דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייטונג!
העפטיגע און סודות'פולע מיטינגען קומען די טעג פאר אין די רעדאקציע פון איינע פון די גרויסע וועכנטליכע חרדישע צייטונגען אין אידיש, איבער אן איניציאטיוו וואס וועט טוישן די צורה פון חרדישע זשורנאליזם פאר אייביג.
ווי באקאנט ליידן אלע פרינט אויסגאבעס פון פארלוסט פון ליינערס א דאנק דעם אינטערנעט. כאטש די עפעקט איז נישט אזוי גרויס פאר די חרדישע צייטונגען, וויבאלד שבת קען מען נישט נוצן דעם אינטערנעט, האבן אבער אלע היימישע צייטונגען פארלוירן טויזנטער ליינער אין די לעצטע יארן. די היימישע צייטונגען ליידן אויך פון א שטארקן פארלוסט פון אדווערטייזמענטס צוליב די פילע קאנקורירענדע אומזיסטע מידיא קאנאלן ווי קול מבשר און די וועכנטליכע אדווערטייזמענט ביכלעך וואו מ'קען היינט אדווערטייזן פיל מאל פאר ביליגער און מיט בעסערע רעזולטאטן.
די גרויסע חרדישע צייטונגען "דער איד", "די צייטונג", און "דער בלאט" מוטשען זיך מיט דעם פארלוסט פון ליינערס און אדווערטייזערס, און פרובירן כסדר אויפצוקומען מיט אופנים צוריקצוגעווינען דעם מארקעט.
ווי אויפגעדעקט יעצט צום ערשטן מאל דא אויף קאווע שטיבל, איז יעצט די רעדאקציע פון איינע פון די צייטונגען אויפגעקומען מיט דעם געניאלן געדאנק ארויסצוקומען מיט אן אומזיסטן טעגליכן צייטונג, וואס וועט דעקן די וועלטליכע און היימישע געשעענישן פון יענעם טאג, און וועט פארשפרייט ווערן אומזיסט פאר צענדליגער טויזענטער ליינערס דורך אימעיל.
אין די פארגאנגענהייט איז שוין געמאכט געווארן אזא פרואוו, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט. יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג און מיט א דגוש אויף היימישע נייעסן, אנטשפרעכט דאס צו זיין א ריכטיגע רעוואלוציע אין חרדישע זשורנאליזם.
די נייע טעגליכע צייטונג וועט טראגן דעם זעלבן נאמען ווי די צייטונג'ס וועכענטליכע אויסגאבע, און עטליכע סעמפל אויסגאבעס זענען שוין ארויסגעגעבן געווארן פאר רעדאקציע מיטגלידער. לויט דעם יעצטיגן פלאן וועט די רעדאקציע מעלדן איבער דעם דורכברוך אין די פארגרעסערטע פסח אויסגאבע, און עס וועט אנפאנגען ערשיינען הארט נאך פסח.
און וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?
ישמעאל הכהןאון וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?
ווייל עס קאסט נישט קיין פרינטינג און דיסטריביושען, אבער מען קען פארקויפן עדווערטייזמענסט אויף עס. עס העלפט צו פאר דער באטטעם ליין, נישט פאר די וועכענטליכע.
קען איינער ברעכן די סוד? פון וועלכע צייטונג רעדט מען?
בקיצור, נאכגעמאכט פרוש'עס צייטונג המבשר
אגב, טאקע דראמאטיש. אזא דראמא וואס שפילט זיך אפ... די אטעם שטעלט זיך ממש אפ פאר תושבי 11211/11219.
JDN איז א וועבסייט, דא רעדט מען פון סתם א אימעיל
איך האלט אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן
אהא.
לכאורה רעדט מען דא פונעם איד, זיי האבן שוין א שטיק צייט אימעיל סובסקרייבער אפשען פאר געלט, מ'באקומט דעם גאנצן צייטונ דיזשיטעל. מסתם האט זיך עס נישט אויסגעארבייט...
ישמעאל הכהןאיך האלט אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן
גראדע האט זיך די עברית'ישע צייטונג המבשר גאנץ גיט אויסגעארבעט
ישמעאל הכהןאהא.
לכאורה רעדט מען דא פונעם איד, זיי האבן שוין א שטיק צייט אימעיל סובסקרייבער אפשען פאר געלט, מ'באקומט דעם גאנצן צייטונ דיזשיטעל. מסתם האט זיך עס נישט אויסגעארבייט...
האב מיך טאקע געווינדערט פארוואס
@דער (פינטעל) איד איז נישט צו געפינען לעצטענס
האפענטליך איינמאל ס'גייט ארויס ממחשבה למעשה וועט ער זיך אימקערן
דא האט איינער פרובירט זיין לאק, עס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע טעג וזהו.
אימעיל ארבעט דורך אינטערנעט, דאס איז נאר מותר פאר ביזנעס.
איי געס סגייט זיין מער אזא wsj סטייל צייטונג
כאכאכא, ס'איז 2014 און די חרדים פאנגן זיך אן אויפצווועקן צום ריאליטי..., די עולם האינטערנעט טוט וועלקאמען אלע רבנים וחסידיהם ופארטעהייהען מיט אלע פארענטשעס און לעלוס למיניהם, מאכט אייך אלע באקוועם דא און לאזט וויסן אייער אדרעס פאר אייערע חסידים זיי ווארטן אייך שוין דא באלד 20 יאר בכיליון עינים.
און נאך אביסל און צימערמאן'ס הויפט זייטל וועט שרייען מיט רויטע אותיות "געוואלד, שייטלעך.קאם גייט'ס ארויס פון די הייליגע אינטערנעט געוואלדדדד"
געהערט פון אינטער די קיליסין אז סאיז שפילמאן פון מצליח
ישמעאל הכהןאון וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?
אז זיי זענען מצליח אויפען אימעיל וועט עס אויכעט, האבען אן השפעה אז די וועכענטליכער אויסגאבע וועט ווערן מער פאפולער.
ברסלבערדא האט איינער פרובירט זיין לאק, עס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע טעג וזהו.
יענס איז נישט געווען א אימעיל פון אן
אויסגערופענער מוצלח'דיגער צייטונג.
ביבערכאכאכא, ס'איז 2014 און די חרדים פאנגן זיך אן אויפצווועקן צום ריאליטי..., די עולם האינטערנעט טוט וועלקאמען אלע רבנים וחסידיהם ופארטעהייהען מיט אלע פארענטשעס און לעלוס למיניהם, מאכט אייך אלע באקוועם דא און לאזט וויסן אייער אדרעס פאר אייערע חסידים זיי ווארטן אייך שוין דא באלד 20 יאר בכיליון עינים.
און נאך אביסל און צימערמאן'ס הויפט זייטל וועט שרייען מיט רויטע אותיות "געוואלד, שייטלעך.קאם גייט'ס ארויס פון די הייליגע אינטערנעט געוואלדדדד"
די ״חרדים״ זאג נאר שעפעלע בהיימטשיקל און וועלעכע ביתהכחסע און בית מדרש ביסטו געזעצן ווען די האסט חוזק געמאכט פון די ״חרדים״?
די נייע טעגליכע אידישע צייטונג האסטו שוין געזען? ....
דאס איז זייער אינטערעסאנט ווייל באמת איז כלל ישראל היבש ציטיילט,
חלק אלף זענען די אידען מיטן שפאן, די פשוטער איד, דער אן קיין חכמות איד, דער איד וואס ווערט באריאיגט ווען ער זעיט דעים רבין'ס געזיכט לייכטען, די אידען וואס דערקוויקן זיך ווען זיי זעיען א ריזיגע אויסשטעל פון פרישע פרוכט פארנט פון זייער רבי, די אידען וואס ווארטן מיט אנגסט זייער רבי זאל זיך באווייזן, די סארט אידן זענען די וואס ליינען די אלע נייעס אויסגאבעס, די אידן קענען נישט איין שלאפן איידער זיי האבן באטראכט יעדע בילד אויף כל העולם כלו, די אידן זענען מתפלל בשלומו של רבו, די אידן ליינען דער איד, גייען צי רעבישע טישן, חתינות.
דערנאך איז דא דער נישט אזוי פשוטער איד, דער איד וואס איז נישט נייגעריג אויף די סוד שיח וואס דער רבי האט זיך ג'סוד'סט בשעת פה קדשו איז פיל מיט טרויבן, דער וואס איז נישט נייגעריג וויפיל א זייגער דער רבי פירט טיש, דער וואס איז מוציא שנתו אן זיך זעיגענען יעדען שני ופישי, דער איז נישט נייגעריג אויף דער איד וכדומה, ווייל עס איז אים נישט אינטערעסאנט וויפיל גזירות דער רבי גייט אפשלייכען ביי תשליך, וויפיל גרויס ארטיגע מסיבות דער רבי שליט"א באשיינט, ער איז נישט נייגעריג וויפיל בניינים דער רבי זאגט פאראויס גייט ווערן ציגעשמידט צים ארסענאל פון בניינים, ער איז נישט נייגעריג און קיין קיעלע מעשיות, ער איז אזא איינער וואס איז גרייט צי הערען איינער ווואס רעדט צינעם א פשוטער גראָדער ווארט, א ווארט אן קיין פיפציג חשבונות, א ווארט וואס איז נישט קיין פאר פייל וואס האט א ציל וואס איינער וועט כאפען, א ווארט וואס מיינט נישט דווקא גרויס צי מאכן א געוויסע געמיינע מיט זייער פירער, א ארטיקל וואס איז צים ליינען, א ארטיקל וועיגן היסטאריע נישט היסטעריע, אן ארקטיקל וואס איז געווידמענט צי שמיסן מיט מיר א נארמאל ווארט נישט דווקא איך זאל דערנאך שפירן א דראנג צי תשובה, עפעס א נארמאל ווארט.
ווען זיי וועלן פארשטיין אז מער מענטשען טשוכען זיך אויס פון חלק אלף צי חלק בית, וועלן זיי פארשטיין פארוואס ווייניגער מענטשען קויפן זייערע צייטינגען, סארי איך בין נישט קיין קיעלע איד, און יא איך גלייך די שפאקטיוו די שטערן, איך קויף עס פאר מיר מיט מיינע קינדער.
דאס קומט נאכדעם וואס די לעצטע עטליכע יאהר געשעען אלע גרויסע נייעסן פון מיטוואך און ווייטער, און ער בלייבט נעבאך אלס לעקיש, האט ער באשלאסן אז גענוג איז גענוג און זיך אויפגעריסן מיט א נייעס בליץ
אבי גערעדטדאס קומט נאכדעם וואס די לעצטע עטליכע יאהר געשעען אלע גרויסע נייעסן פון מיטוואך און ווייטער, און ער בלייבט נעבאך אלס לעקיש, האט ער באשלאסן אז גענוג איז גענוג און זיך אויפגעריסן מיט א נייעס בליץ
כה לחי! - זאל עס לאנג אנהאלטן, וועלן מיר זיך אוטערהאלטן!
דאס איז קלאר נישט ר' משה מנחם'ס שפראך. אבער פארט איז עס זייער ריספאנסיוו.
Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
נולד מאוחראימעיל ארבעט דורך אינטערנעט, דאס איז נאר מותר פאר ביזנעס.
איי געס סגייט זיין מער אזא wsj סטייל צייטונג
אימעיל אן אינטערנעט איז אזוי ווי א גרויסע טעקס מעסעדזש
יואלישדאס איז קלאר נישט ר' משה מנחם'ס שפראך. אבער פארט איז עס זייער ריספאנסיוו.
וויאזוי קענסטו זען אז סאיז יא אדער נישט זיין שפראך?
כגלייב אז אויב איז עס א לץ וואלט ער פורבירט זיין בעסט עס נאכצומאכען אז סזאל שטימען מיט זיין שפראך
ליפאFake
ליפא: ווער זאגט דיר אז ס'איז פעיק. איך קען איהם. ער איז געניג א משוגע'נער אז ער זאלל אזוי רעדן...!
די דבר יום נייעס איז נישט ריכטיג. ער איז אפשר געווארן א שטיקל שיתוף
Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
עס געפעלט מיר ווי אזא נערישע "אויסגאבע" ווי די"ב וואס דעליווערט גארנישט פאר די ליינערס חוץ עדס, איז אזוי מצליח. אזש עס טוט זיך דארטן עקוועזישענס מיט פארטנערס מיט פאליסיס און וואס נישט. באלד ווערט עס שוין געטרעיד אויפן סטאק מארקעט. וואט עי שעים
טמיר: אבער דער נייער אייגנטומער/שותף וועט קענען מאכן א מענטש דערפון. ביז דערווייל איז עס אויכעט גוט פאר א בית הכסא בלעטל...!
Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
ברוך השם און א זיג פון נארמאלע מענטשן איבער טערראריסטן האט דער איד אנגעפאנגען ערשיינען טעגליך,


Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
טמירעס געפעלט מיר ווי אזא נערישע "אויסגאבע" ווי די"ב וואס דעליווערט גארנישט פאר די ליינערס חוץ עדס, איז אזוי מצליח. אזש עס טוט זיך דארטן עקוועזישענס מיט פארטנערס מיט פאליסיס און וואס נישט. באלד ווערט עס שוין געטרעיד אויפן סטאק מארקעט. וואט עי שעים
די סיבה איז זייער פשוט, ער איז די איינציגסטע אויסגאבע אין כמעט אלע גרויסע מנינים צענטער׳ס