☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מצרי פארלאנגט קאמפענסאציע פאר די עשר מכות

מצרי פארלאנגט קאמפענסאציע פאר די עשר מכות

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6186

יואליש » זונטאג מערץ 30, 2014 10:53 am

· #193400
מצרי פארלאנגט קאמפענסאציע פאר די עשר מכות
אין די עגיפיטישע טאג-צייטונג אל-יאמי אל-יאסי שרייבט קאלומניסט אחמאד אל-גאמלי אז די אידן ברויכן ווערן אנגעקלאגט צו באצאלן קאמפענסאציע פאר די פיזישע, פסיכילאגישע און פינאנציעלע שאדן וואס די צען מכות האבן אנגעברענגט אויף דאס מצרי'שע פאלק.

פילייכט אין א פארזיך צו אויסמיידן גביהא בן פסיסא'ס לעגאלע ארגומענט אז די מצריים זענען גאר די וואס זענען שולדיג פאר די אידן פאר די שקלאפן ארבייט, טענה'ט דער שרייבער אז פרעה איז שולדיג אויף די אידן'ס ליידן פון קענכטשאפט, נישט דאס פאלק. און דאס פאלק האט נישט פארדינט די קאנסקווענצן פאר פרעה'ס אומרעכט.

אויך פארלאנגט אל-גאמלי אז די ווערטפולע נדבת המשכן זאל אומגעקערט ווערן צו די מצריים, ווארום פון ווי האבן די אידן געהאט די אלע ווערדפולע מאטריאלן אין א נאקעטע מדבר? בהכרך קומט דאס פון די מצריים. ס'איז נישט קלאר אויב די אנקלאגע וועט פארלאנגן רעסטיטוציע אויך אויף די תחש.

דער שרייבער רופט מ'זאל ניצן אלע "לעגאלע מיטלן." ס'איז ערווארטעט ער שיקן אן הזמנה לד"ת צו התאחדות.

<a class="postlink" href="http://www.jewsnews.co.il/2014/03/28/egyptian-wants-to-sue-israel-over-biblical-plagues/">http://www.jewsnews.co.il/2014/03/28/eg ... l-plagues/</a>

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 30, 2014 11:11 am

· #193402
קודם וועלן אפאר לויערס מאכן א פאר גרייצער, וואס איז סתם אזוי א דבר טוב.

והשנית, זאל ער קודם אויפווייזן - הביאו ספרי יחוסיכם - אז ער איז טאקע אן אפשטאמיגע פון יענע מצריים. בא נבוכדנאצר ובלבל את כל העולם כולו.

יואליש » זונטאג מערץ 30, 2014 11:13 am

· #193403
פישל'ע העררינג
קודם וועלן אפאר לויערס מאכן א פאר גרייצער, וואס איז סתם אזוי א דבר טוב.

והשנית, זאל ער קודם אויפווייזן - הביאו ספרי יחוסיכם - אז ער איז טאקע אן אפשטאמיגע פון יענע מצריים. בא נבוכדנאצר ובלבל את כל העולם כולו.


אויך זאל ער זיך שטעלן אין ליין: לעתיד לבא, ווען די באבוב ד"ת איז פארטיג, וועלן מיר זיך זארגן איבער דעם. דערווייל זענען די בתי דינים זייער פארנומען.

מאטי » זונטאג מערץ 30, 2014 11:17 am

· #193405
אויב ער פארשטייט אז אויפן שקלאפן ארבייט איז נאר פרעה שולדיג און נישט דאס פאלק. וואלט ער געדארפט פארשטיין אז אויף די מכות איז אויך נאר גאט שולדיג און נישט די שקלאפן.

יואליש » זונטאג מערץ 30, 2014 11:40 am

· #193410
מאטי
אויב ער פארשטייט אז אויפן שקלאפן ארבייט איז נאר פרעה שולדיג און נישט דאס פאלק. וואלט ער געדארפט פארשטיין אז אויף די מכות איז אויך נאר גאט שולדיג און נישט די שקלאפן.


אצבע אלהים הוא. וע"ד זה אפשר לפרש דאס ווערטעל "בחינם באקומט מען כינם." צוליב מכות כינם איז די מצריים יצאו חינם אין כסף. (הגדה של פסח, יואליש תשע"ד).

פליקער » זונטאג מערץ 30, 2014 11:57 am

· #193415
וואס זענען מיר שילדיג אינדע מכות וואס הקב"ה האט אויף זיי געגעיבן, אויך האבן מיר געפינען די ביזה ביים ים, עס האט נישט געהאט קיין זין ציריק ציגעיבן ווייל זיי זענען געוועין דערטראנקן, על כן וואס זענען מיר שילדיג אז אינזערע עלטערן האבן זיך פארטשעפעט מיט זייערע עלטערן, אויך קימט אינז דען נישט גארנישט פארן ארבייטן עבודת פרך פארן מיצריש פאלק, אזוי ווי די גמרא ברעינגט שוין אזא טענה מיט איין מצרי.
עניוועי איך בין רעדי פאר א פייט

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 30, 2014 1:52 pm

· #193448
יואליש
אין די עגיפיטישע טאג-צייטונג אל-יאמי אל-יאסי שרייבט קאלומניסט אחמאד אל-גאמלי אז די אידן ברויכן ווערן אנגעקלאגט צו באצאלן קאמפענסאציע פאר די פיזישע, פסיכילאגישע און פינאנציעלע שאדן וואס די צען מכות האבן אנגעברענגט אויף דאס מצרי'שע פאלק.

פילייכט אין א פארזיך צו אויסמיידן גביהא בן פסיסא'ס לעגאלע ארגומענט אז די מצריים זענען גאר די וואס זענען שולדיג פאר די אידן פאר די שקלאפן ארבייט, טענה'ט דער שרייבער אז פרעה איז שולדיג אויף די אידן'ס ליידן פון קענכטשאפט, נישט דאס פאלק. און דאס פאלק האט נישט פארדינט די קאנסקווענצן פאר פרעה'ס אומרעכט.

אויך פארלאנגט אל-גאמלי אז די ווערטפולע נדבת המשכן זאל אומגעקערט ווערן צו די מצריים, ווארום פון ווי האבן די אידן געהאט די אלע ווערדפולע מאטריאלן אין א נאקעטע מדבר? בהכרך קומט דאס פון די מצריים. ס'איז נישט קלאר אויב די אנקלאגע וועט פארלאנגן רעסטיטוציע אויך אויף די תחש.

דער שרייבער רופט מ'זאל ניצן אלע "לעגאלע מיטלן." ס'איז ערווארטעט ער שיקן אן הזמנה לד"ת צו התאחדות.

<a class="postlink" href="http://www.jewsnews.co.il/2014/03/28/egyptian-wants-to-sue-israel-over-biblical-plagues/">http://www.jewsnews.co.il/2014/03/28/eg ... l-plagues/</a>

ביים התאחדות קען ער נאך געווינען. ס'ווענדט זיך וויפיל באקשיש, שוחד, בלע"ז ער רוקט אריין. ער'ט ארויסנעמען דריי אלטע באטשי'ס פון אשל אברהם און זיי אוועקזעצן זיי זאלן דרימלען. אין בשעת דער מצרי און זיין טוען וועלן רעדן. און איצא שייגעץ 'עט הייסן פאר די באטשי'ס וויאזוי די דין תורה דארף צו גיין... 😈 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 30, 2014 2:20 pm

· #193458
און וואס איז מיט מדין'נען???
זיי זיצען זיך אזוי שטיל אין ווינקעל
פארוואס קלאגן זיי אינז נישט אהן פארן הרגענען זייער נביא בלעם'ען???

דריידל » זונטאג מערץ 30, 2014 2:31 pm

· #193463
אלץ אן אייניקל פון זיידע תרח וויל איך קלאגן אייניקלעך פון אברהם אבינו פאר'ן צוברעכען די געטשקעס

diff » זונטאג מערץ 30, 2014 2:34 pm

· #193465
Sorry, Itzu is a nice man he gives them also a chaluka. and he pays for their eye doctor

יאיר » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:52 am

· #193708
דריידל
אלץ אן אייניקל פון זיידע תרח וויל איך קלאגן אייניקלעך פון אברהם אבינו פאר'ן צוברעכען די געטשקעס

דאס וועסטו לאזן די אייניקלעך פון די געטשקעס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 1, 2014 6:48 pm

· #194167
דער לאיערlawyer איז א איד?

מאטי » דינסטאג אפריל 1, 2014 7:27 pm

· #194171
איינער דערשאוויץ .. רינגס ע בכלל?

אברעמעל » דינסטאג אפריל 1, 2014 11:27 pm

· #194209
די דין תורה קומט אויך פאר נאך אפריל פאאל?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 2, 2014 5:41 am

· #194262
דער היתר ערכאות ליגט ביים ווינער רב?

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:36 pm

· #194543
אינטערסאנט די מצריים גלייבן דערין און געוויסע אידן ווילן עס פארלייקענען......