☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » שעשה לי כל צרכי - גוטע שבת/יו"ט שיך ברענדס

שעשה לי כל צרכי - גוטע שבת/יו"ט שיך ברענדס

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6191

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:21 pm

· #193574
שעשה לי כל צרכי - גוטע שבת/יו"ט שיך ברענדס
לכ' פסח זוך א גוטע שיך אנליין, וועלכע ברענד איז גוט וואס איז די עקספיריענס וואס מ'האט?
Stacy Adams
steve madden ?
אדער נאך אנדערע? מוז זיין אונטער 80 געלט.

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 6:26 pm

· #193576
איך קויף שוין יארן די שיך, פון באסטאניען

http://www.amazon.com/Bostonian-Wenham- ... ian+Wenham

עלעגאנט, חסידיש, זייער לייכט, באקוועם, און גאנץ ביליג

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:27 pm

· #193577
מיט וואס איז עס חסידיש?

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:28 pm

· #193578
קעי איך בין נישט א באסטאניען חסיד און אויך נישט א בענדעל שיך חסיד. און גראדע קוקט מיר די שיך אויס מער וואכענדיג געשטימט.

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 6:29 pm

· #193579
געפילטע פיש
מיט וואס איז עס חסידיש?

נישט אלס תורת בעש"ט, נאר אלס דער פאפולערער סטייל פון חסידים אין ניו יארק,

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:32 pm

· #193580
אהא.

מלא וגדוש, וואסארא שיך זוכסטו? שעשה לי כל צרכי, צו שעשני כרצונו?

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 30, 2014 6:33 pm

· #193581
רחמנא ליצלן וואו ווייט מיר זענען אנגעקומען. שבת גייט מען מיט האלבע שיך, וואס הייסט דו ווייסט נישט וואס צו קויפן? ישראל כשהן יורדין...

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:34 pm

· #193582
לאל גראדע ענדערש אזוי צווישן שעשני כרצונו און שלא עשני גוי.... נישט צו חסידיש אבער נישט א גוי און מער יו"ט'דיג, א דינע זויל וכהנה

מ גפני » זונטאג מערץ 30, 2014 6:38 pm

· #193584
איך זעה נישט קיין איין שיינע שיך אויף עמעזאן

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 6:40 pm

· #193585
beauty is in the eye of the beholder

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:46 pm

· #193589
דא איז צוויי שיך פון STEVEN MADDAN, די ערשטע איז אביסל טו מאטש פענסי, צווייטע מער חסידיש. ביידע קאסטן 70 געלט. אבער די צווייטע איז אביסל פלאטשיג, ערשטע האב איך מער ליעב אבער ס'גייט צו ארויף ווי איינער וואס וויל מאכן א סטעיטמענט

📎 296237_001_ss_01.jpg

📎 175383_001_ss_01.jpg

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 6:47 pm

· #193590
יעצט געקויפט מיין באסטאניען שיך לכבוד יו"ט, $48.99 לא פחות ולא יותר,

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:48 pm

· #193591
נוץ עס געזונטערהייט!

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 6:52 pm

· #193593
עמעזאן פארקויפט יא steve madden שיך פאר אונטער $55

http://www.amazon.com/Steve-Madden-Kyrk ... madden+men

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 30, 2014 6:52 pm

· #193594
מלא וגדוש, מאכסט מיר לאכן 😂 לייגסט אריין אן עבודה ביים קויפן שיך ווי דער כהן גדול לפני ולפנים. בכלל ווער איך נתפעל פון דיין חכמת המנעל און דיין ארויסהאבן די תכונת הנפש פון יעדע'ס שיך באזינדער.

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:54 pm

· #193596
גאלד
עמעזאן פארקויפט יא steve madden שיך פאר אונטער $55

http://www.amazon.com/Steve-Madden-Kyrk ... madden+men

יא כ'האב עס טאקע געקויפט אבער כ'מיין איך שיק עס צוריק! ס'האט אויסגעזען בעסער אויפן בילד

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:56 pm

· #193597
יענע צוויי שיך וואס איך געלייגט איז נאר דא ביי DSW און אפשר נאך איינער. איך מיין איך גיי גיין מיט די ערשטע און ווער ס'וועט קרומען וועט כאפן א שטויס זאל שוין זיין פאר אוזר ישראל בגבורה אויך..
אבער וואס פאר א עקספירינעס האט מען מיט מעדדענס שיך?

מלא וגדוש » זונטאג מערץ 30, 2014 6:59 pm

· #193599
טעות יענע שיך קאסטן 70 נישט 80
http://www.dsw.com/shoe/steve+madden+ji ... cat1970006

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 7:52 pm

· #193624
מעעע... איך האב געמיינט אז די פעסטע קאווע שטיבל חברה גייען מיט באקל שיך, פלעינע סטעפ אינ'ס? חברה, ס'פאסט נישט!

kliger » מאנטאג מערץ 31, 2014 1:07 am

· #193714
די שעשה לי כל צרכי אנפאנג קעפל דערמאנט מיר פון דרעזנערס אינטערוויאס

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 31, 2014 5:42 am

· #193729
איך טראג MIRAGE און בין זייער צופרידן! געפילטע איך האב לעיס אפס, קעי?

Ben-Shishim » מאנטאג מערץ 31, 2014 9:45 am

· #193749
How about just a good old SAS shoe?

I know I know, its for those old guys, ah well

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 31, 2014 1:24 pm

· #193780
לאליפאפ
איך טראג MIRAGE און בין זייער צופרידן! געפילטע איך האב לעיס אפס, קעי?

ביי אונז חסידים האט מען שטארק מקפיד געווען נישט צו גיין קיין בענדל שיך.

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג מערץ 31, 2014 10:39 pm

· #193883
My shabbis shoes is more then 80bucks but it is a very comfortable shoe

http://www.amazon.com/Donald-Pliner-Men ... d+j+pliner

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 31, 2014 10:41 pm

· #193886
געפילטע פיש
לאליפאפ
איך טראג MIRAGE און בין זייער צופרידן! געפילטע איך האב לעיס אפס, קעי?

ביי אונז חסידים האט מען שטארק מקפיד געווען נישט צו גיין קיין בענדל שיך.

משא"כ די אויבן דערמאנטע שיך זענען אלע געווייקט מיט שטיקער תפארת שלמה...

חכם עתיק » דינסטאג אפריל 1, 2014 12:50 pm

· #194015
Ben-Shishim
How about just a good old SAS shoe?

I know I know, its for those old guys, ah well

בן ששים.. איך נאך א בן עשרים, אבער ידידים ראטן מיר צו אנטוהן SAS

וואס זענען די מעלות? זעהט אויס אזוי שלעכט?

א בילד ביטע..

גאלד » דינסטאג אפריל 1, 2014 12:58 pm

· #194019
מ'קען גיין מיט סניקערס פאר די געלט, ס'זייער אויפאלנד וואכעדיג

הסופר » מיטוואך אפריל 9, 2014 4:45 pm

· #195512
ווער ווייסט ווי מ'קען באקומען SAS שיך פאר ביליג?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 9, 2014 4:50 pm

· #195513
קוים געמאכט א נייע ניק פאר די ווייסע זאקן און שוין נאך א ניק פאר די שיך?......

הסופר » מיטוואך אפריל 9, 2014 5:05 pm

· #195516
יאך האב קיין שום שייכות צו דער ניק וואס האט פראבלעמען מיט די ווייסע זאקען, אבער למעשה קענסטו מיר אפשר העלפן מיט ווי מ'קען באקומען פאר ביליג SAS שיך?
די פרייזן אין די היימישע געשעפטען זענען געפרליך טייער. ווייסט איינער ווי מען קען עס באקומען ביליגער?

סאשי פיש » מיטוואך אפריל 9, 2014 5:27 pm

· #195524
אפשר דא

הסופר » מיטוואך אפריל 9, 2014 7:40 pm

· #195557
אינטערסאנט אז מיין קאמפטישאן אויף אייוועלט זוכט אויכעט די זעלבע זאך.

BAL TSHIVA » דאנערשטאג מאי 8, 2014 1:49 pm

· #199594
Save An Additional 25% Off Already Reduced Shoes At Shoes,com http://t.co/0SoXAgUEwv

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 8, 2014 2:01 pm

· #199600
גאלד
מ'קען גיין מיט סניקערס פאר די געלט, ס'זייער אויפאלנד וואכעדיג

ביסט זייער גערעכט קיק וואספארע שיך די בעלזע גייען מיט שווארצע זאקן !

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:12 pm

· #305669
Re: שעשה לי כל צרכי - גוטע שבת/יו"ט שיך ברענדס
איך בין געגאנגען מיט wizfort שיך פאר צוויי יאר, עס האט זיך געהאלטן הערליך פריש. און זייער באקוועם און שיין