☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #62

אשכול אן א טיטל #62

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #62

— » זונטאג מערץ 4, 2012 2:08 pm

· #429

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

roasted » זונטאג מערץ 4, 2012 3:03 pm

· #443
בא מיר איז עס געבלאקט אפשר קען עס איינער אהער ארויפלאדענען

הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 6, 2012 3:09 am

· #621
דער נדבורנה רבי זצ"ל איז געווען א חכם מחוכם, און איז געווען א גברא רבא מאוד, ער האט אוועק געגעבן שעות ארוכות צו העלפן אידן און איז געווען א באוואוסטער אדרעס אין ארץ ישראל פאר אידן וועלכע דארפן עצה ותושיה, ער איז געווען א אמת'ער ענוותן ושפל ברך און א שטארקער אוהב ישראל, ער האט שטענדיג אריינגעבאכעט אין זיינע קינדער די עניינים איבער אחדות, לאמיר האפן אז עס וועט טאקע בלייבן שלום ושלוה.

שלמה המלך » מאנטאג יולי 2, 2012 2:04 pm

· #21217
ער שרייבט אז קיינער האט נישט רעכט צי ליגען אינעם אוהל ווייל עס זאל בלייבן גענוג פלאץ רואיג מתפלל זיין חוץ זיין פעטער האדמו"ר מחדרה וואס איז טאקע היצט אוועק און מ'האט אים דארט געלייגט.

איך בין נייגעריג פארוואס די חלק פון ממלא מקום זיין איז געמעקט? און אויב האב מען געמעקט פארוואס לייגט מען דאס אין בחדרי... אתמהה

בענבען » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:29 pm

· #492254
א שיין חידוש אז צעהן יאהר שפעטער און זיינע קינדער אויך זייער נארמאלע מענטשן האלטן זיך זייער שיין באחדות
ממנו ילמדו

תרמב » זונטאג יאנואר 23, 2022 4:17 pm

· #492524
געווענטליך גייט עס אז די עלטערן קריגן זיך קריגן זיך די קינדער אויך, אז קינדער זעען אז זייער טאטע שטייט ווייט פון מחלוקת גייט עס אריין אין די ביינער און מ'קריגט זיך נישט.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 5:40 pm

· #492531
תרמב
געווענטליך גייט עס אז די עלטערן קריגן זיך רקריגן זיך די קינדער אויך, אז קינדער זעען אז זייער טאטע שטייט ווייט פון מחלוקת גייט עס אריין אין די ביינער און מ'קריגט זיך נישט.

ר' שלמה באבובער יוכיח,

תרמב » מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:15 pm

· #492742
יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:08 am

· #492751
עצי שטים
תרמב
געווענטליך גייט עס אז די עלטערן קריגן זיך רקריגן זיך די קינדער אויך, אז קינדער זעען אז זייער טאטע שטייט ווייט פון מחלוקת גייט עס אריין אין די ביינער און מ'קריגט זיך נישט.

ר' שלמה באבובער יוכיח,

און פארקערט טרעפט מען ביי וויזניץ מאנסי

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:25 am

· #492758
כ'מיין ס'איז דא מער יוצאים מן הכלל, ווי נכנסים.

און דאס האט ר' ישמעל געמיינט מיט
"כל דבר שהיה בכלל, ויצא מן הכלל ללמד, לא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כולו יצא"

תרמב » דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:44 pm

· #492896
איך האב נישט געשריבן אז איך רעד דווקא פון רבי'ס אדער רבנים, די כלל אז מ'קריגט זיך קריגן זיך די קינדער אויך, איז א זאך וואס מ'זעהט ביי אסאך פאמיליע'ס, איך האב אסאך דוגמאות אבער איך וויל נישט פארשעמען קיין משפחות.