☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6217

אשכול אן א טיטל #6217

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6217

— » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:19 pm

· #194332

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:34 pm

· #194339
איין שאלה:

וויאזוי פלאנט ער נאכצוקומען די אינערליכע קהילה מחלוקיות?

זיך האלטן "נוטראל" וועט נאר געלונגען פאר א אלטגעזצענע צייטונג, כדוגמת המודיע.

ער לייגט זיך שווימען אין מים סרוחים.

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:34 pm

· #194340
און דאס איז בנוסף צו דער וועכענטליגע "מאמענט"?

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:13 pm

· #194349
@אנאנים,

קען זיין אז ער קען יא. איך פרעג נאר לגבי זיין ביזנעס מאדעל, צו ער האט עס גענומען אין באטראכט. סתם א תגובה געשאסן. גארנישט געמיינט.

שרייבער » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:29 pm

· #194354
וואס טוען די צייטונגען אין א"י לגבי דעם פראבלעם?

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:36 pm

· #194359
[ציטאט אראפגענומען]

אומפארטייאיש לגבי מאכנובקא אויך? אדער זיין חסידות פאליטיק איז יא ערלויבט?

דריידל » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:52 pm

· #194364
די צייטונגען אין א"י האבן טאקע א גרויסע פראבלעם מיט חסידישע פאליטיק ווי בעלז-מאכנובקע, וויזניץ - ויזניץ און נאך. עס איז אוממעגליך צופרידן צו שטעלן יעדעם איינעם.

בד"וו, איך הער אז צומערמאן שארפט זיך שוין די שטומע קעגן די וואס ווילן מטמא זיין וויליאמסבורג מיט די נייע צייטונג.

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:50 pm

· #194382
משולם שטיינפעלד
[ציטאט אראפגענומען]

אומפארטייאיש לגבי מאכנובקא אויך? אדער זיין חסידות פאליטיק איז יא ערלויבט?

מאן יימר אז מיט א בעלזער יונגערמאן האט ער נישט געמיינט בעלז מאכנוובקא?

בעל הבית » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:52 pm

· #194384
וועט ער נאך אלץ האבן זיין פאליטיק מיט בעלזא י-ם

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 7:35 pm

· #194599
דער כלל איז ארויסגעקומען מיט א שאקירנד דפוק'ישע פראפאזל, ממש בזיונות, אויף אן ערגערן פארנעם ווי די ערשטע מצליח אויסגאבע.
עס איז נישטא קיין שורה אן קיין גרייז, א קינדערישע גערעדעכטס, צום לאכן און צום וויינען.
עס איז גענוג נישט מער ווי אנצוצייכענען זייער גרייזיגן סלאגאן: דער צייטונג פון גאנץ כלל ישראל, ווען יעדער בר ביה שרייבן ווייסט אז מ'שרייבט די צייטונג.
בקיצור לעת עתה רעדט מען פון מענטשן וואס האבן נישט קיין שום עקספיריענס אין דעם פעלד און סענדלט מער צו א פורים צייטונג פון א ישיבה קטנה.
א לענגערע אנאליז פארוואס זייער שאנס פאר הצלחה שטייט ביי נול וועט נאכפאלגן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 8:00 pm

· #194600
קילט אייך אראפ....
גיב זיי א טשענס....

לאליפאפ » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 8:06 pm

· #194603
שי****** כא שוין געהאפט!!

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 11:15 pm

· #194615
קאווע טרינקער
קילט אייך אראפ....
גיב זיי א טשענס....

דאס וויכטיגסטע זאך ביי זיי האט געזאלט זיין זייער פירסט אימפרעשאן! גארנישט איז נישט וויכטיגער ווי דעם. מען באקומט נישט קיין צוויי טשאנסן. ארויסגעבן עפעס וואס איז נישט א דבר השלם איז א זלזול אין די קאסטומערס.

אויב וויל ער מען זאל געבן צייט, זאל ער עס פארטיילן בחינם.

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 11:55 pm

· #194619
[ציטאט אראפגענומען]

ער רעדט פון דער פראפאזעל. מן הסתם איז עס א סעמפל פאר פאטענשעל אדווערטייזערס.

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:03 am

· #194633
טשענס שמענס, מרעדט פון מענטשן וואס האבן ניטאמאל געליינט א צייטונג ווער רעדט נאך פון ארויסגעגעבן , א שאד יעדעס ווארט, יעדער וואס זעט זייער פראפאזל ווערט רויט אנשטאט זיי.
אזעלכע יונגעלייט ווי שמעקעדיג, זר און פישלע האבן פיל א טיפערע הבנה אין זשורנאליזם און עדיטן ווי די קליינע קינדער פון כלל.
ווער עס וויל די פראפאזל זאל ביטע שיקן אן אישי מיט אן אימעיל אדרעס.

שרייבער » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:31 am

· #194650
בין איך דעראיינציגסטער וואס כאפט אן עקל פון אזא נאנטע פיקטשער פון אונזער שווארצן מלך, אז איך קען אפציילן יעדע האר אין זיין נאז, אך די עסן קומט מיר ארויף

שרייבער » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:33 am

· #194651
איך מיין די ערשטע כלל פאר א אידישע צייטונג, נישט לייגן קיין בילדער פון גוים בפרט אזעלכע גרויסע אויפן פראנט פעיזש, ס'ברענגט אפשיי, ס'געט נישט א גוטע אימפרעשאן פאר די סארט אידן וואס ליינען נישט קיין ענגלישע צייטונגן כנלע"ד וכל הרוצה יבא ויחלוק

מ גפני » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:33 am

· #194652
שרייבער
בין איך דעראיינציגסטער וואס כאפט אן עקל פון אזא נאנטע פיקטשער פון אונזער שווארצן מלך, אז איך קען אפציילן יעדע האר אין זיין נאז, אך די עסן קומט מיר ארויף

דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס עס עקלט מיר צו קויפן דעם "עמי" מאגאזין

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:33 am

· #194653
שכויעח ראובן מיין האנט טוט שוין וויי פון פארווארדן אזויפיל מאל, די אלע וואס האבן געבעטן און נישט באקומען, איך בין פשוט נישט אנגעקומען און יעצט קענט איר עס זען דא. סליחה.

איש עברי » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:41 am

· #194658
וואלסט ענדערש געוואלט ציילן די האר אויף מישקאלצע רבי'ס נאז?

מ גפני » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:48 am

· #194662
איש עברי
וואלסט ענדערש געוואלט ציילן די האר אויף מישקאלצע רבי'ס נאז?

ניין!!! ביידע זענען עקעלדיג, די איידיע איז נאריש, ס'האט נישט מיט אידישקייט, ס'איז פשוט עקעלדיק!!

איש עברי » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:50 am

· #194665
אבער די וואך און כל העולם כולו האבן קלאוזאפס אויפ'ן קאווער פון סך מיאוסערע מענטשן ואין פוצה פה ומפטפט

מ גפני » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:52 am

· #194667
קיינמאל נישט אזוי גרויס

אפטעמיסט » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:02 am

· #194669
נעבעך. ממש א עקל. אזוי צו ספעלן? פאסט פאר כתה א'. ס'לאזט זיך נישט גלויבן. @אנאנים וויאזוי ווייסטו אז זיי קומען נישט ארויס אין די ענדע?

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:06 am

· #194670
קאווע טרינקער
קילט אייך אראפ....
גיב זיי א טשענס....


עס דערמאנט מיר א מעשה (סארי ר' באלעגאלע אויב כ'בין עובר אויף השגת גבול 🙄 💡 😲 😕 )

מען האט אנגעטראגן א פיינעם בחור פאר ר' ליפא, פאר זיין געראטענע טאכטער. "נאר איין פראבלעם האט דער בחור דער מדובר" – זאגט דער שדכן – "ער שטאלפערט". "אבער חוץ מזה איז אלעס אין ארדענונג? ער איז א קלוגער?" פרעגט ר' ליפא, דער צוקונפטיגער מחותן. "יא יא, הונדערט פראצענט", פירט אויס דער שדכן. "נו, אויב אזוי, איז נישט געפערליך. לאמיר זיך טרעפן און כ'וועל כאפן א שמועס מיט אים, און זעהן אם כנים הדברים".

דער בחור קומט אריין צום אינטערוויאו, און שטרעקט אויס די האנט צו ר' ליפא. "ש-ש-ש-שא-שא-שא-שאלעם עליכם!" זאגט ער מיט א שמייכל. "עליכם שלום, אבער דער שידוך איז צונישט, עס קען נישט גיין ווייטער"!

"וואס האט פאסירט?" פרעגט דער שדכן, "האט ער עפעס געטון נישט ריכטיג?"

"האסט נישט געזעהן ווי ער שטאלפערט?" זאגט ר' ליפא.

"אמת" זאגט דער שדכן, "אבער אדעתא דהכי נחית! איר האט דאך פארקוקט דערויף!"

"ריכטיג, אויפן שטאלפערן האב איך פארקוקט, אבער נישט אויפן טיפשות! א אמת'ער חכם וואס ווייסט אז ער קעקעצט וואלט געדארפט אנהייבן די "שא-שא-שא-שא-שא" חלק אינדרויסן נאך איידער ער קומט אריין אין שטוב, אזוי אז תיכף ווען ער הייבט אן צו רעדן צו מיר זאל ער שוין נישט דארפן קעקעצן נאר גלייך זאגן די לעצטע חלק פון "שלום עליכם"....

דער נמשל איז מובן מאליו. מען קען געבן א טשאנס הונטער די קוליסן, בעפאר מען קומט ארויס פאבליק, פאר מען עפנט דעם טיר.. אבער ארויסקומען צום ציבור, און דאן אנהויבן קעקעצן, און ווען יעדער לאכט בעהט מען א טשאנס... דאס איז א חוכא וטלולא, און ווי פישעלע האט שוין געזאגט, מען באקומט נישט א צווייטן טשאנס צו מאכן א 'פירסט אימפרעשאן'.

(למען האמת, איך זאג עס נאר באזירט אויף קאווע טרינקער'ס פארלאנג פון געבן א טשאנס, איך האב עס נאכנישט אדורכגעקוקט און איך האב נאך נישט מיין מיינונג דערויף, נאר תמכתי יתדותי אויף די אנדערע עקספערטן דא אז עס איז נישט ראוי לברכה)

מצטמק ויפה » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:20 am

· #194676
אפטעמיסט
נעבעך. ממש א עקל. אזוי צו ספעלן? פאסט פאר כתה א'. ס'לאזט זיך נישט גלויבן. @אנאנים וויאזוי ווייסטו אז זיי קומען נישט ארויס אין די ענדע?

נאכדעם וואס זיי ליינען אונזער פידבעק ביסטו נאך מסופק אויב זיי קומען ארויס.....?!

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:30 am

· #194679
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ביטע זיי נישט אזא ליבעראלע נשמה. עיין בתגובה של איש עברי... 😂 🙄 😂 🙄 😂 😛 😳 😮

מ גפני » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:01 pm

· #194686
שמעקי
👍 👍 👍

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:31 pm

· #194690
מצטמק ויפה
אפטעמיסט
נעבעך. ממש א עקל. אזוי צו ספעלן? פאסט פאר כתה א'. ס'לאזט זיך נישט גלויבן. @אנאנים וויאזוי ווייסטו אז זיי קומען נישט ארויס אין די ענדע?

נאכדעם וואס זיי ליינען אונזער פידבעק ביסטו נאך מסופק אויב זיי קומען ארויס.....?!

דער פידבעק איז געמאכט אז דער ארויסגעבער זאל אונז קאנטעקטן אין אישי אויב אונז ווילן ארויסהעלפן פאר געלט. כאפסט נישט?... 😂

מצטמק ויפה » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:42 pm

· #194691
נו פישל'ע נעם זיך צו די ארבייט מאך א ספע"ל טשע"ק דערויף, און שרייב די טעותים און וואס די ריכטיגע ספעלינג איז, לייג עס דא ארויף, און אולי וועסטו שוין גאר קענען באצאלען די מאסט פון היי יאר, מיט אזא גראבע פעי טשעק פון "דער כלל" ..... 😂

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:46 pm

· #194692
אלץ איינער וואס קויפט יעדע נייע אויסגאבע די ערשטע וואך צוויי, וועל איך אי"ה אויך קונה זיין דעם כלל ווען עס וועט ארויסקומען.
נו, אז כ'בין שוין א קליענט, מעג איך שוין זאגן מיין מיינונג.
1) דאס בילד פונעם פרעזידענט, איז נישט לפי טעמי. נישט צוליב די שרייבער'ס טעם, ווייל ס'איז א שווארצע גוי, ס'איז דאס עצם געשטעל. אפילו אזא בילד פון שלמה המלך וואלט איך נישט געראטן צו לייגן אויפן ערשטען בלאט פונעם ערשטער נוממער.
2) פון זייערע אריינפיר זעהט מיר אויס אז די "גרופע" שפירען זיך נישט גענוג "באשריבן" אין די היימישע צייטונגען. ווען ווערן קהילות באשריבן אין צייטונגען אויסער רבישע חתונות און געוועזענע דינער'ס, עצרת'ן און אסיפות, פארהער אין כולל, א סיום אין ישיבה קטנה סניף וויליאמסבורג היכל משה יוחנן? וועלכע קהילות לעכצען נאך די קינדערישע קורצקעפיגע ארטקילען? סאטמאר ארונים האבן דאך אן אייגען צייטונג (צייטונג? ישיבה בחורים שבת זכור בלעטעל, אפשר) סאטמאר זאלונים האבן דעם דעם אומאפהענגינגען אראטאקסישען "איד"; בעלזא האט המחנה החרדי (און נאך צענדליגע וועכענטליכע גליונות); דינוב און קראלע ווערן באשריבן אין די לענג יעדע צווייטע וואך אין דער איד/בלאט; סקווירא, וואלט נישט געלייגט בילדער פונעם פרעזידענט וואס האט געווינען פרוי קלינטאן אין די פריימערי וואלן; וויזניץ, שווער צו גלייבן אז דער רבי זז"ג לאזט; פאפא, שווער צו גלייבן, ניטאמאל אן אייגען תורה בלעטעל פארמאגן זיי, זאלן זיי ארויסגעבן א כלליות'דיגן צייטונג?! גור האט דעם "המודיע"; אייזענבערגער'ס עולם ליינט נישט קיין אידיש (נישט אז ענגליש קענען זיי יא); באבוב, די עכטע וועט קיינמאל נישט זיין נוטראל לגבי באבוב די פאלטשע; סקאליע פון 18'נטע עוועניא האט נישט די געלט צו אינוועסטען אין דעם; אפשר וויען? ספינקא? כוונת הלב?
ס'זעהט מיר אויס וואונדערליך, פאנ"י בלע"ז, אז די "ערענסטע אינגעלייט פון פארשידענע קהילות" זענען גענוג קלוג צו "אנערקענען דעם פאקט" אז דר'עולם ווארט נישט פאר סוף-וואך צו ליינען די נייעס פון נעכטען און איבער-נעכטען, אבער זענען נישט גענוג קלוג צו פארשטיין אז דער "יונגערמאן" וואס קומט זיך איינקויפן "ליטעראטור ביים ענדע וואך" זוכט נישט קיין צייטונג וואס דעקט פיבערהאפטיגע הכנות ... עסקנים בעטהן דעם עולם צו פאלגן די עסקנים... שווערע טויזענעטער האבן זיך באטייליגט ... די קלימאקס ... די רבי איז געטאנצען מצוה טאנץ.. וינועו אמות הסיפים.... דר'עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע טאג שעה'ן....

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:53 pm

· #194693
אילו לא בא כלל זה לידינו אלא להוציא הודעה ארוכה ויפה מ@קאווע טרינקער, דיינו.

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:28 pm

· #194705
אין אן אפיציעלן סלאגאן איז עס אומאקצעפטירבאר, און גראדע אויסער דעם גרייז איז די גראמאטיק אין דעם עד אויסגעהאלטן.
איך בין באוואוסטזיניג איבער די פילע חסרונות פון דער בלאט, אבער ביז ציען א שטריך צו דער כלל איז פאלג מיר א גאנג.

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:37 pm

· #194706
"מיט דער גרעסטער ליינער באזע" קען זיין סתם א ליגענט, נישט א גרייז....

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:13 pm

· #194711
יעצט נאכגעקוקט אין "אינסטענט טרענסלעיט" וויאזוי זיי טייטשן איבער The Newspaper, וועלענדיג זעהן צו אויף דויטש וועט עס קומען die (די) אדער diezer (דער).

דאס האט עס צוריקגעוויזן:

die Zeitung

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:20 pm

· #194739
איך בין מסכים הונדערט פראצענט איך זאג בלויז אז דער כלל איז פי כמה שוואכער פון דער בלאט אז דער בלאט איז ניטאמאל א צוגלייך, און איר קענט אייך שוין פארשטעלן וואס פאר א פנים זי טראגט...

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:41 pm

· #194743
כקאווע ועוד לקרא:
קודם כל מיינע ווערטער זאלן אויף קיין פאל נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי סיי וואס פאר א זלזול אויף די ארויסגעבער פערזענליך, אדרבה, איך שעץ זייער זייער גוטער ווילן, ותשועה ברוב יועץ.
1. מצידי זאל ער לייגן בילדער פון וועמען ער וויל, דאס איז זיין קלענסטער פראבלעם, איך בין מחולק אויפ'ן עצם יסוד אז סאיז דא א דימענד פאר אן אומפארטייאישער צייטונג. נייעס אין פארעם פון א צייטונג פארמאט איז א פארגוססטע מארקעט , און ווער סזוכט עס דייקא יא, טרעפט עס די והותר אין די דריי חרדישע עקזיסטירנדע צייטונגען.
2. עס איז כמעט נישטא אין די מארקעט א מציאות אז א צייטונג זאל דעקן א קהילה, דער צדיק כאפט נישט אז די קהילות דעקן זיך אליין, און ווער סהאט געוואלט ביז היינט פובליציטעט, האט שוין געטראפן וואו, ווען און וויאזוי, און די אנדערע, א שטייגער ווי למשל גור, זיי האבן נישט קיין שום אינטערעסן אין די סארט באריכטן.
אתה מבין, דער כלל וועט דארפן דינגען שרייבער און צאלן גראב געלט פאר קהלישע באריכטן, א זאך וואס קיינער טוט נישט, ווייל משטיינס געזאגט דאס איז זיין ספעציעליטעט, פאר קהלות וואס זאגן מוחל טובות, פאר א קליענטעל וואס איז כלל נישט געוואוינט דערצו.
3. דער בלאט און דער איד האבן ביידע ארום זעקס טויזנט קונדן, און דאס איז שוין נאך די פאקטן, אז סאטמאר איז גרויס מיט אסאך פלייש, זיי זענען א אידיש רעדנדער עולם, אפילו די פרויען ליינען אין גרויס טייל אידיש, און א באדייטנדער עולם קויפט עס ביי דיפאלט אפילו ער ליינט עס כמעט נישט צוליב פאליטישע נייגונגען און לאמיר נישט פארגעסן אז פאליטיק און סענזאציע ציעט קונדן.
עס פעלט אים די אלע מעלות און איך זע נישט מיט וואס ער קען עס ריפלעיסן.
4. דערצו איז דא דער פראבלעם אז סאיז נישט מעגליך צו דעקן יעדן און דער טאג ער דעקט 45 פארלירט ער 48 וכו'.
5. די אלע טענות זענען געווען גילטיג אפילו איידער די פראפאזל איז ארויס לאור עולם, אחרי ככלות הכל קומט צו דער פראבלעם אז די מענטשן ווייסן נישט וואס זיי טון און האבן ניטאמאל די ריכטיגע קשרים אדער ראט כאשר עיניכם תחזינה מישרים.

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 4, 2014 6:34 pm

· #194749
איך מיין אז 6000 קונדן פארן 'איד' איז אונטערגאשאצט

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 6, 2014 2:45 am

· #194814
מיין אינפארמאציע איז באזירט פון די פרינטינג קאמפאניס וואס שטעלן צו די אינסורטס, פאר באזז טויס פאר יו, וכדומה.
עס ווערט באשטעלט פופצן טויזנט עקזעמפלארן, צו צעמישן דעם שטן. זעקס טויזנט ווערט גענוצט און דאס איבריגע גייט אין מיסט.
איין מארקעטינג עקספערט האט מיר פארציילט, אז ער קומט אלעמאל מיט א ווען אפנעמען די איבריגע באקסעס...

עפל סיידער » זונטאג אפריל 6, 2014 12:58 pm

· #194879
הלשון
קאפירט פונעם סייט "אידישע ווינקל":

"דורכברוך: צוויי נייע אויסגאבעס אין אידיש ערווארטעט ארויסצוקומען אויף פסח
מיט פרייד נעמען אויף אידיש רעדנדע און ליינער איבער א דורכברוך אין די פעלד פון אידישע ליטעראטור. נאך עטליכע יאר וועלכע עס איז נישט ארויסגעקומען עפעס פריש און ניי אין די אידישע שפראך פאר די אידישע ליינער ווערט געמאלדן איבער צוויי נייע אויסגאבעס וועלכע איז ערווארטעט ארויסצוקומען אויף דעם יום טוב פסח הבעל"ט.
"דער כלל" גייט זיין א אומפארטייאישע צייטונג וועלכע וועט מעלדן נייעס און ארטיקלן און וועט פרובירן צו דעקן אלע מוסדות און קרייזן אייניג אהנע פאליטיק.
"דער מאמענט" איז א נייע מאגאזין וועלכע לויט ווי עס קוקט אויס פרובירן זיי אנצונעמען דעם סטיל פון 'משפחה' און 'בקהילה' נאר אין די אידישע שפראך.
עס לויט ווי קלאנגן לויטעט ווערט עס ארויסגעגיבן דורך די זעלבע בעלי בתים פון "א בליק" בילדער מאגאזין וועלכע פרובירט צו הייבן זייערע סעילס נאכן נישט אויסנעמען אזוי גוט אין די בילדער ליין און אפשר צוזאמען מיט ארטיקלן וועט עס יא גיין.
עס איז שוין פארהאן א צייטונג "דער מאמענט" וועלכע קומט ארויס אין מאנטריאל דורך די 'ילדי' ארגאנאזאציע. אבער עס האט נישט קיין שיכות.
אויך וועט בקרוב נאך פסח אנהייבן ערשיינען א נייע טעגליכע אימעיל וועלכע א עקזעסטירענדע אידישע צייטונג וועט פאבליצירן.
סובסקרייבערס וועלן באקומען א טעגליכע אימעיל פון נייעס אין אידיש."

קרעקער » זונטאג אפריל 6, 2014 1:33 pm

· #194890
איך מיין אז 6000 קונדן פארן 'איד' איז אונטערגאשאצט


און איך ''ווייס'' אז סאיז איבערגעשאצט

sefish » זונטאג אפריל 6, 2014 1:41 pm

· #194892
איבערגעשאצט איז נישט דאס ווארט. איך ''ווייס'' אז דער איד דרוקט א נישטיגע 450 שטיק 200 לייגט מען אראפ אין ווילי 100 שטיק אין מאנדרוי, 75 אין מאנסי 25 אין ב.פ. 2 אין טאהש. 3 אין סקווירא, 10 קיין לאנדאן, 2 אין קאשוי 1 אין בעיסוואדער די איבריגע 30 טיילט משה גבאי אויס פאר זיינע פרענדס
טראסט מיר איך ווייס

signout » זונטאג אפריל 6, 2014 7:24 pm

· #194950
דער בלאט פארקויפט זיך איבער 10 טויזענט צוזאמען דער איד איז האלט איך ביי ענליכע ציפערן, שריי נישט גיי עס נאך וועסטו זיך איבערצייגן

איש עברי » זונטאג אפריל 6, 2014 8:35 pm

· #194958
דער כלל וועט ערשיינען לויט די יעצטיגע פלאן אויף שבועות