בין הזמנים: שלום עליכם אלע בחורים'לעך!...
פינקע איי-פאוין'ס, שלום עליכם! 😛 😛 😛
טייערע בחורים'לעך,
עס איז אונז - בעלי בתים - גאר א גרויסע זכיה אז עטס זענטס ענק דא צאמגעקומען. אונז זענען דאך אזוי מטושטש פון ארבעטן יעדן טאג, און מיר ווייסן שוין נישט ווי די קאפ שטייט אונז, צו ס'איז נאך גראד בכלל.
אונז קוקן ארויס אויף ענקער אויסגעהארעוועטע מוח'לעך.
ענקער רבי חיים סברות אויף כל מילי דעלמא.
ענקער "ישיבה'שע רייד" אויף דברים של מה בכך.
ועל כולם, ענקער טיפע פארשטאנד איבער פאליטיק (חסיד'ישע און וועלטליכע) וואס עטס האט אזוי ראפענירט אנטוויקעלט ביי ענקער לאנטש.
יהא בואכם לברכה.
נ.ב. רעדטס ענק נישט איין אז אלעס וואס שטייט אויף דעם סייט איז דברים כהווייתן און הלכה לרויטע מפיצא.
לערנטס פלייסיג. העלפטס ארויס די מאמע. ווייטאג נישט אן דעם טאטע'ן. ועל כולם, זאל זיין א נחת רוח פאר'ן רבי'ן זאל זיין געזונט.