וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ד
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6187
וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ד
יעדע האלב יאהר, פסח און סוכות צוגלייך, קומען די אויסגאבעס ביים חרדישן ציבור ארויס מיט ריזיגע העווי-דוטי אויסגאבעס און ביילאגעס, ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים וואס עס איז ערווארטעט אין די אידיש/ענגליש/היברו מארקעט איז מכובד דא צו מעלדן.
(קרעדיט: אבי גערעדט)
איך קען דיר געבן א טיילווייזע ליסט וואס עס ערווארטעט אונז אין די אידישע אויסגאבעס:
פולמוס איבער מאשין מצות
פאלשע ירושלמי
תכלת....
איך הער אז א נייע צייטונג איז אויפען וועג
נוטראל פאר אלע ליינער צוגלייך.
אפשר קענסטו געבן מער פרטים, וואס, ווער? פארוואס גייט דאס האבן א קיום מער ווי די אלע צייטונגען וואס וואקסן ארויס יעדן מאנטאג און דאנערשטאג?
די ברייטע אידיש רעדנדע גאס האט א חוץ די דריי סאטמארע צייטונגען, נישט ווי צו ליינען קיין אידישע באריכטען מהנעשה והנשמע.
עברי
אפשר שטעלסטו אינז צו עפעס גיטע ליין מאטריאל פאר די לאנגע חול המועד טעג
פלעין יודישעברי
אפשר שטעלסטו אינז צו עפעס גיטע ליין מאטריאל פאר די לאנגע חול המועד טעג
עברי האלט אין איין צושטעלן פיינע סחורה, עס איז אומעגליך אז אזא ריז זאל שטיין ארבעטסלאז.
עפל סיידערדי ברייטע אידיש רעדנדע גאס האט א חוץ די דריי סאטמארע צייטונגען, נישט ווי צו ליינען קיין אידישע באריכטען מהנעשה והנשמע.
גערעכט אבער ליידער האט קיין איינער דערווייל נישט מצליח געווען צו שאפן א אלטערנאטיוו פאר די פארטיי-באזירטע צייטונגען, מיין שאלה איז וואס קומט יעצט? וואס גייט ער מחדש זיין אז ער זאל נישט אונטערגיין כדרך שמת פלוני?
א צייטונג נוסח ק"מ האט דערווייל נאך קיינער נישט פרובירט לאמיר זעהן וויאזוי עס וועט זיך למעשה אויסקאכען.
אין אייוועלט:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22320">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22320</a>
@פישל'ע העררינג גרייטסט צו "מצות בלעטער" פאר יו"ט??
מרור בלעטער לאל
אויב מאכט מען א בלעטל פון מאחורי ארטיקלען דארף עס הייסן צפון בלעטל.
און א צימעס בלעטל? כרפס? יחץ? מגיד? רחצה?
אודאי יחץ, וואדען? יעצט טראכט איך אז אפשר ברויך מען רופן די מאחורי בלעטל ענדערש שלחן עורך, מלשון ערכתי לו שלחן וכו', בבחי' וראית את אחורי, וגם מל' אידי"ש המצונזר מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואוילגיין.
איש עבריאיך קען דיר געבן א טיילווייזע ליסט וואס עס ערווארטעט אונז אין די אידישע אויסגאבעס:
פולמוס איבער מאשין מצות
פאלשע ירושלמי
תכלת....
ווי אויך א ברייטע איבערזיכט אויף די קליווע גט, און א שמועס איבער דעם גולם פון פראג, נאפאליאן'ס מלחמה, און א ליקוט פון סדר נאכט געפראוואכץ אין לאגער.
א בילד ווי א ירושלמי איד אונטערזיכט שאלאטן פאר ווערים אונטער א דימאנט לופ, בילדער פון פארשידענע סיריע'ישע זילבערע קערות, און אין דער בלאט, א פראמינענטע בילד וויאזוי א אינגערמאן קראסט לי עוועניו יאגענדיג זיך צו מים שלנו, א בילד פון אלע לעלוס מיט פאליציי שעפען אין ווייסע העמעדער דעקארירט אין העראישע מונדירן נאכן סטאראטעגישע זיצונג וויאזוי צו באהאנדלן די בעפארשטייענדע שריפות חמץ בכלל און זיכערהייט שוץ פון בתי מדרשים דורכאוס די יו"ט סעזאן בפרט ( היי יאר'ס הויכע אלערט קומט אין ליכט פון פוטין'ס גוג ומגוג אין קריימיע)
און נישט פארגעסן נאך א ביילאגע אין "דער איד" פון אברהם לויפער'ס דברי הבל
אויך א באצאלטע ארטיקל פארוואס הגדה קוקיס איז בעסער ווי די אנדערע ברענדס און להבדיל אפילו חמץ.
די עדס וועט זיין א געמיש פון עסן, כשר'ע פלעיס און ריידס בהכשר די גאלאנטער, און שטריימלעך וואס קענען פליען, לויפן, און זיך אפילו דרייען.
אן ארטיקעל װעגן די חתם סופר זצ׳ל מיט עסן מאשין מצות און א ארטיקל װעגן די תימן׳ער דיקע מצות װאס הײנט צוטאגס עסט מען שוין
נישט נאר דורך געצײלטע יחידים און נאר פאר די ערשטע צװײ כזיתים אלס װײל זײ לײנען נאכנישט די בלאט/איד רח׳ל.
און וואס איז מיט אן ארטיקעל פסח ביים רבי'ן זכותויגןעלינו...
בקיצור דער אשכול איז פארפארן אסאך אסאך ווייטער פונעם דעת בעה''ב הפותח האשכול
פלעין יודישדער אשכול איז פארפארן אסאך אסאך ווייטער פונעם דעת בעה''ב הפותח האשכול
ווען די יו"ט סחורה וועט ליגן אויף די פאליצעס אין די געשעפטן וועט זיך צוריקקערן צום נושא
יעצט געהערט פון א מיימאנידיס אינסיידער אז ס'קומט א דיקן דבר יום ביומו ער"פ 🙂
קאווע בלעטער: פסח תשע"ד.
א פירוש אויף די הגדה ווי קיימאל בעפאר.
סטעי טונד.
פישל'ע העררינגקאווע בלעטער: פסח תשע"ד.
א פירוש אויף די הגדה ווי קיימאל בעפאר.
סטעי טונד.
די בלעטער זענען פון פסחדיגע קאווע?
די מיל פון השר משה מנטופירי
מ גפניפישל'ע העררינגקאווע בלעטער: פסח תשע"ד.
א פירוש אויף די הגדה ווי קיימאל בעפאר.
סטעי טונד.
די בלעטער זענען פון פסחדיגע קאווע?
קיינער וועט נישט נחמץ ווערן פון די בלעטער...
לכבוד יו"ט גייט אי"ה ערשיינען א שיינע אויגן פארכאפענדע אויסגאבע פון מהדרין אנגעפילט מיט אינטערעסאנטע ארטיקלען איבער די היסטאריע פון חלב ישראל אין אמעריקא, אן אינטערוויאו מיט'ן בעל מכשיר איבער די כשרות פראצעדורן, און נאך גאר אינטערעסאנטע ערציילונגען און ארטיקלען אלעס מעשה ידי אומן פון די וואויל באקאנטע MEDIA ON THE GO מארקעטינג פירמע
כ'האב מורא ביזנעס איז שוואך 🙄
זאלן זיי ערקלערן פארוואס מהדרין איז טייערע ווי JJ
I think this will take the Yiddish journalism to a next low level, because all the companies will start compete with articles in the newspapers and the newspapers will no longer need to provide any articles by themselves....
מ גפנילכבוד יו"ט גייט אי"ה ערשיינען א שיינע אויגן פארכאפענדע אויסגאבע פון מהדרין אנגעפילט מיט אינטערעסאנטע ארטיקלען איבער די היסטאריע פון חלב ישראל אין אמעריקא, אן אינטערוויאו מיט'ן בעל מכשיר איבער די כשרות פראצעדורן, און נאך גאר אינטערעסאנטע ערציילונגען און ארטיקלען אלעס מעשה ידי אומן פון די וואויל באקאנטע MEDIA ON THE GO מארקעטינג פירמע
און די פיקטשערס מיט די מעשיות פון די רעדלעך וועלכע זיי האבן געשניטן פון די קאמפעטישן וועט מען אויך ווייזן?!... 🙄 😕 😎 😂 😛 😈 😈 😢 😞 😮
אדער וואו מ'שארט אראפ אויף דער ערד אלע פראדוקטן פון דעם קאמפיטישאן, נעה די זכות פון זיך זארגן פאר די "פיצעלעך" איז אים זיכער מגין דארט אויבן
ווי לאנג אינז בהמות קויפען זענען זיי גערעכט
יעדער זאל קויפען נאר די אנדערע קאמפעניס
משפחה האט א אינטרוויו מיט הרב טוביה ווייס, עמי באשרייבט א באזוך אין לב טהור
עמי האט א גאנצע באשרייבאכטץ אויף די לב טהור'ניקעס
כ'מיין אפילו א גאנצע ביילאגע
עמי איז דער געווינער אין די ענגלישע מארקעט, גאר רייך און אינטערעסאנט, פון רב חיים קנייבסקי ביז לב טהור, און פון א באזוך אין פארצייטישע שוהלן ביז א אינערליכע באזוך אין ניו יארקע טורמע'ס זייער רייך און אינטערעסאנט, ווערט די געלט לכל הדעות
אויך האבן זיי א גאר דיקע רייכע פרויען ביילאגע וואס אנהאלט צווישן אנדערע א אינטערוויו מיט די פאר'סמ'טע גראס עלטערן וכו'
לדעתי צומאלט ער זיין קאנקורענץ דער משפחה
יאפ עמי איז די בעסטע אידישע אויסגאבע
רייכע ארטיקלען פאר יעדן אין די משפחה
Ami rocks every week !
מהדרין אויסגאבע
📎 pesaach.jpg
די צייטונגען זענען שוין היינט די גראבע מאלטי-פונטיגע פסח'דיגע אויסגאבע? אדער עס קומט ארויס נאכאיינס ערב יו"ט ביי שריפת חמץ?
ניין, דאס איז עס
אין קרית יואל קומט ארויס אויף יו"ט - חוץ די וועכנטליכע אויסגאבעס וואס זענען יעצט דיקער ווי געווענליך - א "הקריה" פון די ווילעדזש, א "הקהילה" פון קיט"ל ק"י, א פול קאלארד בראשור פון די פילטערינג קא. "גדר" און די פריער דערמאנטע "מהדרין" מאגאזין, דאס איז אלעס אימזינסט!!
אומזיסטע מאטעריאל איז נישט ווערד די צייט דאס צו ליינען.
מ גפניאין קרית יואל קומט ארויס אויף יו"ט - חוץ די וועכנטליכע אויסגאבעס וואס זענען יעצט דיקער ווי געווענליך - א "הקריה" פון די ווילעדזש, א "הקהילה" פון קיט"ל ק"י, א פול קאלארד בראשור פון די פילטערינג קא. "גדר" און די פריער דערמאנטע "מהדרין" מאגאזין, דאס איז אלעס אימזינסט!!
וואו גייט מען דאס קענען באקומען? הקריה קאסט געווענליך געלט ניין?
מ. גליקמאןמ גפניאין קרית יואל קומט ארויס אויף יו"ט - חוץ די וועכנטליכע אויסגאבעס וואס זענען יעצט דיקער ווי געווענליך - א "הקריה" פון די ווילעדזש, א "הקהילה" פון קיט"ל ק"י, א פול קאלארד בראשור פון די פילטערינג קא. "גדר" און די פריער דערמאנטע "מהדרין" מאגאזין, דאס איז אלעס אימזינסט!!
וואו גייט מען דאס קענען באקומען? הקריה קאסט געווענליך געלט ניין?
די אלע אויסגערכענטע לייען מאטריאל גייט אנקומען אויף די פאסט אין ק"י
הקריה ווערט געמעילט צו אלע קרית יואל'ע איינוואוינער, א חוץ דעם פארקויפן זיי עס אין די גראסעריס/געז סטעישאן
שמעקעדיגדי צייטונגען זענען שוין היינט די גראבע מאלטי-פונטיגע פסח'דיגע אויסגאבע? אדער עס קומט ארויס נאכאיינס ערב יו"ט ביי שריפת חמץ?
גראבע
מן הסתם נישט אינטערעסאנט פאר ענק חברה דא, אבער איך שרייב עס פאר נאר פרייליך, ער וועט מן הסתם הנאה האבן
אין קול התאחדותינו איז דא אויף פסח עטליכע שיינע שמועסן פונעם ברך משה ביי רבנים אין א"י תשנ"ד
אין 'קולמוס' אפטיילונג פונעם 'משפחה' איז דא א גאר אינטערעסאנטער און לאנגער ארטיקל איבער קנעכטשאפט אין פארשידענע צוויליזאציעס ווס. ביי אידן, בין הדברים ברענגט ער ארויס ווי די ציווילע קריג האט מעיקרא גארנישט געהאט מיט קנעכטשאפט, ליינט און האט הנאה.
משפחה שרייבט וועגן אדמו"ר מסלונים שליט"א.
צווישען אנדערע אז ער האט געהאט א שטיקל קשר מיט אהרן ברק פון די בג"ץ. די קשר, פארציילט ברק, האט זיך אנגעהויבן ווען ביידע האבן זיך געטראפן אין א זוממער טאג אין ווארט ציממער פון לשכת הגיוס פאר 40 יאר צוריק, ער זיך איינצושרייבן און ר' שמואל צו באקומען א פטור... אזוי שמועסנדיג איז ארויסגעקומען אז ביידע זענען געבוירן אינעם זעלבען טאג, כ"ה אלול תש?"?. ממש מן השמים..
אלעס איז מן השמים, אבער אין לשכת הגיוס דארף מען ערשיינען ווען מ'ווערט 18, סאו יעדער וועט דארט אלץ טרעפען איינער וואס איז געבוירן אין די זעלבע טאג ווי אים...