א אשכויל איבער 'גארנישט' והמסתעף
גארנישט איז אויך עפעס, און ס'ווערט איגנארט אומ'יושרדיג. די וואך האב איך גארנישט קיין געלט געמאכט.
עפעס א רבי פירט יעצט א ר"ח טיש און ס'נעבעך גארנישט דא קיין מענטשן דארט, חוץ א גבאי מיט מיט'ן שמש און די רב'ס זון.
אה א נחת. איך האב געציטערט אז מ'וועט ''גארנישט'' קאמענטירן אין מיין גארנישט אשכל, דערווייל גייט עס גאנץ גוט דערווייל
קיינער איז גארנישט בעסער פון מיר
גארנישט איז א סתירה מיניה וביה ווייל גארנישט איז גארנישט אבער זאכן זענען אבער יא גארנישט
יעדער איינער וואס שרייבט גארנישט איז אויטאמאטיש א חלק פון דעם אשכול, עס איז מסתם די גרעסטע אשכול, 150 בלעטער מיט גארנישט.
וואנצעס האסט מיר אויסגעכאפט מיט א מינוט
שמעקעדיגיעדער איינער וואס שרייבט גארנישט איז אויטאמאטיש א חלק פון דעם אשכול, עס איז מסתם די גרעסטע אשכול, 150 בלעטער מיטגארנישט.
איך זע שוין דא עטליכע טויזענט בלעטער ווער האט עס ביי דיר געמעקט
געלעגער?די גארנישט פארשטיי איך, אבער וואס איז די והמסעתף? א האלבע זירא?
ר' יוחנ'טשע מ'ראכמעסטריווקע, האט אמאל געזאגט: די טאטע ז"ל (המגיד מ'צ'רנויבל) האט איבערגעלאזט פאר אלע קינדער עפעס א געוויסער מדרגה, מיך האט ער איבערגלאזט "גארנישט", האבן די חסידים עס אויסגעטייטש אז דער "גארנישט" מיינט ענוה,
ס'געווען א מאל איד וואס האט גארנישט געהאט צו טוען. ער האט גארנישט געהאט צו טראכטן, גארנישט געהאט צו רעדן, און גארנישט געוואלט. ויהי היום דער איד איז אזוי משוגא געווארן פון גארנישט, אז ער איז קראנק געווארן מיט די שרעקליכע מחלה פון גארנישט. זיינע חבירים האבן אבער גארנישט געטוען דערוועגן. ס'דורך א שטיק צייט, און די וויירוס פון גארנישט, האט זיך אריבערגעכאפט צו זיינע חבירים, ווייל זיי האבן גארנישט געטוען דערוועגן. מיט די צייט איז א האלבע שטאט קראנק געווארן פון גארנישט. די רב פון די קהילה, הרב גארנישט מלפנים בפלעטבוש, האט צאמגערופן א דרינגענדע אסיפה צו רעדן איבער דעם שרעקליכן נושא פון גארנישט. נאכ'ן איבער שמועסן אלע פרטים, וואס האט זיך פארצויגן פאר א טאג מיט גארנישט, איז געבליבן, אז מ'וועט עפענען א ספעציעלע אפטיילונג, אינעם שטאטעשין קאווע שטיבל, מיט'ן נאמען גארנישט אז די אלע גארנישט געשלאגענע אידן, זאלן האבן א פלאץ ווי זיי קענען זיך מחזק זיין מיט גארנישט און נישט.
גאלדר' יוחנ'טשע מ'ראכמעסטריווקע, האט אמאל געזאגט: די טאטע ז"ל (המגיד מ'צ'רנויבל) האט איבערגעלאזט פאר אלע קינדער עפעס א געוויסער מדרגה, מיך האט ער איבערגלאזט "גארנישט", האבן די חסידים עס אויסגעטייטש אז דער "גארנישט" מיינט ענוה,
די מעשה גייט אזוי: נאכען פטירה פון ר' מרדכי מטשערנאביל האבען זיך די אכט קינדער צוטיילט מיט די ירושה ,איינער האט גענומען די מנורה די צווייטע די קערה די דריטע די בעקיטשע א. א. וו. ווען עס איז געקומען צו די יונגסטע קינדער איז גארנישט געבליבן האט דער פאר עם זיך אנגעריפן ''וועל איך נעמען דאס גארנישט'' הערענדיג דאס האט ר' יוחנן ,וואס איז געווען די יונגסטע זין געזאגט ''אפילו דאס גארנישט האט מען מיר נישט איבערגעלאזט וועל איך נעמען די גארנישט מיט גארנישט''. און דאס האט געדארפט צו זיין א רמז אויף זיין ענווה מופלגת.
איינער האט אמאל געזאגט: אז ער איז טאקע גארנישט, אבער יענער איז צוויי מאל גארנישט....
א בחור אין א ליטווישע ישיבה איז געזעצן ביי מוסר סדר אין חודש אלול און געקרעכצט צי זיך (אביסול הויך פארשטייטציך) : איך בין גארניט, איך בין גארניט, איך בין גארניט..... די משגיח איז אריבערגעגאנגן און דאס געהערט, רופט ער זיך אן: אויך מיר א גארניט.....
און איך האב גארנישט קיין לייקס באקומען [חןץ איינס] פארן עפענען די אשכול וואס האט אזויפיל לייקס געברענגט פאר אנדערע שרייבערס אין די אשכול .. .אבי ס'איז גארנישט!!
מאך דיך נישט צו טון פון קיין לייקס, ס'איז גארנישט
''והמסתעף'' איז זייער בייז ער טענה'ט אז ''גארנישט'' באקומט די גאנצע אטענשן און פון אים רעדט מען גארנישט
אבער חברה, פארגעסט'ס נישט, גארנישט קומט נישט צו, צו א גוטע געשמאקע שטיקעל גארנישט....
א ליטווישע בחור האט אמאל געהערט ווי צוויי ראשי ישיבות טענען זיך ארום איינער מיטען צווייטען ווער עס איז א גרעסערע עניו אין איינער זאגט איך בין דאך א גארניט זאגט דער צווייטער אבער איך בין דאך א גארניט שב׳גארניט זאגט ער צוריק אבער איך בין א גארניט שב׳גארניט שב׳גארניט זאגט ער צוריק אבער איך בין דאך א גארניט שב׳גארניט שב׳גארניט שב׳גארניט רופט זיך די בחור אן אויב די ראשי ישיבות זענען גארניט דעמאלטס וואס בין איך? זאגען זיי עם די ביסט דאך טאקע גארניט
אין מיין הויז איז שוין גארנישט דא קיין חמץ
מלא וגדושאון איך האב גארנישט קיין לייקס באקומען [חןץ איינס] פארן עפענען די אשכול וואס האט אזויפיל לייקס געברענגט פאר אנדערע שרייבערס אין די אשכול .. .אבי ס'איז גארנישט!!
אזוי גייט עס דא אין שטיבעל, אז מען שרייבט גארנישט באקימט מען גארנישט קיין לייקס