוסטריע ארום דעים און קיינער וויל נישט גיין "קעיגן דעם שטראם". אבער מ'קען לערנען תורה לשמה און גיין ארבעטן אויך. חוץ ווען א יונגערמאן וויל זיך משלים זיין אין די ד' חלקי שו"ע. און ער פלאנט צו ווערן א מורה הוראה בישראל... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😮 😉 🙂

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:25 am

· #195414
berlbalaguleh
ר' הדד בן בדד: מיט זייער א רואיגן טאן גיי איך דיך פרעיגן א שאלה. דאס איז נאך די הקדמה. הני מילי אויב דו ווילסט. אנישט קענסטו מיך ווייטער איגנאר'ן אזוי ווי ביז איצט. כאילו איך בין עפרא דערעא. (דאס אפשר יא. ווייל אאאע"ה האט אויכעט געזאגט "ואנוכי עפר ואפר".). נאר אויב דו וועסט בטובך ובחסדך הגדול אראפנידערן פון כבוד מעלתך הרמה און זיין גרייט צו ענטפערן פאר אזא נישטיג ווערעמל ווי איך (ואנוכי תולעת, ולא איש.). וואס שטערט דיר אז מ'זינגט "התקוה" אין ישיבה אוניווערסיטי. אפילו דער אופן ווי די שרייבסט "יעשיוואה" ווייזט דו ארויס דיין שנאה און פאראורטייל אויף אנדערע, ערליכע אידן וועלכע גייען בדרך התורה. אפשר נישט לויט דיין געשמאק. נו, דערפאר ביסטו דאך א חסיד'ישער איד. נאר ווי ס'זעהט אויס איז נאך נשרש אין דיר די שנאת חינם צו א יעדן איד וואס דער אזויגערופענער "איד" האט איינגעפלאנצט אין עטליכע אידישע דורות. ווען מ'זאל (ח"ו) אין סאקמער'ער יעשיווא זינגען "התקוה" פארשטיי איך דיין חרון אף. אבער אז אנדערע קהילות זינגען יא, איז על מה חרי האף הגדול. און דער עצם ניגון און די ווערטער איז נישט אזוי געפערליך ווי מ'מאכט עס. יא. איך ווייס נפתלי הערץ אימבער (דער מחבר פון דעם שיר) איז געווען א שיכור. וואס נאך. איך, פערזענליך האלט אז ס'איז זייער א שיינער געזאנג. ס'טוט אויסדרוקן די האפענונג פון די אידישע קינדער אז נאך צוויי טויזנט יאר האבן זיי אן אייגן לאנד. והשנית. פאר דיר דאכט זיך אז די גראז איז גרינער אויף די צווייטע זייט. נישטו א יעדער גראדואנט פון ישיבה יוניווערסיטי האט אוטאמאטיש אפן אלע טירן. און אין אינזערע קהילות פעילט אויכעט נישט ב"ה קיין פארלאנג פאר תלמידי חכמים, בעלי הוראה. א יונגערמאן א ת"ח, וועלכער האט דעם פיפטן אויך קען נאך ב"ה זיך פארשאפן גאנץ א פיינעם פאסטן ביים היימישן חסידיש'ן עולם... 🙄 😕 😛 😳 😢 😮


טייערער ר' בערל. דו זאגסט מיר אז דו גייסט פרעגן מיט א זייער רואיגן טאהן, אבער תיכף ומיד ווערסטו סארקאסטיש ביז גאר. איך זעה קלאר אז דו ביסט זייער בייז אויף מיר. דו זעהסט אז איך איגנאריר דיך, און דו גיבסט מיר רשות עס ווייטער צו טאן אויב איך וויל נישט אראפנידערן פון כבוד מעלתי הרמה. וגו' וכו.

איז ראשית וויל איך דיר איבערבעטן דא ברבים. איך געדענק נישט אז איך זאל דיך האבן ערגעץ ווי איגנארירט. אויב יא בעט איך דיך איבער דא פאר יעדן איינעם פון שטיבל, איך מיין נישט חלילה צו איגנארירן קיינעם, נאר ווי איך האב שוין געזאגט דא כמה פעמים איז אין עתי אתי, איך האב נישט קיין צייט. ווי דו זעהסט פון זונטאג נאכט ווען איך האב דאס געשריבן ביז יעצט בין איך נישט געווען דא, ווייל איך ארבעט שווער, (מער פון איין דשאב) און איך קום נישט אן דא קיין סאך. דעריבער קען זיך אמאל מאכן אז איינער זאל מיר עפעס פרעגן און ביז איך קום אן צוריק אהער איז שוין יענץ לאנג אראפגעפארן ערגעץ ווי, אדער איז דער נושא נישט געווען אזוי וויכטיג פאר מיר אז איך זאל געדענקען דאס נעקסטע מאל נאכצוקוקן וואס איז געווארן דערמיט.

דאס מאל אבער איז עס א נושא וואס איז שטארק נוגע ללבי און דעריבער בין איך תיכף צוריק געקומען אהער זעהן וואס דא טוט זיך, זעה איך אז יצא עלי קצף בעל עגלתינו. ר' בערל, איך גיי דא גיין ארויס פון מיין וועג (נישט אראפגיין פון כבוד מעלתי הרמה ווייל איך האב דאס נישט, אבער זיך אנשטרענגען צו מאכן צייט פאר דיר דאס יא) און וועלכען מקום דו וועסט מיר אנווייזן אז דו האסט מיר אנגעפרעגט און איך האב דיר נישט געענטפערט, וועל איך דיר בעז"ה ענטפערן בקרוב ממש.

*

און יעצט לענינינו. איז ראשית וויל איך דו זאלסט פארשטיין אז איך בין נישט קיין איד ליינער, און אפילו נישט קיין בלאט ליינער, אלס אינגער אינגערמאן פלעג איך פון צייט צו צייט קויפן אמאל די איד און אמאל די צייטונג, ווען דער בלאט האט אנגעהויבן ארויסקומען האב איך אים ממש די ערשטע קורצע צייט געקויפט ווייל עס איז געווען אינטערעסאנט אלס א נייע זאך. אבער עס איז שוין יארן יארן לאנג וואס איך האב די צייטונגען נישט אנגעקוקט. איך האב אויך אין סאטמאר קיינמאל נישט געלערנט, און דו האסט מיך זייער שטרענגט פארגעהאלטן דא אויף כמה עוולות וואס איך האב געטאן, וועל איך טרייען דיר ענטפערן איינס נאכן אנדערן.

פארוואס עס באדערט מיך די התקוה ניגון? (גראדע באדערט מיך נאך ניגונים דארט, נאר די אנדערע האט קאווע טרינקער נישט געשריבן. למשל איך בין געפערליך נערוועז געווארן ווען מען האט געזונגען פאר צען מינוט אין א ציה דעם ניגון פון פרעה מיט פידשאמעס אין מיטן די נאכט... איך האב נאך נישט געהערט די גאנצע, בלויז די ערשטע 45 מינוט) איז אזוי. קודם, דאס עצם מציאות אז קאווע טרינקער האט געפונען פאר וויכטיג עס צו באריכטן אין דעם איין שורה פון זיין לינק, דאס אליינס ווייזט דאך אז ער האט אויך פארשטאנען אז עפעס איז מיט דעם. און דאס איז טאקע דער ענין. ווייל אז מען רעדט פון ערליכע אידן, וועלכע האלטן זיך פאר בני תורה, און מען מאכט אזא מאסיווע חג הסמיכה, וואס איז באמת א געוואלדיגע מעמד אז צוויי הונדערט און דרייסיג אינגעלייגט זענען נסמך געווארן להוראה, איז דאך פשוט אז מען זאל ענדיגן מיט א געבעט פאר שיבת ציון, בנין בית המקדש, גלות השכינה און גלות ישראל און פאר דעם צוריק קום פון מלכות בית דוד.

אבער אלס בני תורה, קומט מער אז מען זאל ביי אט דעם געהויבענעם, תורה'דיגן מעמד זינגען א ניגון, א שטייגער ווי, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, ובנה ירושלים, ולירושלים עירך ברחמים תשוב וגו' וכו'. דאס זינגען דייקא אט דעם ניגון קומט פון ערגעץ אנדערש און דאס טוט מיר וויי. עס מעג מיר ווייטון אפילו אויב עס שמעקט נישט פאר ר' בערל'ען, און איך מיין (אויב איך מעג זיך וואגן צו שפעקולירן אזוי) אז דיין אויסברוך אויף מיר צוליב מיין אויסדרוקן דעם ווייטאג, ווייזט מער אויף דיר, ווי מיין אויסדרוק ווייזט אויף מיר. בפרט אז דו האסט מיך קאמפליטלי ראנג פאראורטיילט. איך האב גארנישט קעגן ישיבה יוניווערסיטי, באמת גארנישט, איך האלט עס איז דייקא גאר א חשוב'ער מקום. איך האב דארט כמה באקאנטע, אפילו צווישן די סטעף, איך בין שוין דארט געווען כמה פעמים און איך האב פאר זיי גרויס רעספעקט.

איי וועסטו פרעגן פארוואס איך האב געשריבן יעשיווע, זייער פשוט, איך האב חלילה נישט געמיינט מזלזל צו זיין אין זיי, נאר וויבאלד ישיבה יוניווערסיטי איז זייער ענגלישע נאמען (זייער ישיבה נאמען איז ישיבת רבינו יצחק אלחנן) האב איך עס געשריבן אויף אזא מין אויפן ווי מען שרייבט אויף ענגליש. איך האב אינגאנצן נישט אינזינען געהאט קיין שום מחשבת זלזול.

על כן ר' בערל, די גאנצע קומענדיגע שורות דיינע זענען איבריג און לגמרי נישט אמת. איך האב כמעט יעדן שבת געסט, און רוב מאל זענען זיי אידן וועלכע געהערן מער צו די וויי יו קאמיוניטי. איך האב נישט קיין שנאה און פאראורטייל אויף קיין שום אנדערע אידן, נישט די וועלכע גייען בדרך התורה (סיי מער לינקס פון מיר און אויך נישט אויף די וואס גייען מער רעכטס פון מיר) און אפילו אויף די וועלכע גייען ליידער נישט בדרך התורה (צו בלבוש חרדי צו בלבוש חילוני) האב איך אויך נישט קיין שנאה און פאראורטייל. איך ווייס קיינמאל נישט וויאזוי איך וואלט אויסגעקוקט ווען איך וואלט געווען אין זייער פלאץ. און דאך מעג מיך באדערן אז מען זינגט דארט התקוה. אפילו אויב דו האסט הנאה דערפון. מיר מעגן האבן חילוקי דעות אין די עניינים.

*

און יעצט צום לעצטן נקודה. עס איז אמת אז די טבע פון מענטשן איז אז מען מיינט אלעמאל אז די גראז איז גרינער אויף די אנדערע זייט, און איך ווייס אז דארט איז אויך נישט אלעס גאלד (און איך ווייס אויך אז רוב פון די מוסמכים וועלן מן הסתם קיינמאל נישט זיין פאקטיש א רב פון א קהילה) אבער מיט דעם אלעם זאג איך דיר קלאר אז אין דעם ענין פערצופאל וואלט מיר זיך געמעגט זייער אסאך לערנען פון זיי.

לאמיך זיך אפשטעלן א מינוט דירעקט איבער דעם ענין פון רבנות און תורה לערנען וויבאלד דאס איז דאך געווען דער נושא פון דעם אשכול.

אמת אז ביי אונז זענען דא אסאך גרויסע תלמידי חכמים און ווי דו זאגסט אז אויב איינער איז א בעל הוראה און האט דעם פיפטן אויך קען ער זיך דערשנאפן צו גאנץ א פיינעם פאסטן. איז אבער דא צוויי זאכן וועלכע איך וויל דא אנמערקן. איינס, אז עס זענען טאקע דא אזעלכע, אבער דער סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט צו דעם. עס איז נישט דא קיין סמיכה פראגראם. א סמיכה פראגראם איז וויי יו איז א פראגראם וועלכע גייט איבער דריי יאר ווי מען טוט אדורך אלע הלכה'דיגע עניינים וועלכע זענען נוגע אין קהילה און אין משפחה לעבן, די שאלות און עניינים מיט וועלכע רבנים טוען זיך ספראווען טאג טעגליך, מיט העווי שימוש אין די עניינים, מען לערנט זיי ווי צו רעדן מיט מענטשן, קאונסלינג, שלום בית עניינים, ווי און ווען צו טרייען אליינס העלפן און צו פארשטיין ווען צו שיקן צו א פראפעשאנעל, מען לערנט זיי רעדן וכדו'.

(אגב, אין די שטאט פרעשבורג זענען געוווען עטליכע שוהלן אין שטאט ווי עס האט יעדן שבת אויפגעטרעטן א בחור פון ישיבה און געהאלטן א דרשה פאר די שטאטס לייט און די שטאטס לייט פלעגן רעגלמעסיג קומען אויסהערן די דרשות. דאס איז געווען מיטן דירעקן ציהל צו העלפן די בחורים זיך אויסלערנען האלטן דרשות און רעדן פאר א ציבור)

ווידער ביי אונז איז אזא זאך נישט דא, מען דארף זיך אליינס משלים זיין, עס איז דא זייער ווייניג הדרכה אין דעם פעלד. דערפאר זענען בייי אונז דא אסאך מורי הוראה וועלכע קענען זייער גוט הלכות נדה אבער אין הלכות פסח, אבילות, תשעה באב, יום כיפור אדער אפילו הלכות הבדלה פון מוצאי שבת ווייסן זיי גאנץ קנאפ.

און דער צווייטער נקודה, אז יא, עס זענען דא אזעלכע אינגעלייט, און בדרך כלל נאר די גאר געלונגענע (וועלכע האבן אויך גוטע קאנעקשאנס) וועלן אנקומען. און ווען זייי וועלן אנקומען וועט עס בדרך כלל זיין אין די ראמען פון איינס פון די גרויסע עטאבלירע חסידות קהילות, און דאן איז דער רב\דיין ווידער געצוימט, ער קען נישט לערנען און פסק'ענען וויזוי ער וויל און פארשטייט, נאר וויזוי זיין קהילה און חסידות דיקטירט אים.

ווידער דער וויי יו תלמיד, ווייל ער איז אין דעם פראגראם וועלכע איז אויסגעשטעלט ארויסצוברענגען זיינע כשרונות אין דעם פעלד, און עס זענען דא אסאך קהילות איבער די יונייטעד סטעיטס וועלכע דארפן האבן א רב, האט דער געלונגענער וויי יו תלמיד אסאך א גרעסערן פעלד פאר זיך און אסאך מער אפציעס לגבי זיין רבנות. און די וועלכע זענען געלונגען וועלן בדרך כלל אנקומען ווייטער ווי די זעלבע לעוול אינגעלייט ביי אונז.

און דאס איז אלעס לגבי דעם איינעם פרט. אבער דאס איז דאך א צרת הכלל. ביי אונז זענען די ישיבות און מוסדות החינוך אינגאנצן נישט אויסגעשטעלט מיט א אמת'ן בליק אדער סיי וועלכן ציהל אויפן עתיד. תורה לערנען איז לשמה, און קיין מהלך און אן קיין ציהל, רוב בחורים זענען למעשה נישט דערביי, און אוודאי נישט אויף דעם לעוול ווי עס ווערט אהערגעשטעלט ביי אונז אין די ישיבות, און זיי קוואקען אפ די פאר יאר אין ישיבה, אויב מעגליך איז מען נאך ממשיך אין כולל נאך אפאר יאר, און ביי די טיים ער כאפט זיך ביים קאפ האט ער דריי פיר קינדער און קען שוין גארנישט טוהן.

לעומת זה, ביי די וויי יו אידן, גייט מען אין ישיבה מיט לכתחילה'דיגן חשבון אז איך גיי זיין א בעל בית א בן תורה און אלס אזא איינער דארף איך וויסן וואס איך וויל. און דעריבער איז די גאנצע ישיבה אויסגעשטעלט בעסער און מיט דעם ציהל אין קאפ. דאס לערנען איז מיט א מהלך, און אויסער דאס לערנען גייט מען אין "יוניווערסיטי", מען לערנט זיך עפעס אויף שפעטער, אזוי אז ער זאל קענען שפעטער זיין א תורה'דיגער בעל בית.

ע"כ שריי איך דא אויס נאכאמאל מיין ווייטאג, עס איז א עוון פלילי פון אונזערע מנהיגים (אויך מיר מנהיגים) וועלכע האבן נישט אינזין אונזערע קינדער און לאזן זיי פאר'תכל'עווען די שענסטע יארן פון זייער לעבן מיט גארנישט, צוועקלאז און ציהללאז.

נו שוין, איך האב שוין צו לאנג מאריך געווען. עניוועי, ואגמור מעין הפתיחה, ר' בערל, איך האב נישט קיין שום פאראיבל אויף אייך, איך בעט אייך איבער אויב איך האב אייך אמאל איגנארירט און איך בין גרייט אייך צו ענטפערן.

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:30 am

· #195416
berlbalaguleh
אויב דאס איז טאקע דער מצב, מוזן מיר מאכן א שטארקן חשבון הנפש, פארוואס דער מצב איז טאקע אזוי. איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם זאך צו אפזיצן אין א כולל פינעף אדער מער יאר, אן א תכלית און א ציל, בבחינת "סוף מעשה במחשבה תחילה" איז א זאך וואס איז כדאי ממשיך צו זיין. אדער דארף מען טוישן דעם סיסטעם. דער תירוץ אז מ'לערנט "תורה לשמה" און "תורתו אומנתו" איז שוין צו אן אויסגעדראשענער פזמון, וועלכער ווערט נישט אויסגעהאלטן פון די פאקטן. ס'האט זיך געשאפן א גאנצע אינדוסטריע ארום דעים און קיינער וויל נישט גיין "קעיגן דעם שטראם". אבער מ'קען לערנען תורה לשמה און גיין ארבעטן אויך. חוץ ווען א יונגערמאן וויל זיך משלים זיין אין די ד' חלקי שו"ע. און ער פלאנט צו ווערן א מורה הוראה בישראל... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😮 😉 🙂


לדעתי איז עס מער תורה לשמה ווען א איד לערנט זיך אויס זייין א דאקטער, לויער, אקאונטענט, קאמפיוטער סייענטיסט, עקאנאמישער ריסוירטשער וכדו' און דורך דעם האט ער גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג א שעה צוויי מיט א רואיגן קאפ "תורה לשמה" לשם דעם אייבערשטען, לשם די תורה הק' אליינס, מער ווי ווען א אינגערמאן האט חתונה, און אן קיין שום פאך אדער קענטעניס זיצט ער אין כולל פינף יאר און גייט דערנאך קיין בי ענד עיטש...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:48 am

· #195421
ייש"כ ר' הדד בן בדד: איר האט זייער שיין געענטפערט על ראשון ראשון ועל אחרון מפטיר. א"כ. אויב ס'איז טאקע אזוי קענט איר אויסמעקן א העלפט פון מיין תגובה. (וועלכע העלפט זאג איך נישט).ואתו הסליחה. איך דארף מיך טאקע מחזק זיין אין דעם "הוי דן את כל האדם לכף זכות". אבער די עיקר נקודה, אז די היימישע בחורים און אינגעלייט ביי אינז האבן גאר שוואכע אויסזיכטן צו צו קומען צו עפעס א מכובד'דיגן פאסטן, אפילו זיי זענען בעלי כשרון, איז ליידער שטארק קרוב לאמת.אבער איינס פון די הויפט סיבות דערפאר, איז אז די "ראשי" (תרתי משמע) העם טוען נישט זייער תפקיד. זיי וואלטן געדארפט אנפיהרן א פראגראם פון זיך קאנצענטרירן אויף די ד' חלקי שולחן ערוך אין דעם מסגרת פון ישיבות און כוללים, פאר די בעלי כשרון. נאר א חוץ שיקן באסעס קיין וואשינגטאן צו שרייען "פוי" ווען דער פרעמיער פון מדינת ישראל קומט דארט, און נעמען באקשיש, טוען זיי גארנישט... 😕 🙄 😂 ❓ 😠 😛 😳 😢 😮

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:59 am

· #195426
נו, אטא דאס אקוראט שריי איך דאך, דאס איז מיין ווייטאג, על דא קא בכינא.

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 9, 2014 1:07 am

· #195428
הדד בן הדד,

איידער מען שפרינגט צום צווייטע און דריטע סטעפ, דארף מען ארויסברענגן א הקדמה.

ישיבה יונעווירסעטי האט א פראגראם. עטס הערט? מומחים האבן זיך אוועקגעזעצט, און אויסגעארבעט א מהלך וויאזוי אויסצוקנעטן דעם טייגל אין א קנאפע פיר יעריגע פראגראם.

ווען א תלמיד הייבט אן דער פראגראם, קען ער זיין סמוך לבי ובטוח בד' אז ער שפייט נישט אריין זיין צייט געלט און כח אין ים הגדול. ער ווייסט וואס זיין סוף פסוק און תוצאה איז. אלעס וואס ער וועט טוהן, לערנען, הערן, פארשען, איז געווידמעט אויף נענטער צו ברענגן דעם תלמיד צו זיין ציהל.

ביי אונז איז נישט דא קיין פראגראם. "וואס לערנט מען היי יאר?" וואס פרעגט א תלמיד. "בבא קמא" ענטפערט דער מנהל. דאס איז א פראגראם? אני דאס איז א צייט פארברענגעניש.

און דא ליגט דער הינט באגראבן. אפילו א פלאן פאר א פראגראם איז נישטא. אפילו א מומחה צו מאכן א פלאן איז נישטא.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 9, 2014 6:08 am

· #195434
berlbalaguleh
זייער שיין געענטפערט על ראשון ראשון ועל אחרון מפטיר.... 😕 🙄 😂 ❓ 😠 😛 😮o

👍 👍

מ גפני » מיטוואך אפריל 9, 2014 2:44 pm

· #195491
שמעקעדיג
berlbalaguleh
זייער שיין געענטפערט על ראשון ראשון ועל אחרון מפטיר.... 😕 🙄 😂 ❓ 😠 😛 😮o

👍 👍

מ גפני » מיטוואך אפריל 9, 2014 2:54 pm

· #195494
ס'איז דא נאך א פראבלעם ביי אונז, לאמיר זאגן א יונגערמאן האט זיך יא געמאכט א ציהל אין לעבן און האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט און ענדליך זיך ערווארבן צו זיין א מושלם און ער קען גוט פסק'נען און ער האט אויך דעם 5'טן, קען ער אבער פארגעסן דערפון, ווייל זיין ווייב גייט נישט מיט א פרומען לבוש

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 9, 2014 7:57 pm

· #195559
מ גפני
ס'איז דא נאך א פראבלעם ביי אונז, לאמיר זאגן א יונגערמאן האט זיך יא געמאכט א ציהל אין לעבן און האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט און ענדליך זיך ערווארבן צו זיין א מושלם און ער קען גוט פסק'נען און ער האט אויך דעם 5'טן, קען ער אבער פארגעסן דערפון, ווייל זיין ווייב גייט נישט מיט א פרומען לבוש

און די צורה און אופן פון "פרומען" לבוש ווערט נישט גענומען פון שו"ע אדער פוסקים, נאר אזאלכע "גאונים וצדיקים" ווי הערשל קלאר און יואלי צימערמאן, וואס מ'קען אמת'דיג זאגן אויף זיי אז לא קרא ולא שנא. נאר אויף וועים דען זאל מען ארויפקוקן אלס אונזער מורה דרך, איצא שייגעץ?! אדער מנשה פיליף?!... 😕 😎 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😮

מ גפני » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:38 am

· #195653
berlbalaguleh
מ גפני
ס'איז דא נאך א פראבלעם ביי אונז, לאמיר זאגן א יונגערמאן האט זיך יא געמאכט א ציהל אין לעבן און האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט און ענדליך זיך ערווארבן צו זיין א מושלם און ער קען גוט פסק'נען און ער האט אויך דעם 5'טן, קען ער אבער פארגעסן דערפון, ווייל זיין ווייב גייט נישט מיט א פרומען לבוש

און די צורה און אופן פון "פרומען" לבוש ווערט נישט גענומען פון שו"ע אדער פוסקים, נאר אזאלכע "גאונים וצדיקים" ווי הערשל קלאר און יואלי צימערמאן, וואס מ'קען אמת'דיג זאגן אויף זיי אז לא קרא ולא שנא. נאר אויף וועים דען זאל מען ארויפקוקן אלס אונזער מורה דרך, איצא שייגעץ?! אדער מנשה פיליף?!... 😕 😎 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😮

איך רעד פון א ספעציפישער פאל וואס די "נישט פרומע לבוש" באשטייט פון א צוגעדעקט שייטל

הדד בן בדד » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:37 pm

· #195816
מ גפני
berlbalaguleh
מ גפני
ס'איז דא נאך א פראבלעם ביי אונז, לאמיר זאגן א יונגערמאן האט זיך יא געמאכט א ציהל אין לעבן און האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט און ענדליך זיך ערווארבן צו זיין א מושלם און ער קען גוט פסק'נען און ער האט אויך דעם 5'טן, קען ער אבער פארגעסן דערפון, ווייל זיין ווייב גייט נישט מיט א פרומען לבוש

און די צורה און אופן פון "פרומען" לבוש ווערט נישט גענומען פון שו"ע אדער פוסקים, נאר אזאלכע "גאונים וצדיקים" ווי הערשל קלאר און יואלי צימערמאן, וואס מ'קען אמת'דיג זאגן אויף זיי אז לא קרא ולא שנא. נאר אויף וועים דען זאל מען ארויפקוקן אלס אונזער מורה דרך, איצא שייגעץ?! אדער מנשה פיליף?!... 😕 😎 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😮

איך רעד פון א ספעציפישער פאל וואס די "נישט פרומע לבוש" באשטייט פון א צוגעדעקט שייטל


ליידער, איך קען אויך א מעשה פון א אינגערמאן א תלמיד חכם, וועלכער איז שוין יא ענדליך אנגעקומען צו א פאסטן פון מגיד שיעור אין א חסיד'ישע ישיבה קטנה, און דוקא שטארק מצליח געווען, אבער האבנדיג א נישט געזונט קינד אינדערהיים האט די אידענע געשפירט אז עס איז איר וויכטיגע צו דרייוון. נאכ'ן אפלייגן עס פאר יארן, האט זי ענדליך געשפירט אז זי קען נישט מער און האט זיך געלערנט דרייוון און זיך איינגעהאנדלט א קאר. עס איז איבריג צו זאגן אז דער איד האט פארלוירן זיין פאסטן...

(אבער איך מיין אז מען קריכט שוין אריין דא אין אן אנדערן נושא)

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:20 pm

· #195820
ניין. הדד בן בדד: דאס איז נישט קיין אנדערע נושא. נאר די זעלבע זאך. היינו טעמא דמגילה והיינו טעמא דשופר. כדי זיך צו דערגרונטעווען וויאזוי אינז זענען צו געקומען צו דעם איצטיגן שפל המצב דארפן מיר פארשטיין די סיבות דערפאר. ערשטנס אז מ'האט זיך פארלייגט אויפ'ן חיצוניות. נישט אז דאס איז נישט וויכטיג. אבער ווען מ'מאכט פונ'ם עיקר א טפל און פון טפל אן עיקר. קומט מען צו א נקודה ווען מ'בלייבט נאר מיט'ן חיצוניות. און דאס פנימיות איז אינגאנצן נישט אינטרעסאנט. און דער לבוש איז דער איינציגער מאס וואס באשטימט צו דער מענטש איז בארעכטיגט אנצוהאלטן זיין פאזיציע אדער נישט... 🙄 😈 😈 😛 😳 🙄 😢 😞 😮

הדד בן בדד » פרייטאג אפריל 11, 2014 12:36 am

· #195851
מיט דעם ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט. איך רעד אבער פון דעם פראבלעם אז מיר לעבן אין א לאנד וועלכע האט א געוויסע פארמיולא וויאזוי מען קומט צו בדרך כלל צו א מענטשליכער פרנסה. און אונזערע אזוי גערופענע מנהיגים איטערעסירט עס ווי דאס פאריעריגע שניי. ביסטו ביזי מיט חיצוניות און דאס פנימיות אינטערסירט דיך נישט, זייער ביטער, אבער נאך ביטערער איז אז דער חיצוניות וואס אינטערעסירט אים יא איז נאר דער חיצוניות'דיגער טייל פון דעם חיצוניות. די ווייסע זאקן, גלעזער, דרייוון וכדו'. אבער ביי אזא פשוט'ע זאך ווי פרנסה זענען זיי נישט צום האבן.

עס האט מיר לעצטענס פארציילט מיינס א באקאנטער וועלכער איז א ענגלישער טיטשער אין א סעמי ליטווישער ישיבה, אז איינער פון זיינע סטודענטס האט אים געזאגט אז זיין טאטע בייזערט זיך זייער אויף די אלע א"י'דיגע שנארערס וועלכע קומען נאנסטאפ נאך געלט. האט ער אים געזאגט: זאג דיין טאטן אז ער קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי, טענות דארף ער האבן נאר אויף זיך פארן געבן מיליאנען פאר די ראשי ישיבות וועלכע הייסן די תלמידים זייערע לעבן אזא סארט לעבן. זאל ער זאגן פאר די גדולים אז ער גיט זיי מער נישט קיין געלט נאר אויב זיי וועלן אינזינען האבן דער עולם זאל האבן פרנסה, און פאר די שנארערס זאל ער געבן א שיינע נתינה מיט אפאר ווארימע חיזוק רייד.

דריידל » פרייטאג אפריל 11, 2014 8:19 am

· #195866
ציקוקענדיג די חג הסמיכה צערעמאניע און אויסהערענדיג די דרשות האב איך באקומען גאנץ אן אנדערע בליק אויף אונזערע YU ברודער. איך האב אלץ געוויזט אז כאטשיג זיי זענען מאדערן, איז דאס נישט קיין סתירה מיט זיין ערליך און מדקדק במצוות, ווי נישט ווי בין איך דאך אן "אויפגעקלערטער" קאווע שטיבל ליינער ווי מ'באהאנדעלט יעדעם מיט רעספעקט. נעווערדעלעס, האב איך נאכאלץ געהאלטן אז זיי האבן וואס ארויפציקוקן אויף די חרדישע וועלט וואס פירן זיך לפנים משורת הדין אנטלויפענדיג פון א. ג. היתרים, אלץ צו פארזיכערן אז די ירידת הדורות זאל נישט ארויסגיין פון קאנטראל.

צוהערענדיג די דרשות האב איך מיך געכאפט אז איך בין טאטאלי ראונג. איין ספעציפישע נקודה וואס האט מיך דאס מערסטע באנומען איז בנוגע אסימילעישאן. שטעלטס אייך פאר אז איינע פון אונזערע עסקנים באקומט א ידיעה אז ס'רעדט זיך א שידוך צווישן א וויליאמסבורגער אדער ב"פ בחור מיט א גויטע רח"ל, און פאר געלט קען מען עס אפראטעווען. עס וואלטן פארגעקומען אסיפות עסקנים אנציווארעמען דעם עולם פאר די וויכטיגסטע צוועק, שרעקעדיגע קול קורא'ס וואלטן באדעקט די גאסן, הויכהילכערס וואלטן טויב געמאכט די איינוואינער ביז דאס געלט וואלט געשאפן געווארן.

און אמעריקא און איבער די וועלט זענען פארהאן מיליאנע אידן מיט געמישטע הייראטן. אסאך זענען תינוקות שנשבו וואס מ'וואלט געקענט ראטעווען דורך אויפקלערונגען. פאר סאום ריזען איז דאס נישט א טאפיק וואס נעמט צו די שלאף פון אונזערע עסקנים. אבער YU זארגט זיך פאר דעם. זיי זארגן זיך אז ס'זאלן זיין ערליכע רבנים איבער גאנץ אמעריקא וואס זאלן פארשפרייטן דעם דבר השם און אריינברענגן יודישקייט און פארקראכענע יודישע נשמות, אפראטעווינדיג דורות.

דאס איז בלויז א משל פון איין זאך וואס זיי געבן זיך אוועק בשעת אונז חרדים געבן נישט קיין האאט!

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 11, 2014 9:36 am

· #195873
דאס איז נאר א שפיץ-פון-א-אייז-בארג, פון א לאנגע ליסטע פונאנדערשיידן וואס טיילט אונז אפ פון אונזערע ערליכע מאדערנע ברידער. בשעת וואס אונזער ראשו ורובו ליגט אין וויאזוי צו היטן און רעזערווירן און האלטן דעם עולם'ס לעבן שטייגער ווי פאר צוויי דורות, וכל המרבה, צו דריי אדער פיר דורות, הרי זה משובח. און אלץ מיטן טענה "קוק נאר ווי געמיין די אלגעמיינער באפעלקערונג איז... נישטא קיין ברירה, מ'מוז זיך באהאלטן...", אין קורצען רופט זיך דאס "לייקענען די מציאות", זענען אונזערע קלוגערע ברודער אפען צו די מציאות, און פראבירן דאס בעסטע מעגליך צו לעבן ווי א איד, יעצט! דא! און אזוי!

נעם למשל די "שבת-הגדול-דרשה" פון מארגן. אונזערע רבנים וועלן אנהייבן מיט פשעטל! חצי שיעור, נותן טעם, מצה גזולה, ס'וועט פליען מנחת חינוך'ס, ר' יוסף ענגיל, שב שמעתתא'ס, א שווערע שואל ומשיב, און אזוי ווייטער, דער רב וועט מפלפל זיין, בויען און צו-ווארפען, ארויף אראפ... בקיצור, קיינער האלט נישט מיט - ס'האט דעם רב גענומען 4 וואכן צו פאבריצירן דעם פשעטל אז דער איין תלמיד חכם אין בית המדרש "וואס קען עכט מער לערנען ווי דער רב" זאל נישט כאפן פון וועלכע אלטע קובץ ער האט דאס גע'גנב'ט. פארוואס זאגט דער רב א פשעטעל? ווייל אזוי האט מען געטוהן!! נאכן פשעטל גייט מען אריבער צו אגדה, ווי דער רב איז משלב א חתם סופר מיט א מהרש"א, און נאר אזוי שטימט בכלל די גאנצע הגדה, - אה, שיעור נישט פארגעסען, אז ס'דא א וועלט'ס קשיא, וואס ס'פארלאנג א באלדיגע תירוץ, הלמאי רופט מען דעם שבת "שבת הגדול" (אזויווי מ'זאגט ביי "רצה" (יעדע וואך...) "שבת הגדול והקדוש הזה")? - אבער לויט ווי די זיידע זכרונו לברכה טייטש די גאנצע ענין פון מצה VS חמץ, שטימט שוין זייער גוט פארוואס די אידן זענען בכלל ארויס פון מצרים. סוף דרשה זאגט דער רב הלכות פון ראש חודש ניסן... און אז מ'דארף רויטע וויין פאר די כוסות, די שיעור פון כזית (-גראדע א וויכטיגע הלכה צו זאגן יערליך פון דאסניי, ווייל די כזיתים ווערן גרעסער פון יאר צו יאר), און אז "חצות" וואס שטייט אין שלחן ערוך איז נאר אויב מ'קען, אויב מ'קען נישט איז נישט!

האסטו אמאל געהערט א רב זאגן ביי שבת הגדול דרשה אז מ'דארף קויפן א מתנה פאר די ווייב? ניין.

מאטי » פרייטאג אפריל 11, 2014 2:52 pm

· #195902
האסט פארגעסן מעורר זיין אויף פירצות הדור....

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 11, 2014 7:05 pm

· #195914
מאטי
האסט פארגעסן מעורר זיין אויף פירצות הדור....

און מ'וואלט עכט געדארפט איבער גיין די גאנצע ליסט. נאר, ואי אפשר לפורטם כי רבים וחדשים לבקרים הם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😉 😞 😮

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 11, 2014 7:11 pm

· #195915
ר'' דריידל: ייש"כ פאר אויפווייזן דעם חילוק. מ'קען אפשר זאגן בדרך דרוש. (יעצט איז דאך ערב שבת הגדול.) אז אינז האלטן נאך ביי סור מרע. (שוין כמעט זיבעציג יאר.) און זיי (די מאדערן ארטאדאקס.) האלטן שוין ביי עשה טוב... 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😕 😠 😛 😳 😢 😞 😮

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 11, 2014 7:14 pm

· #195916
דאס איז דאך א מחלוקה געווען צווישען ר' אלימלך און ר' זושא

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 13, 2014 3:08 am

· #195966
קאווע טרינקער

האסטו אמאל געהערט א רב זאגן ביי שבת הגדול דרשה אז מ'דארף קויפן א מתנה פאר די ווייב? ניין.

גראדע מיין רב האט יא דערמאנט די פרויען ביי זיין דרשה.

(ער האט געזאגט אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אז זיי רייניגען גוט)

קאוועניק » זונטאג אפריל 13, 2014 9:17 am

· #195985
קאווע כהאב גראדע גפרעגט מיין רב דערוועגן זאגט ער מיר דאס קענסטו נאכקוקען אין די שאפערס רוט