☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » גיין פאר העלפ (מאלעסטעישאן)

גיין פאר העלפ (מאלעסטעישאן)

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6179

צדיק נסתר » פרייטאג מערץ 28, 2014 12:58 pm

· #193248
גיין פאר העלפ (מאלעסטעישאן)
ס'דרייען זיך היינט ארום צענליגע און הונדערטער אינגעלייט וואס זענען געטאטשט געווארן אלס קינד (אדער חלילה ערגער'ס) און האבן קיינמאל נישט באקומען די ריכטיגע העלפ און ס'מאכט זיי פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות אויפן שפעטערדיגן לעבן.

ס'וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת און א זיכוי הרבים צו מאכן דא א רשימה מפורטת פון היימישע פסיכיאלאגן וואס טוען אין דעם נושא (העלפ פאר מאלעסטעישאן), דאס וועט ארויסהעלפן הונדערטער אידן וואס ווילן געהאלפן ווערן אבער זיי ווייסן נישט וואו און צו וועם זיך צו ווענדן.

איש עברי » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:02 pm

· #193249
שלום עליכם צדיק נסתר! ווי א ריכטיגע צדיק האסטו געשריבען דיין ערשטע תגובה אין אחיעזר, יהא בואך לברכה!

לאליפאפ » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:14 pm

· #193255
@צדיק נסתר, א וויפלטע קאזען ביסטו פאר איש צדיק תמים?

הוגה » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:23 pm

· #193259
זייער א וויכטיגע אשכול. עטליכע האבן מיר אנגעפרעגט אין אישי דער שאלה, וואו קענען זיי באקומען הילף. איך ווייס אליין נישט וואס צו ענטפערן היות איך בין געווען אינוואלווד אין אלעס אויסער די פסיכילאגישע הילף אספעקט. אשר על כן, ווער עס האט אינפארמאציע זאל ביטע מיטטיילן לתועלת הרבים ולמצוה גדולה ייחשב. ובל"נ וועל איך אליין פרובירן צו טון ריסערטש עד שידי מגעת.

עסקן בדברים » פרייטאג מערץ 28, 2014 2:05 pm

· #193276
צדיק נסתר
ס'וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת און א זיכוי הרבים צו מאכן דא א רשימה מפורטת פון היימישע פסיכיאלאגן וואס טוען אין דעם נושא.

It would be even better if the list is accompanied by information about who is good and who is bad. Not every psychologist does more good than harm. Of course everyone's experience is different and probably every one has people saying good and bad things about them, but still some information is better then none

צדיק נסתר » פרייטאג מערץ 28, 2014 2:49 pm

· #193291
וויאזוי רופט זיך אויף ענגליש איינער וואס איז עוסק אין די ענינים?

signout » פרייטאג מערץ 28, 2014 2:54 pm

· #193294
פינקט ווי א נישט היימישע קאנסאלטענט איז ע''פ רוב נישט מצליח אוועקצושטעלן א היימישע ביזנעס די זעלבע איז דא, מען דארף האבען א היימישע גיטע פעסיכלאג וואס פארשטייט א אינזער ליידן אין צוגאנג, איך מיין אז ענדערש א היימישער גיטע אן לייסענס ווי א פרעמדער מיט לייסענס

ודי למבין » פרייטאג מערץ 28, 2014 6:08 pm

· #193314
It is very hard to create a list of "good therapists" as each and every case has its unique twists and turns and needs to be looked at and judges individually.

The organization Relief is doing an outstanding job in helping people find the right therapist. They know the right questions they need to ask. their number is 718-431-9501.

If anyone has a name of a therapist and needs information over him/her, please contact me in ishi, I will try to be of help.

צדיק נסתר » זונטאג מערץ 30, 2014 11:57 am

· #193416
קודם זאל מען דא ארויפשטעלן די נעמען פון היימישע טערעפיסטן, דן צו זיין ווער ס'איז יא גוט אדער נישט קען זיך יעדער אליין מאכן ריסוירטש.

ודי למבין » זונטאג מערץ 30, 2014 12:14 pm

· #193420
די ליסט איז ענדלעס און ווי געזאגט וואס איז גוט פאר איינעם קען זיין שלעכט פאר א צווייטן. ס'נישט קיין פוינט צו סתם ארויף שטעלן נעמען און מאכדעם דן זיין

צדיק נסתר » זונטאג מערץ 30, 2014 12:51 pm

· #193428
די וואס שעלטן וואס זענען זייערע טענות?

ודי למבין » זונטאג מערץ 30, 2014 1:56 pm

· #193449
האלבערשטאם אין פלעטבוש איז גוט פאר געציילטע. ער איז אביסל אלד סקול און נישט אפ טו דעיט מיט די היינטיגע מעטאדן אדג. מ'דארף אים אויספאלגן ביז די לעצטע אטעם און ער לאזט נישט קיין "בריעטינג ספעיס". אז איינער איז גרייט צו ארבעטן ביטער שווער, קען האלבערשטאם זיין פאסיג פאר אים.
ער ספעציעלירט זיך נישט, עז פאר וואס איך ווייס, מיט מאלעסטעישאן און טראמא.

צדיק נסתר » זונטאג מערץ 30, 2014 2:00 pm

· #193452
וואס מיינט היינטיגע מעטאדן? וואס זענען די מעטאדן?

צדיק נסתר » מאנטאג מערץ 31, 2014 10:42 am

· #193761
צדיק נסתר
וואס מיינט היינטיגע מעטאדן? וואס זענען די מעטאדן?

❓

צדיק נסתר » דינסטאג אפריל 1, 2014 6:20 pm

· #194164
איך האב זיך איינגערעדט אז דער עולם וועט ארויסהעלפן, דערווייל איז די אשכול איינגעשלאפן א שיינע שלאף ועולם כמנהגו נוהג. 😞

ודי למבין » דינסטאג אפריל 1, 2014 7:49 pm

· #194175
איך מיין אז דער עולם האט זיך זייער ווארים אנגערופן. איך אליין האב באקומען אפאר ווענדוגען אין אישי.

כווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא הערן...

קאוועניק » דינסטאג אפריל 1, 2014 8:26 pm

· #194178
איך האלט זייער שטארק פון דר חיים הלברשטאם לגבי anger control אין פאר בעדרום אישוס , כהאב א חבר וואס שעלט עם אוועק,
מרדכי קליין ווילי / מאנסי איז זייער גוט,

צדיק נסתר » דינסטאג מאי 13, 2014 11:57 am

· #200281
עוסק זייענדיג אביסל צו העלפן אידן, איז אנגעקומען צו מיר א פאל פון א איד פון וומ"ס וואס דארף גיין פאר העלפ, די פראבלעם איז נאר אז ער קען גאר שוואך ענגליש.

וויפיל איך האב פרובירט צו זוכן פאר אים א טערעפיסט וואס רעדט אידיש, איז עס געווען אן ערפאלג.

ווייסט אפשר עמעצער פון א אידיש רעדענדער לייסענסד טערעפיסט פאר מאלעסטעישאן?

מאטי » מיטוואך מאי 14, 2014 10:06 am

· #200437
שיק אים צו א לייסענסד ענגליש טיטשער.

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 14, 2014 10:41 am

· #200441
מאטי
שיק אים צו א לייסענסד ענגליש טיטשער.

יישר כח פאר די עצה.

אבער די הילף דארף ער שוין באקומען, נישטא קיין צייט צו ווארטן.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 14, 2014 7:32 pm

· #200540
אגב,
פריער געהערט אין די נייעס אז נאר איינס פון דריי גע'רעפטע פארציילען און זענען זיך בודק ביי א דאקטער.

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 14, 2014 7:51 pm

· #200547
צדיק נסתר
ווייסט אפשר עמעצער פון א אידיש רעדענדער לייסענסד טערעפיסט פאר מאלעסטעישאן?

נו אפשר דאך קען עמעצער בייהילפיג זיין?

עפל סיידער » מיטוואך מאי 14, 2014 8:03 pm

· #200550
ועד הצניעות

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 14, 2014 8:05 pm

· #200552
עפל סיידער
ועד הצניעות

זיי האבן נישט קיין לייסענס, און חוץ מזה זיי זענען נישט דא צו געבן העלפ, נאר צו שמייסן און רודפ'ן וועמען מען דארף.

עפל סיידער » מיטוואך מאי 14, 2014 8:06 pm

· #200554
צדיק נסתר
עפל סיידער
ועד הצניעות

זיי האבן נישט קיין לייסענס, און חוץ מזה זיי זענען נישט דא צו געבן העלפ, נאר צו שמייסן און רודפ'ן וועמען מען דארף.

מסתמא קענען זיי דיר זאגען ווער עס וויסט פון נומער'ן, נ''ר האסטו שוין פרובירט?

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 14, 2014 8:16 pm

· #200559
נח"ר וועט זיכער געבן די נומער פון יאנקל הורוויץ, וואס צו אים וועל איך אויף קיין פאל נישט שיקן.

קרעקער » פרייטאג מאי 16, 2014 10:53 am

· #200822
א שובבים טעיפ פון רבין איז דע בעסט
ביודי ומכירי קאמינא