☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די שטארקע סעקיוריטי ביים פרידאם טאוער

די שטארקע סעקיוריטי ביים פרידאם טאוער

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6174

גיבור » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:39 pm

· #193101
די שטארקע סעקיוריטי ביים פרידאם טאוער
נאך וואס גאנץ נ.י.סיטי האט זיך איבערגעדרייט נאך וואס א טינעידזשער האט זיך ארויפגעכאפט צום סאמע שפיץ און געהאקט בילדער פאר איינס און א האלב שעה, ווערט מען נאכאמאל שאקירט אבער דאס מאל מיט א שמייכל ווען עס איז ארויסגעקומן א קליפ ווי צוויי מענטשן שפרינגן אראפ פון די שפיץ מיט א פערעשוט 3:00 אינמיטן נאכט און לאנדן אויפן וועסט סייד הייוועי, און מיט א פלינקייט פאקן (מיט א פתח) זיי אוועק די פערעשוט און יאגן אפ פון דארט.
בלייבט נאר צו זעהן וואס די שטאלצע אמעריקאנער וועלן מסביר זיין וויאזוי דאס האט געקענט פארקומען.

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:43 pm

· #193103
איינע פון זיי איז א steal worker דוירט אויפן פלאץ האט ער געוויסט ווי מאן קען זיך דוירט אריינווישן

למדן » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 6:29 pm

· #193143
לענית דעתי פארשטיי איך נישט פארוואס מ' זוכט אזוי צו באשטראפן דעם טינעדזשער כאילו ער איז דער טעראריסט פון וועם מ' האט אזוי מורא און אז ער וועט זיצן די מאקסימום דריי חדשים וואס מ' קען איהם גיבן פאר טרעספעסינג וועט מען שוין קענען שלאפן רואיג, ווי איך פארשטיי האט ער געטון זייער א גוטע זאך פונקט ווי דזשורנעליסטס כאפן אמאל ארויף זאכן אויפן פליגער צו טעסטן די זכערהייט און קיינער באשטראפט זיי נישט

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 9:34 pm

· #193173
לית דין בר נש
איינע פון זיי איז א steal worker דוירט אויפן פלאץ האט ער געוויסט ווי מאן קען זיך דוירט אריינווישן

כאפסט דיין פרוידיען סליפ?