☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די כח און סמכות פון רבנים און אירע גדרים

די כח און סמכות פון רבנים און אירע גדרים

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6185

הוגה » זונטאג מערץ 30, 2014 10:24 am

· #193391
די כח און סמכות פון רבנים און אירע גדרים
וואו ווייט איז די כח און די סמכות פון אונזערע רביס און רבנים? איך ווייס נישט די ענטפער, איך וויל דא אויסשמועסן די שני צדדי האיבעיא, און איך האף אז די טייערע חברים וועלן העלפן מברר ומלבן זיין די נושא מיט סברות ומקורות. מען קען זאגן אז די שאלה איז שייך אויף פארשידנארטיגע מדרגות אזוי ווי איר וועט ווייטער זעהן.

פון איין צד קען מען זאגן אז מען דארף האבן פולע צוטרוי אין א רבי/רב. חז"ל זאגן שוין אז כל המהרהר אחר רבו כאילו מהרהר אחר השכינה. די סיבה בפשטות איז ווייל אויב איז נישט דא קיין טראסט אין רבנים איז נישט דא קיין טראסט אין די תורה. עס זענען דא צענדליגע סיפורים מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן וואס צייגן די בלינדע צוטרוי וואס אידן האבן געהאט אין זייערע רביס במשך הדורות. דאס מיינט אז אפילו אויב איך האלט אז מיין רבי טוט עפעס וואס זעהט אויס נגד התורה, דארף איך מיר פארלאזן אז ער ווייסט וואס ער טוט און זאגט.

די וואך פארציילט מיר א ידיד וואס איז א גבאי אין א קליין שול וואס באלאנגט צו א גרויסע חסידות. ער האט באקומען איין טאג א טעלעפאון רוף פון די אדמו"ר (מיט וועם ער איז גאר נאנט) אז ער זאל מודיע זיין פאר פלוני בן פלוני אז ער האט מער נישט קיין דריסת הרגל אין דער שול. עס האנדלט זיך פון אן איידעלע, ליבליכע יונגערמאן וואס האט נישט געטשעפעט קיין פליג, רעדט נישט קיין סאך, באדערט קיינעם. צוליב אינערליכע חסיד'ישע פאליטיק איז אבער נחתם געווארן דינו למיתה. איך האב געשמעקט אז מיין חבר האלט בעצם אז ס'איז געווען אן עוולה, האב איך אים געפרעגט פארוואס ער האט געפאלגט דעם רבי. האט ער מיר געענטפערט אז אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות. ער איז אויפגעצויגן געווארן צו האבן די פולסטע צוטרוי צום רבי, און אין אחר דברי רבי כלום. נאר אזוי קען מען בלייבן אן ערליכע איד. איין מאל מען הייבט זיך אן צו קלויבען וואס מען פאלגט יא דעם רבי און וואס נישט, קען מען פארפארן גאר ווייט. מיין פאטער זז"ג האט מיר אויך אזוי מחנך געווען. נישט דא קיין מעשיות. א מענטש האט נישט קיין דעת עצמי אויסער זיך צו קלויבן א רבי. אבער איין מאל מען האט זיך געקלויבט דעם רבי מוז מען אים בלינדערהייט פאלגן אויף אלעם.

עס איז אבער גאר שווער דאס מקבל צו זיין. הייסט אז אפילו אויב די רבי הייסט טון אקעגן די תורה דארף מען אים פאלגן? האלט איר דען אז דער גבאי האט געטון ריכטיג מיטן פארשוקן דעם איד פון בית המדרש על לא דבר? אויב האלט ער אז דאס איז אן עוולה דארף ער זיך אפזאגן פון גבאות ווי איידער וויי טון א איד. וואס איז אויב א סאטמארער איד האלט אז די עירוב איז מותר ע"פ תורה, עכ"פ לויט געוויסע שיטות חשובות, איז ער דען נאך אלץ מחויב מוחה צו זיין צוליב דעם ווייל זיין רבי הייסט?

לאמיר גיין צום צד השני. א מענטש מוז פאלגן זיין רבי אבער נאר ווילאנג עס איז נישט נגד התורה. דאס הייסט, אויב זיין רבי נעמט א צד אין א פלוגתא איז דאס זיין צד אויך. משא"כ אויב די רבי הייסט טון עפעס וואס איז קלאר נגד התורה (כגון די מעשה הנ"ל מיט ארויסווארפן די איד פון שול) טאר מען נישט פאלגן דעם רבי.

די פראבלעם מיט דער צד איז, וואו פונקטליך שטעלט מען אוועק די גדרים. ווען מעג איך יא טון אנדערש ווי מיין רבי און ווען נישט? איז דא איינער וואס איך "מוז" פאלגן נישט קיין חילוק ווי קלאר איך ווייס אז עס איז נגד די תורה און אירע values? לדוגמא, כ'פארשטיי אז אויב האלט איך אז 'מיין' רבי גייט נגד התורה דארף איך ענדערש פאלגן די תורה. וואס איז אבער אויב די דברי חיים אדער די שואל ומשיב זאגן עפעס נגד התורה, האב איך א רעכט זיי נישט צו פאלגן? זיי זענען דאך די תורה אליין! און וואס איז מיט א ראשון אדער אן אמורא?
בקיצור, איינמאל וואס דו זאגסט אז נישט אלעמאל דארף מען פאלגן א רב אדער א רבי, ערגעץ ביי א געוויסע נקודה פארלירן זיי זייער סמכות. אויב אזוי איז דאס דאך א דבר המסור לכל אחד ואחד, און די כח הרבנות וועט צוזאמפאלן. דעם פסק וועט ראובן נישט פאלגן, די צווייטע פסק וועט שמעון נישט פאלגן, א.א.וו. לדוגמא, אויב קומט מיר קלאר אויס פון די תורה אז אלע חרדי'שע רבנים האבן זיך טועה געווען, און די תורה פארלאנגט בעצם אז מיר זאלן זיך יא שטעלן אין מיליטער, דאן מוז איך לויט די צד השני טאקע גיין אין מיליטער.

קען איינער פונקטליך מגדיר זיין די כח און די סמכות פון רבנים אויף אן אופן וואס מיר זאלן נישט פארלירן די תורה און אויך די כח הרבנות.


.

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 30, 2014 10:40 am

· #193395
אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין, לא תסירו מן הדבר אשר יגידו לך!

פארוואס? » זונטאג מערץ 30, 2014 10:41 am

· #193396
עס איז שוין דא אן אלטע בירור הלכה, פון די אלע וואס גייען אין די פוסטריט פונעם לעצטן פוסק הדור מרן בעל ״ויואל משה״, וואס פארלאזן זיך אויף איהם על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין, (אויף אזוי ווייט, אז דער נידון פונעם עירוב פון וויליאמסבורג ווענדט זיך נישט אין קיין שום הלכה פון די שווערע עירובין הלכות, נאר אויב דער רבי זי״ע האט יא געוואלט אדער נישט).
עכ״פ, זיי האבן שוין מברר געווען קליפ און קלאר, אז אפילו איינער וואס זיין רבי הייסט איהם גיין צו די בחירות הטמאות אין ישראל, טאר איהם נישט פאלגן, ווייל במקום חילול השם אין חולקים כבוד לרב וכו׳. עיי״ש, ומשם תדרשנו.

איש עברי » זונטאג מערץ 30, 2014 11:01 am

· #193401
הוגה דו ביזט ריזיג! דו לייגסט אראפ די נושא אזוי איידל כאילו דא רעדט זיך פון א הארבע שאלה, די תירוץ איז אזוי איינפאך אז עס לאזט זיך גארנישט שרייבן, עס איז נישטא אזא זאך ווי האבן בלינדע צוטרוי אין מנהיגים, נישטא אזא חיוב מן התורה, און נישט מדברי סופרים, עס איז א אויסגעטראכטע סטראשע פון די קולט-פירער אז טאמער מען טראכט קעגן די רבי פאלט מען אוועק פון וועג.
כלל ישראל'ס היסטאריע איז פול מיט רעוואלט קעגן מנהיגים, אנגעהויבן ביי משה רבינו, וואס אין די תורה ווערט עס נישט דערמאנט לגנאי, אין משך חכמה ברענגט ער א אינטרעסאנטע געדאנק אז די רבוש"ע האט מסבב געווען אז משה רבינו זאל דורכפאלן מיט א חטא כדאי כלל ישראל זאל אים נישט פארגעטערען.
דאס וואס שטייט אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל, מיינט כמובן אז זייערע ווערטער זענען אויסגעהאלטן על פי תורה נאר שטימט נישט מיט חוקי הלאגיק ודעת בעל הבית.

איש עברי » זונטאג מערץ 30, 2014 11:50 am

· #193412
די סאטמארע זענען די גרעסטע צבועים אין דעם ענין, בעת וואס דער סאטמאר רב ז"ל האט געשריבען אז מען דארף נישט פאלגן רבנים און אזוי ווייטער, זענען זיי די ערשטע צו שרייען ווען איינער טראכט אנדערש פון זייער רבי'ן

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 30, 2014 11:56 am

· #193413
איש עברי
מאנכע סאטמארע זענען די גרעסטע צבועים אין דעם ענין, בעת וואס דער סאטמאר רב ז"ל האט געשריבען אז מען דארף נישט פאלגן רבנים און אזוי ווייטער, זענען זיי די ערשטע צו שרייען ווען איינער טראכט אנדערש פון זייער רבי'ן

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 30, 2014 11:59 am

· #193417
איש עברי, קען זיין ביי דיר איז עס איינפאך, אבער ביי ס'רוב חסידישע אינגעלייט איז עס בכלל נישט איינפאך, די שאלה באגט און קען משוגע מאכן א מענטשן.
ווענדט זיך לויט וועלכע חינוך מען האט באקומען.

פליקער » זונטאג מערץ 30, 2014 12:10 pm

· #193419
אמאל איז געוועין א שיף וואס האט געפאלגט די רבי אויף יעדע זאך, זיי האבן געהאט אפעראטן ווי צייטינגען מיט וואס זיי האבן איינגעשפאנט יעדעם אינעם שפאן צי ראטעווען די שיף.

פליצלינג האט זיך געהערט אויפן האריזאנט עטליכע שטארקע פייפן, און די שיף האט אפגערייזט ואיננו די שיף איז נישט דא מער,

דער רבי זאל זיך מוחל זיין און סקארלן זעלבסט, אזוי וואלט געוועין מיין רעאקציע צי זיין הייליגקייט, פשוט ווייל דער שיף איז נישט דא מער.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 30, 2014 12:58 pm

· #193433
הוגה

בקיצור, איינמאל וואס דו זאגסט אז נישט אלעמאל דארף מען פאלגן א רב אדער א רבי, ערגעץ ביי א געוויסע נקודה פארלירן זיי זייער סמכות. אויב אזוי איז דאס דאך א דבר המסור לכל אחד ואחד, און די כח הרבנות וועט צוזאמפאלן. דעם פסק וועט ראובן נישט פאלגן, די צווייטע פסק וועט שמעון נישט פאלגן, א.א.וו.

דאס איז נישט אמת. אויב רעדסטו פון ערענסטע מענטשען וואס מיינען באמת צי טון וואס ריכטיג, קען יעדער איינער מחליט זיין אויב זיין רביס פסק איז נגד התורה, גארנישט וועט ציפאלן.
ציפאלן וועט נאר ביי דער נישט ערענסטער מענטש (באם) וואס טוט ממילא וואס ער וויל, וועט האבן נאך אן אויסרייד פארוואס ער נישט מקיים תורה ומצות.
פארקערט דאס בויט אידשקייט. די מינוט וואס די רבנים וועלן וויסען אז אויב זיי זאגן נגד דעת תורה וועט די ציבור דאס נישט עקסעפטן, וועלן זיי זיין מער פארזיכטיג צי פסקנן אליבא דאמת.

ביבער » זונטאג מערץ 30, 2014 5:53 pm

· #193567
לעצטענס געהערט א שיינע ביאור אויף דעם נושא פון איינע פון די ספינקא ברידער'ס, זוך דא אין שטיבל ותמצא נחת.

פארוואס? » זונטאג מערץ 30, 2014 7:01 pm

· #193600
איש עברי
די סאטמארע זענען די גרעסטע צבועים אין דעם ענין, בעת וואס דער סאטמאר רב ז"ל האט געשריבען אז מען דארף נישט פאלגן רבנים און אזוי ווייטער, זענען זיי די ערשטע צו שרייען ווען איינער טראכט אנדערש פון זייער רבי'ן

איך מיין אז יעדער איינער טוהט מיט דעם וואס עס לוינט צו זיין פארטיי.

ודי למבין » זונטאג מערץ 30, 2014 10:49 pm

· #193672
קודם דארף מען וויסן וואס מיינט דאס א רבי וואס אויף אים גייט ארויף לא תתירו און כל המהרהר. אז איך בין געבוירן צו א שטוב וואס מ'דינט איין יוד און מ'פרעדיגט אנטקעגן זיין ברודער ווערט דער ערשטער יוד מיין רבי? מיט וואס? וואס מ'רופט היינט אן רבי, האט, לדעתי, נישט קיין שייעות מיט די רבי וואס מ'איז מחויב צו פאלגן.

דריידל » זונטאג מערץ 30, 2014 11:13 pm

· #193675
קודם כל דארף מען דן זיין צו די היינטיגע רבי'ס האבן בכלל א דין רבי. ס'זענען דא זייער ווייניג רבי'ס וואס מ'האט אויפגענומען מיט אן ערענסטקייט זיך מכניע צו זיין אונטער זייער דעת תורה. עפי"ר ווייסט מען שוין פון ווען ער ווערט געבוירן אז ער וועט זיין מנהיג נישט קיין נפקא מינה וויפול ער וועט קענען לערנען אדער ווי קלוג ער איז.
די חיוב צו פאלגן א רבי איז אדער ביי א רבי מובהק שקיבל ממנו רוב חכמתו אדער איינעם פון וועמען מ'האט מקבל מרות געווען אזויווי אמאל ווען די קהילה האט אויפגענומען א רב בהסכמת רוב בני הקהילה. די היינטיגע רבנים האט קיינער נישט אויפגענומען און ס'איז זיכער אז זיי האבן קיין שום כח נישט מחייב זיין א צווייטער וואס צו טון.

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 30, 2014 11:22 pm

· #193676
די אלע שיינע פסוקים פון לא תסור, ועשית ככל, מצוה לשמוע וכו' גייט ארויף אויף די בית הגדול דוקא שבירושלים. און אויך נאר אויף הלכה, נישט אויף אנדערע זאכן. אזוי זאגט די רמב"ם וכמה ראשונים. טייל ראשונים ווילן אויך זאגן אז מדרבנן איז עס בכל דור ודור. אבער דאס איז נישט פשטות הפסוק.

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 30, 2014 11:36 pm

· #193680
אמונת חכמים איז גאנץ א צווייטע זאך ווי לא תסור, ועשית ככל, מצוה לשמוע וכו'. לא תסור ווי געשריבן אויבן גייט ארויף אויף די סנהדרין, אמונת חכמים שטייט אין פרקי אבות אין די מ"ח דברים. די מפרשים זאגן דארט פשט, אז מ'רעדט פון די חכמי המשנה, וואס אע"פ זיי האבן אלעס געזאגט בעל פה, דארף מען האבן אמונה אז ס'איז מסיני.

היינטיגע חסידישע אמונת חכמים איז באזירט אויף מאמרים אין ספרי חסידות, וואס האבן צאמגעשטעלט אמונת צדיקים מיט די מצוה פון ודבקה בו בת"ח. ס'איז הייליגע תורות, אבער דאס איז ווי לאנג דער צדיק פירט זיך אויף הייליג על פי תורה.

די משוגעת פון ועשית ככל איז משוגעת פון די לעצטע 100 יאר, גענוצט אלס א באמפער סטיקער אין יעדע מערכה אדער מחלוקה אין כלל ישראל.

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 30, 2014 11:49 pm

· #193684
ביסט גערעכט די חינוך שרייבט אזוי, און נאך ראשונים. איך האב אבער נאר געדענקט די רמב"ם וואס זאגט קלאר אנדערש. ס'איז א מחלוקת הראשונים.

אויף דעם וואס דו שרייבסט אז מ'זעהט פון די גמרא אז מ'מאכט א ברכה אויף א דרבנן אלס ולא תסור, דאס איז אויך א מחלוקה. אנדערע ראשונים זאגן אז יעדע מצוה דרבנן וואס מ'מאכט אויף דעם א ברכה האבן די סנהדרין מתקן געווען, טראכט אריין וועסטו זעהן אז ס'איז טאקע אזוי.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:05 am

· #193689
יישר כח זייער קלאר. דאס הייסט אז לויטן רמב"ם בין איך היינט אויך מקיים די מצוה אויב ס'איז נישט בניגוד לחז"ל? כ'דענק נישט אזוי, אבער קען זיין.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:14 am

· #193692
איך האב אמאל געטראכט אז ס'דא ראשונים וואס זאגן אז בזמנינו איז מען יו"ט יוצא שמחה נאר מיט וויין, ווייל די פלייש איז נאר אויב ס'איז בשר שלמים. לפי דעם יש לומר, אז קען טאקע זיין ס'דא א מצוה לשמוע דברי חכמים, אבער אויב די חכמים זענען נישט קיין חכמים פון אמאל, אמת'ע ערליכע חכמים, איז מען נישט יוצא, און נישט מחויב מיט די מצוה פון לשמוע. ס'איז בדרך צחות, סא קנאים, איים סארי.

הוגה » מאנטאג מערץ 31, 2014 1:39 am

· #193718
ודי למבין
קודם דארף מען וויסן וואס מיינט דאס א רבי וואס אויף אים גייט ארויף לא תתירו און כל המהרהר. אז איך בין געבוירן צו א שטוב וואס מ'דינט איין יוד און מ'פרעדיגט אנטקעגן זיין ברודער ווערט דער ערשטער יוד מיין רבי? מיט וואס? וואס מ'רופט היינט אן רבי, האט, לדעתי, נישט קיין שייעות מיט די רבי וואס מ'איז מחויב צו פאלגן.


מען רעדט נישט דא פון רביס און חסידות'ער. מיין שאלה איז געווען בנוגע דער רבי וואס דו (און אלע אנדערע) האלטסט אז ער איז יא א ריכטיגע רבי/רב. אויב זאגט ער עפעס וואס דו האלטסט אז ס'איז נגד התורה, ביסטו מחויב ווייטער צו פאלגן אדער נישט?

@ממי שאמרו, ס'איז משמע מדבריך אז מען איז מחויב צו פאלגן אפילו נגד התורה. דאס איז א גרויסע חידוש. אפשר קענסטו שרייבן די מקורות.


.

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 31, 2014 8:14 am

· #193742
עס איז א בפירושער גמרא אז מען טאר נישט פאלגען א רב ווען ער פסקנט נישט ריכטיג. טעה במצוה לשמוע דברי חכמים. לא תסור גייט נישט אויף דעם, כאמור למעלה. עס איז אסטיקער.

ווען איינער זאגט לא תסור און אז ער פאלגט זיין רב אפילו כשאומר על ימין שמאל, האט ער שוין מודה געוועהן אז זיין רב איז א שטריק. די פראבלעם איז נאר ביי יד אלע מענטשען וואס ווייסען אפילו נישט עס איז שמאל..

מאטי » מאנטאג מערץ 31, 2014 1:33 pm

· #193781
אלנפאלס די גאנצע ויכוח איז נאר אויב דער רב וואס איז זיך טועה מיינט אז ער איז גערעכט. און דאס איז נישט וואס דער פותח האשכול הרב @הוגה האט געמיינט מיטן פאל וואס דער גבאי דארף ארויסיאגן אן אומשולדיגן פון שול צוליב דעם רבי׳נס פריוואטע נגיעות.

ראש הישיבה » דינסטאג אפריל 1, 2014 4:47 pm

· #194133
עס איז א וויכטיגער וויכוח וואס איז נוגע אביסל פאר אונז, און בעיקר פאר אונזערע קינדער. 'אביסל פאר אונז', ווייל רוב וואס לייענען דעם אשכול פאלגען סייווי נישט זייערע רב. ווייל רובא דרובא פון אונזערע רביס ורבנים לאזן נישט גיין אויפן אינטערנעט נאר לצורך פרנסה. אבער פונדעסטוועגן אסאך מאהל ווערן מיר סטאק צו מען דארף יא פאלגען אדער נישט, וכ"ש וויאזוי אונז דארפן איבערגעבן פאר אונזערע קינדער הדרך ילכו בה.

די וויכוח איז דא באמת נישט נוגע ווייל ליידער (אולי ב"ה) כהיום זענען די רבי רבנים דיינים וכו' בלי שום סמכות כלל. זיי זענען נישט קיין כח התורה, נישט קין כח הקדושה, ככל היותר זענען זיי ראשי קהילה פרנסים על הציבור.

עס איז נאך אלץ וויכטיג צו טוהן וואס אונז קענען אז אונזער רבי/ראש הקהל זאל זיין מיט ווי מעהר ערנסטע איידעלע פרינציפין וואס זענען באזירט אויף מידות מענטשליכקייט מאראליש אין תורה'דיג. נארוואס דען זיי פונקציאנירן אונטער א שלייער וואס הייסט רבי. ער פירט טיש ווינטשט ברכות געבט עצות וכו'. ער איז דער מנהיג וואס זאגט ווער עס איז גוט אויף דעם פאסטן. ער טוהט אויך צוהעלפן צו די פאנדרעיזינג אפאראט.

א קהילה איז אזויווי א קליינע מלוכה. עס איז א טובה פאר א מלוכה אז עס זאל האבן א גוטע פיערער. כאטש אז זייער אסאך מאהל וועט דער פיערער טוהן זאכן וואס זענען נישט ממש לתועלת, וכמה פעמים נאר לתועלת עצמו, מ"מ איז וויכטיג פאר די אנשי המלוכה זאלן מיט גיין מיט די פיערער כדי מלוכה זאל קענען אהנגיין בלי שום עיכובים.

א רבי האט נישט קיין שום סמכות מעהר ווי פיערער. עס איז כדאי צו מיטגיין מיט די משוגעתן פון א רביסטווע אפילו וען עס מאכט אום באקוועם ווייל נאר אזוי וועלן די מוסדות האבן א קיום. די מציאות ווייזט אז די חסידים האבן אסאך בענעפיטן פון די חסידות. ווי ביליגע שכר לימוד, מען העלפט בעת צרה, פינאנציעלע הילף בעת שמחה ויו"ט. אבער דאס איז אלס ווילאנג מען רעדט פון אומבאקוועמליכקייטן (למשל מען טיילט פאסטענס למשפחת הרבי, דער רבי נעמט זיך אהן פאר זיינע נאנטע פריינט, מען מוז גיין צו פונקציעס ווי טישן חתונות, קוויטלעך וכדומה), אבער ווען עס גייט כנגד התורה, וכ"ש ווען מען גייט ווי טוהן א איד, ח"ו מען טאהר נישט שטיין און די ד' אמות פון די רבי'סטיוועס.