☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווארט געזוכט פאר טפשות, גרויליגע פרעכהייט פון רובין שמחה

ווארט געזוכט פאר טפשות, גרויליגע פרעכהייט פון רובין שמחה

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6178

נח בער » פרייטאג מערץ 28, 2014 12:41 pm

· #193242
ווארט געזוכט פאר טפשות, גרויליגע פרעכהייט פון רובין שמחה
דאס בלוט קאכט און זידט. עס פארשטייט זיך נישט אין וועלכער בהמה'ישער קעלבליכער געגנט עס וואוינען די גאסן טענצער.

די ערגסטע, מיאוס'טע באשולדיגונגען זענען נארוואס ארויסגעלייגט געווארן אויפן חרדישן אידנטום. א איד איז אריינגעשליידערט געווארן אין תפיסה פיל לענגער פון זיינע לעבנסיארן. פארוואס? ווייל מען האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי.

אט איז א איד וואס האט זיך אריינגעדרייט אומווילנדיג אין דעם דריידל און האט געוואלט ארויסהעלפן אפשטילן דעם חרון אף פונעם שטינק אבער האט לויט אלע דעות עובר געווען אויפן לאנדס געזעץ און אפגעזען אויב מיר זאלן יא אדער נישט שטיצן אזא גאנג, איז ער אבער געכאפט געווארן בעת ער איז רעקארדירט געווארן מיט וויטנעס טעמפערינג.

ברוך ה' ער איז ארויסגעלאזט געווארן אויף דער פריי נאכן זיין אין תפיסה פאר א וויילע און איין טאג זיצן דארט איז א גיהנם וואס איז אומבאשרייבליך און עס איז פארשטענדליך די שמחה אים צו זען מיט די אייגענע קליידער אויף דער פריי.

וואס איז אבער די פרייד ברבים אז אלע זאלן דאס צוזען?

וואס ברויכן מיר ארויסרייסן די אויגן פון דעם גוי וואס גייט מארגן פרעגן ווען ער וועט ליינען אין די צייטונגען איבער די גרויסע שמחה?

ווילסט זיך פרייען? ווילסט ארויסווייזן שבח והודי' אז ער איז אנגעקומען אהיים בשלום? געב א שיינעם באשיידענעם קידוש און מאך נישט קיין טומלדיגע פאראדעס אויף די גאסן.

איך האב נישט אין מיין באזיץ דאס ריכטיגע ווארט אפצומאלן מיין איבלדיגער ווייטאג אז מיינע נאנטע ברודער האבן נישט דעם מינימום שכל דאס צו פארשטיין.

חביבי » פרייטאג מערץ 28, 2014 12:47 pm

· #193244
זיי דיך מסביר וואס איז די פרעכע שמחה וואס די רעדסט

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 28, 2014 12:50 pm

· #193246
איך פארשטיי דיר, אבער זה לעומת זה עשה אלקים, זיין אריינשליידערן אין טורמע איז געווען מיט פאמפע, מעג מען זיך פרייען ברבים ווען ער קומט ארויס.
נישט אז איך בארעכטיג עס, אבער איך קען הערן יענעם צד אן זוכן א ספעציעלע ווארט.

שרייבער » פרייטאג מערץ 28, 2014 12:50 pm

· #193247
אפשר ביסטו מסביר וואסערע געפעכט דו האסט מיט שמחה רובין?

נח בער » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:04 pm

· #193252
הצדיק אברהם רובין שליט"א מבעלי מסירת נפש בדורינו איז איינגעזעצט געווארן ווען ער האט פרובירט איבערצורעדן מר. דייטש, דער מאן פון מרת קרויז וואס האט אנגעקלאגט מר. נחמי' וועבערמאן אז ער האט איר באלעסטיגט, אז ער איז גרייט צו געבן דעם ריזן סכום פון $500,000 אז מען זאל אפלאזן דעם קעיס.

גענוג קלאר ערקלערט די נייעס?

גענוג טיטלען געגעבן פאר החסיד אברהם רובין צו ווייזן אז כ'האב גארנישט קעגן אים?

און ניין. טענות האב איך נישט צו אים בכלל וואס איך וועל אננעמען אז אזא ערליכער איד פארשטייט אז מען ווילדעוועט נישט ארום ווען מען טוט קרימינאלע אקטיוויטעטן. דער עוולה איז אויף די ארגאניזירער.

איך גיי זיך נישט יעצט אריינלאזן דעבאטירן אין דעם ענין.

ס'איז מיר א פלא אז מען פארשטייט אפי' נישט דאס געמיינהייט פון אזא טאנצעריי אין די גאסן בריש גלי.

הוגה » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:07 pm

· #193253
דא קומט אריין דאס ווערטעל, "אל תהיה צודק, תהיה חכם".

signout » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:34 pm

· #193262
עס איז זייער נארמאל אז יענער קומט אהיים פין תפיסה ווארטן אם אפ משפחה אין גיטע פריינד וואס פרייען זיך אים צו טרעפן, מען זעהט נישט דארט א ארגענעזירטע קבלת פנים פין א קאמיוניטי (ווען עס וואלט געווען - וואלטן מאסען זיך באטייליגט לכאורה) מען זעהט זייער ברודער, משפחה אין גיטע פריינד, אין מ'מאכט א שטורם פין א געלזעל וואסער

סאשי פיש » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:41 pm

· #193268
בילדער.
image.jpg image.jpg image.jpg

סאשי פיש » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:42 pm

· #193269
מיטען רב.
image.jpg

George » זונטאג מערץ 30, 2014 12:53 pm

· #193430
די כאפסט נישט וואס מען ברענגט ארויס דא, דעם גוי אינטערעסירט נישט צו בורי דייטש איז חיה צו א בהמה, די מידיא זיכט מיט לעכט ווי זיי קענען טרעפן אדער אפילו פאבריצירן עפעס שמוץ אויף חרדישע יודן, ווען די גייסט טאנצען אויף די גאסן, נישט קיין חילוק וואס דיינע געפילן זענען, גייט די מידיא ארויף טאנצען דערויף צו באשמוצען אלע חרדישע יודן.

אז דיין הארץ איז אויפגעשטורעמט פון פרייד אז'ש ס'וויל זיך ארויס לאזען אין א טאנץ לויבען דעם אייבירשטען -און ס'איז פארשטענדליך אז פארן געזעצענעם מיט זיין משפחה איז א גרויסער חיזוק זעהענדיג אז א ציבור יודן פרייען זיך מיט- קענסט אבער טאנצען אינענווייניג אין אינדערהיים ווייט אוועק פון די אויגן פון די הינגעריגע רעפארטערס וואס לעכטצען פאר א הייס שטיקל נייעס ווי פאר א ציגרעטל נאכן טשולענט.

די לעצטע פאר יאר האט אונז געוויזן אז אזעלעכע זאכן: doesn't do us any good

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 30, 2014 1:19 pm

· #193439
דזשארדזש: איך בין נישט מסכים מיט דיר. דאס אז די גוי'אישע מידיא זוכן נאר שמוץ אויף די ערליכע אידן וועט ממילא געשעהן און אז מיר וועלן זיך באהאלטן 'עט דאס נישט פארמינערן זייער באגער און דראנג אונז צו באשמוצן. ממילא דארפן מיר זיך נישט צוריקהאלטון פון אויסדרוקן אונזער פרייד ווען מיר שפירן א באגער דערצו. 🙄 😈 😈 😞 😮 😲

George » זונטאג מערץ 30, 2014 1:40 pm

· #193443
@אנאנים
מעגן מעגן מיר זאגן וואס מען וויל, אבער קוקנדיג אויפן ברייטען בילד קען עס ברענגען מער שאדן ווי ניצן. ווארט נאר אפאר טעג, ס'דארף נאר פאר איין ריפארטער בייפאלן צו מאכן דערפון א מעשה.

חקרן » זונטאג מערץ 30, 2014 1:45 pm

· #193446
בקיצור. ממה-נפשך; וואס מיר טוען נאר, וועט נישט טויגן.

דער ענטפער:
א געזונטער פי-אר אפעראט.

ווען וועט שוין איינער קומען און טון צו דער זאך?!

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 30, 2014 3:15 pm

· #193484
קיינמאל נישט
וואס אימער איימיצער וועט וועלן טון וועלן זיין די "אלץ-פארשטייערס" און יענעם אראפרייסן, הרבה עשו כיוסי געשטעטנער ולא עלתה בידם, מיר זענען אויסגעצייכנט אין אראפרייסן מענטשן וואס ווילן עפעס טון צו דער זאך.
פוי פאר אונז.

נח בער » זונטאג מערץ 30, 2014 5:39 pm

· #193557
זייט ווען פייערט מען ווען א קאנוויקטעד קרימינאל ווערט ארויסגעלאזט אויף דער פריי?

זיגלמאן איז א צווייטע פרשה און דארט איז די מידיע נישט געווען אזוי אויף דערמיט און דארט האט אים דער ריכטער פריי געלאזט און אים נישט איינגעזעצט אויף 103 יאר צו שיקן א מעסעדזש פאר זיין קאמיוניטי.

כאפסט די נפק"מ?

George » זונטאג מערץ 30, 2014 5:43 pm

· #193561
מ'האט געטאנצען מיט רובין.

נח בער ערקלער דיינע ווערטער

איש עברי » זונטאג מערץ 30, 2014 5:45 pm

· #193562
#פויפאראונז

נאטרוליסט » זונטאג מערץ 30, 2014 6:04 pm

· #193569
דער מציאות איז אזוי:

1. רובין האט 'געוואלט' באצאלן געלט. ער האט למעשה נישט געגעבן קיין פעני, און קיין געלט טרענזעקשאן איז נישט פארגעקומען.

2. ווען רובין איז נישט קיין חסידיש'ער איד, וואלט ער מסתם אנגעקומען מיט גארנישט, טאקע דערפאר וואס ער האט נישט געטאן קיין שום קרימינאלע זאך. און דער DA דארף אויפווייזן אז רובין האט באמת געוואלט משחד זיין, נישט סתם מאכן פאן מיט דייטש.

3. רובין איז באקומען תפיסה ווייל ער איז א איד! ער האט גארנישט געטאן!

4. אז ער איז געזעצן פאר יענעם ווייל ער איז א איד, איז נישט מער ווי רעכט אז יעדער איד זאל טאנצן פאר שמחה ווען ער קומט ארויס.

5. זיגלמאן איז א גרויסער צדיק, ער איז געזעצן פאר אן עבירה וואס ער האט געהאט א ראלע. דא האט רובין גארנישט געהאט קיין שום זאך, בלויז העלפן כלל ישראל!

נח בער » זונטאג מערץ 30, 2014 6:08 pm

· #193570
דא איז דא איין כלליות'דיגער פרשת וועבערמאן!

קלאר?

דער ריכטער האט אים געגעבן א אומגלויבליך שארפער פסק פון 103 יאר און דערמיט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי וואס שטיצט פעדאפיליע.

איז געקומען א איד וואס מיט זיין גוט הארץ האט נישט געקענט צוזען דאס חילול ה' וחילול חסידישע אידן האט בחכמה ובדעת פרובירט משחד צו זיין דעם אנקלעגער אז זיי זאלן אפלאזן דעם קלאגע.

דאס איז א קלארער פארברעך וואס כולי עלמי מודה. נישט קיין חילוק אויב האט מען יא אדער נישט געוואלט עס זאל געלונגען, און מען האט אים איינגעזעצט פאר א קורצע - אבער שווערע - פאר חדשים. די משפחה מעג און ברויך זיך פרייען אויף זיין ארויסקום א געזונטער און לעבעדיגער, אבער דאס ברויך זיין איינגעהאלטן און נישט אריינשפילן אין די אויגן פון די ארומיגע.

האט איינער פריער צוגעברענגט אז אויך ביים קבלת פנים פון זיגלמאן האט מען פאראדירט מיט גרויס פאמפע, האב איך געשריבן אז עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

גענוג ברייט ערקלערט?

אויב נישט קען מען פרעגן און מיר האבן ספעציעל אוועקגעשטעלט די קומענדיגע 30 מינוטן צו פארענטפערן מיין שטעלונג, וואס כ'האב אין מיין נאאיוויטעט געמיינט אז אלע פארשטענדליכע אידן וועלן אויך אזוי האלטן.

ביבער » זונטאג מערץ 30, 2014 6:13 pm

· #193571
נח בער

וואס ברויכן מיר ארויסרייסן די אויגן פון דעם גוי וואס גייט מארגן פרעגן ווען ער וועט ליינען אין די צייטונגען איבער די גרויסע שמחה?

ווילסט זיך פרייען? ווילסט ארויסווייזן שבח והודי' אז ער איז אנגעקומען אהיים בשלום? געב א שיינעם באשיידענעם קידוש און מאך נישט קיין טומלדיגע פאראדעס אויף די גאסן.

איך האב נישט אין מיין באזיץ דאס ריכטיגע ווארט אפצומאלן מיין איבלדיגער ווייטאג אז מיינע נאנטע ברודער האבן נישט דעם מינימום שכל דאס צו פארשטיין.


זייער גוטע פוינטס, און איך האלט אז א באשיידענעם קידוש איז אויך נישט גוט ס'וואלט ענדערש געמאכט אין די נייעס און וואלט געווען מער היפאקריטיש, דער רובין האט געדארפט איינפאקן און זיין שטיל, מיטן גאווערמענט רייצט מען זיך נישט אפגעזעהן ווער עס איז גערעכט, מ'איז אין גלות און פריי דיר דו לעבסט, דער גאווערמענט שיקט א מעסידזש און דו ווארפסט עס צוריק, און אנדערע ווערטער זאגסטו פארן גאווערמענט 'מיר האבן נישט געכאפט די מעסידזש, שיק נאך!'....

נח בער » זונטאג מערץ 30, 2014 6:15 pm

· #193572
פאר די געזעץ פאַרשטייער.

טוט אביסל היים ארבעט איידער איר זאגט קלארע פאקטן:
<a class="postlink" href="http://www.criminaldefenselawyer.com/intimidatingAwitness.cfm">http://www.criminaldefenselawyer.com/in ... itness.cfm</a>

שעפטל » זונטאג מערץ 30, 2014 7:41 pm

· #193621
גראדע איז רוב מאל אין די נייעס וויאזוי די משפחה פון א "מערדער" צו באוויסטע גנב האט אויפגענומען זייערס א נאנטע ווען יענער איז ארויסגעקומען נאך ווייסעך וויפיל יאר. ס'איז גאנץ א נארמאלע זאך אז די משפחה מיט גוטע פריינד זאלן זיך פרייען אז זייערס א נאנטע איז ארויסגעקומען.

יעצט לגבי ר' אברהם, צוליב דעם וואס זיינע איינזעצערס וועלן לויפן צו די מידיא דארף מען איינעמען א שטילשוואגעניש? ווילסט וויסן עפעס אינטערסאנט? ער האט שוין געשריבן פארדעם נאך פאר ווי וואס ווען אז ס'גייט מסתמה זיין א קבלת פנים... פארוואס? פשוט דאס קינד איז נעבעך הונגעריג פאר אטענטשן און פרובירט עס איינצוקעשן. זאל ער עס וואויל באקומען און זיך אינטערווישן דערמיט.

קיין שום עולה נישט פאר א ציבור אידן צו האלטן אז ר' אברהם איז דא א הירא און מ'זאל אים שיין אויפנעמען, ס'קען טאקע זיין אז ס'איז נישט אינגאנצן גלייך, אבער ביי הצדיק ר' משה אליעזר זיגעלמאן פארשטייט אויך נישט דער גוי מה כל הרעש און האלט אים אויך פאר א דאפעלטע קרימינאל, נאר ב"ה ער האט זיך נישט פארטשעפעט מיט א איד וואס האט געקענט לויפן צו די מידיא מאכן א בהלה דערפון.

איבער די מידיא בין איך נישט באזארגט ווייל די סעלף-העיטינג חברה וואלטן אויפגעבלאזן א גומל בענטשן אין א גרויסע שוהל אויך... אויב שוין אזוי זאל שוין כאטש ר' אברהם באקומען זיין פארדינטע כבוד און זיין משפחה און גוטע פריינד זאלן זיך פרייען ביז אינדערנאכט אריין און זיינע שונאים זאלן ווייטער שימפן

outspoken » זונטאג מערץ 30, 2014 8:32 pm

· #193639
מ'דארף טוישען די קעפל צו ''ווארט געזוכט פאר די רשעות'דיגע טפשות, גרויליגע אום-אחריות פון רובין שמחה''

די עולם דא האט שוין פארגעסען די רשעות'דיגע טפשות'דיגע,גרויליגע אום-אחריות'דיגע עלילת 75 פארטי וואס האט אפגעזיגלט די 103 יאר פאר הרה''ח ר' נ' וועבערמאן הי''ו מכל צרה. מ'האט געהאט א DA וואס מ'האט ביי אים געקענט פארהאנדלען שטילערהייט, ר' נ'וו וואלט שוין היינט געקענט זיין אויפן פריי און זיין א ציס''ע ווי יוסף הצדיק.

יעצט שטייט במ''ל אינמיטען פארהאנדלען מיט די היינטיגע DA איצט אז ער זעט ווי אזוי מיר מאכען א HERO פאר איינעם וואס האט געוואלט שטערען פון איינזעצען א CONVICTED CHILD MOLESTER לויט 12 גוים ) ווייזט דאס זייער שווארץ אויף אונז.

ווי קען מען דאס פארגלייכען צו א איד וואס האט גע' PLEAD GUILTY און HE DID HIS SHARE וואס זיין(מיט די ספינקע רבי'ס) אפמאך מיט די גאווערמענט איז געווען אז זיי דארפען נישט מסרן אנדערע, נאר זיי האבן געטראפען א LOOP HOLE ביי אים וואס זיין לויער האט פארזעען, און מ'האט אים איינגעזעצט אז ער זאל זיך ברעכען און ער איז געווען שטארק און זיך נישט געבראכען.

אידן, אביסל שכל

outspoken » זונטאג מערץ 30, 2014 8:52 pm

· #193642
[ציטאט אראפגענומען]

אדרבה, איך וועל דאס מאכען דאון אויב איינער קען דאס מסבר זיין בטוב טעם ודעת.

"אנאנים" ביסטו געווען אמאל באזוכען און תפיסה?

lasurim ‏@LASURIMVISITORS 22h

Looking for volunteers to visit our brothers in prison this coming Sunday in New York. If you are available please call us at 347‑743‑7446

יש''כ

נאטרוליסט » זונטאג מערץ 30, 2014 10:17 pm

· #193666
מיר טארן זיך נישט פרייען, ווייל מען רייצט זיך מיט די גוים?
און כדי צו באפעסטיגן דעם טפשות לייגט מען מה-דאך ביי נ"וו האט עס געשאדט, דריידט מען יעצט מיטן דיקן פינגער, איז דאך זיכער דא ביי רובין עאכו"כ...

דער וואס האלט אזוי דארף זיך אונטערזוכן ווי אמשנעלסטן!

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:45 am

· #193704
פלוצלינג האט מען פארגעסן פון די עיקרי היהדות, אז התגרות באומות איז אסור...

לכבוד שבת קודש » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:50 am

· #193707
מזל טוב, דער נחש האט זיך צולאזט, ער גיבט א גאנצע רעדע אויף די עולה פון רובין, און סטראשעט אז עס וועט זיין א ווינט צווישן די גוים.

(אגב, ווער ווייסט אויב איז איז נישט חברי הקאווע שטיבל במעל הזה, אז דער נחש האט נישט גענומען די איידיע פון דא... ווער קען דא זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.)

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 31, 2014 7:32 am

· #193738
ר' מענדיל איז זיך גרייט צו טוישען מיט ר' אברהמען