☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » יא ס'איז א פאקט! "קרעמער" פארלאזט אייוועלט

יא ס'איז א פאקט! "קרעמער" פארלאזט אייוועלט

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #621
בלאט: 1 2

יידל » מיטוואך מאי 23, 2012 7:43 pm

· #14622
שמואל הלוי
יידל
איך האב אסאך געטראכט איבער קרעמער'ס שריט. איך וואלט ווען געדארפט זיך מאכן א ניק אין אייוועלט אין אים גראטואלירן פאר זיין קוראזש. עס איז באמת נתפעל צו ווערן פון די געוואלדיגע כוחות הנפש וואס דער מענטש ווייזט ארויס.

זאג מיר נישט אז דו האסט נאכנישט א ניק דארט 😂

אבי גערעדט » מיטוואך מאי 23, 2012 8:36 pm

· #14645
האט איר שוין געהערט פון אזא זאך ווי מיד-לייף-קרייזיס? כמעט יעדע מענטש גוים אין יודן צוגלייך, ווען ער קומט אן צו די הויעכע שלושים יאהרן, קומט אריין אינעם מענטש א געוויסן דראנג אין התעוררות צו ווערן ערנסטער, איך זאג נישט אז דאס איז די מעשה מיט רב קרעמער, אבער מען קען דן זיין אז אולי האט אים שוין לאנג צוריק אנגעכאפט דאס התעוררות אין האט בלויז געווארט אויף א געלעגענהייט, ווער ווייסט.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 8:49 pm

· #14651
אבי גערעדט
כמעט יעדע מענטש גוים אין יודן צוגלייך

גוים און להבדיל יודן כצ"ל.

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 23, 2012 9:59 pm

· #14663
כ'פארשטיי נישט מ'רעדט דא פין א בר דעת מיט שטארקע כוחת. איז ממנפשך איז די אינטרנעט געווען א פראבלעם פאר ביז היינט איז פארוואס האט ער נישט געסטאפט ביז היינט, אויב נישט וואס האט די כינוס געטוישט?
רב וואקסמאןס אימציוולע"זירטע קולות אדער רב סגל'ס וויינעריי טוישט נישט א 'קרעמער'. אויב איז עס פשוט די הלכה,
מיין דיין איז מחולק מיט'ן הלכהדיגע פסק פין רב וואזנער, כ'מיין סיהאט צוטאן ווי אזוי מ'לערנט פשט אין עפעס תוס' ריד.

טעפל » דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:32 am

· #14741
[פארמעקט]

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:22 pm

· #14801
נולד מאוחר
כ'פארשטיי נישט מ'רעדט דא פין א בר דעת מיט שטארקע כוחת. איז ממנפשך איז די אינטרנעט געווען א פראבלעם פאר ביז היינט איז פארוואס האט ער נישט געסטאפט ביז היינט, אויב נישט וואס האט די כינוס געטוישט?
רב וואקסמאןס אימציוולע"זירטע קולות אדער רב סגל'ס וויינעריי טוישט נישט א 'קרעמער'. אויב איז עס פשוט די הלכה,
מיין דיין איז מחולק מיט'ן הלכהדיגע פסק פין רב וואזנער, כ'מיין סיהאט צוטאן ווי אזוי מ'לערנט פשט אין עפעס תוס' ריד.


איך וויל דא מוחה זיין אויף דיין לשון. אביסל כבוד התורה ביטע.

אז מען לייענט זיין "צוואה" (בעסער?) קען מען זעהן וואס האט אים באוואויגן, ס'איז אלעס צוזאמען, אבער דער כינוס וואס האט אים מעורר געווען ביז טרערן, מיט די אלע מחשבות אינאיינעם, האט געגעבן דעם לעצטן שאס, איינצוזעהן אז ער פארברענגט צופיל צייט וואס קען ווערן אויסגענוצט אויף בעסערס.

טעפל » פרייטאג מאי 25, 2012 2:43 am

· #14877
[ציטאט אראפגענומען]

איך הער, אנטשולדיג, שכוח.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 10:06 am

· #16087
קרעמער שרייבט שוין טאקע נישט מער אויף אייוועלט?????

ידען » דינסטאג יוני 5, 2012 10:10 am

· #16091
לעמיל
קרעמער שרייבט שוין טאקע נישט מער אויף אייוועלט?????

זייער גרינג נאכצוקוקען.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 10:11 am

· #16092
מיין פילטער לאזט עס נישט דורך

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 10:17 am

· #16095
לעמיל
קרעמער שרייבט שוין טאקע נישט מער אויף אייוועלט?????

יאפס! ער שרייבט טאקע מער נישט.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 10:19 am

· #16098
כל הכבוד לו

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:37 am

· #16134
שמואל הלוי
לעמיל
קרעמער שרייבט שוין טאקע נישט מער אויף אייוועלט?????

יאפס! ער שרייבט טאקע מער נישט.

עכ"פ מיטן ניק "קרעמער", און עכ"פ אין די אפענע פארומס.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:40 am

· #16136
מיינסט ער שרייבט מיט א אנדערע ניק?

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 11:40 am

· #16137
יידל
שמואל הלוי
לעמיל
קרעמער שרייבט שוין טאקע נישט מער אויף אייוועלט?????

יאפס! ער שרייבט טאקע מער נישט.

עכ"פ אין די אפענע פארומס.

מסתמא אויך נישט אין די פארמאכטע, ווייל זיין מספר התגובות איז געבליבן די זעלבע.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:42 am

· #16139
אבי יידל האט חושד געווען

א געלעכטער » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 11:56 pm

· #55933
דער האלט זיך פעסט! ער האט עס אמתדיג אינגאנצען איבערגעלאזט!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:14 pm

· #56018
שמואל הלוי
אבי גערעדט
כמעט יעדע מענטש גוים אין יודן צוגלייך

גוים און להבדיל יודן כצ"ל.

ס'איז נישט אלעמאל שייך. אמאל רעדן מענטשן מיט א תרתי-דסתרי'דיגן לשון. איך האב אמאל גערעדט צו א יידעלע. בתוך הדברים האט ער מיר פארציילט כהאי לישנא: "איך און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען געשפילט קארטן".

משולם שטיינפעלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:24 pm

· #56028
א געלעכטער
דער האלט זיך פעסט! ער האט עס אמתדיג אינגאנצען איבערגעלאזט!

יש הרבה ניקים למנהלים.....

א געלעכטער » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:26 pm

· #56082
knowing him in real life, i can vouche that he is gone.

משולם שטיינפעלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:53 pm

· #56089
How about if I know his other nick?

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:57 pm

· #110460
דער אשכול האט יידל אנגעהויבן מיט א לינק וואס דערציילט וועגן א גוי וואס פארלאזט דעם אינטערנעט פאר איין יאר.

דער יאר ענדיגט זיך היינט. און ער גייט באלד צוריקומען.

מ'קען עס מיטהאלטן דא לעבעדיג. 11 אזייגער היינט נאכט

<a class="postlink" href="http://www.theverge.com/2013/4/29/4282088/special-vergecast-paul-returns-to-the-web">http://www.theverge.com/2013/4/29/42820 ... to-the-web</a>

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:05 pm

· #110465
אזא פארלוסט איז ער געווען אז די שמחה איז אזוי גרויס?

מורינו הרב » מיטוואך מאי 1, 2013 1:55 am

· #110592
וואס איז געווארן? - איינער האט א לינק?

לעמיל » מיטוואך יולי 10, 2013 1:04 pm

· #132147
למעשה און די אייוועלט אויסגאבע מי מנוחות אז ער דרייט זיך נאך יא אויף אייוועלט נאר נישט אינטער די ניק קרעמער

פראגע: וויאזוי האט אייך אפעקטירט דאס פארלאזן די ווירטואלע אידישע וועלט בשעת אייערע פריינט די עכטע וועלט זענען נאך דארט. אין אנדערע ווערטער ווען איר שמועסט מיט א ידיד וואס איז נאך אויף אייוועלט אדער איר טרעפט "צייטליך" און ער זאגט עפעס, און 'בום'..., איר ווייסט נישט פון וואס ער רעדט. צו פאסירט דאס אמאל, און וויאזוי אפעקטירט עס אייך?

ענטפער: איך האב טאקע אויפגעגעבן מיין פאסטן און ניק נאמען, אבער איך דריי מיך נאך אלץ ארום אין די קארידארן פון אייוועלט. פאראיאר נאכן זיך אפגעזעגענען האב איך גראדע פרובירט אוועקצושטיין דערפון אויף א לענגערע צייט, מיט די האפענונג איבערצומישן דאס בלעטל אויף אייביג, אבער מיט די צייט האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך האב צופיל אינוועסטירט אויף דעם ארט צו קענען איבערהאקן דערמיט אלע באציאונגען...

טעפל » מיטוואך יולי 10, 2013 4:32 pm

· #132283
איינע פון די שטארקע אקטיווע מעמבער'ס אין אייוועלט האט מיר אמאהל געזאגט אז ער ווייסט אז ער איז דארט מיט אן אנדער ניק..

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 25, 2014 7:32 pm

· #208104
קרעמער האט היינט געשריבן אין אייוועלט

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=884896#p884896">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 96#p884896</a>

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך יוני 25, 2014 8:55 pm

· #208113
מן הסתם שרייבט ער דארט כסדר מיט א צווייטע ניק נאר ער האט דאס מאל בטעות אריינגעסיינט מיט זיין אלטע ניק. דאכט זיך דא אין קאווע שטיבל געשענט עס אויך מפעם לפעם ווען אלטע ניקס וועקן זיך אויף נאכן נישט שרייבן פאר יארן און גלייך דערנאך כאפן זיין א שתיקה ביז די נעקסטע מיסטעק... לדוגמת שמאול הלוי..

עפל סיידער » מיטוואך יוני 25, 2014 9:10 pm

· #208116
שמואל הלוי
קרעמער האט היינט געשריבן אין אייוועלט

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=884896#p884896">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 96#p884896</a>




שמואל הלוי
זר זהב
ער וועט זיין צוריק מיין איך.

וואס מאכט דיר קלערן?


שמואל הלוי
יידל
אפשר איז ער אוועק אלס גילוי...

א שיינע פראצענט ניקס קענען אים פערזענליך, אלזא קלער איך נישט אז דאס איז די סיבה.




שמואל הלוי
לעמיל
קרעמער שרייבט שוין טאקע נישט מער אויף אייוועלט?????

יאפס! ער שרייבט טאקע מער נישט.





שמואל הלוי ביסט א קרוב מיט אים?

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 25, 2014 9:17 pm

· #208117
איר נאַרט אייך אלע. קרעמער איז א שטארקע שרייבער ביי אונז אין שטיבל. ער האט בטעות געשריבן אויף אייוועלט מיינענדיג אז ער איז דא.

ביבער » מיטוואך יוני 25, 2014 11:45 pm

· #208137
עפעס שטימט נישט דארט, כוואלט געשאצט זיכער 2000 תגובות זאלן מקבל פנים זיין קרעמער'ן אינעם ערשטן שעה, מוז זיין דער יונגער דור האט קיין מושג ווער דאס איז, איינער שרייבט טאקע אז דער ניק האט אסאך תגובות.

חובב ציון » דינסטאג יוני 6, 2023 9:17 pm

· #527438
Re: יא ס'איז א פאקט! "קרעמער" פארלאזט אייוועלט
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז זיין ניק היינט?


Sent from my iPhone using Tapatalk

הערשער » דינסטאג יוני 6, 2023 9:36 pm

· #527443
גילי אויף א אנדערע פארום גייט נישט אן?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט

קהל'ס נער » דינסטאג יוני 6, 2023 9:42 pm

· #527444
הערשער
גילי אויף א אנדערע פארום גייט נישט אן?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
נניח אז ס׳הייסט גילוי, קען אבער דער מנהל פון אייוועלט דיך נישט אויסשפארן דא אויף ק״ש, וועט מען מיזן פרעגן @מי אני צי א געזעץ וואס קען נישט ווערן אינפארסירט צו ס׳הייסט א געזעץ.

מתבודד » דינסטאג יוני 6, 2023 9:46 pm

· #527449
הערשער
גילי אויף א אנדערע פארום גייט נישט אן?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
וואס הייסט, ס'דא א גלאבאלע איסור גילוי מימות יהושע בן נון אז זאלסט קענען פרעגן צו ס'גייט אויך אן אין אנדערע פלאנעטן?

אה, מיינסט מן הסתם צו פרעגן אויב ס'איז מענטשליך... אקעי, סארי די לשון השאלה איז מיר געווען אביסל אינטרעסאנט.

לשאלתך
, ס'לכאור"ה באקאנט פאר יעדעם אויף אייוועלט...
בלאט: 1 2