☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס טידביטס פון מאנסי, ספרינג וואלי און אומגעגענט

נייעס טידביטס פון מאנסי, ספרינג וואלי און אומגעגענט

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6167

יין שרף » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:21 pm

· #192893
נייעס טידביטס פון מאנסי, ספרינג וואלי און אומגעגענט
מאנסי:
א 22 יעריגער היימלאזער פארשוין האט זיך נעכטן ביינאכט אריינגעבראכן אין די היימישע "בית בלומא רחל" מיידל שולע.
ווי די פאליציי געבן איבער האט "דשאשיא ריאס קאלאן" ארויסגעטאנצן פון א פענצטער אויפן ערשטן שטאק, PM10:30 נאכדעם וואס א ארבייטער פון די שולע האט אים געטראפן דארט.
מען האט אים געפונען אין א בוידעם פון א נאכגעלאזטן הויז, א בלאק אוועק פון די שולע אויף רט. 306.
מען האט עם אנגעקלאגט אויף דריטע גראד בורגלערי, אין אויך אויף קרימינאלע אדורכגאנג (TRESPASSING)
ער איז געבליבן אין תפיסה איבערנאכט נאכדעם וואס ער האט נישט געקענט צאלן די צעהן טויזענט דאללער בעי"ל, וואס די ריכטער אלען סיימאן האט אוועקגעשטעלט.

יין שרף » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:22 pm

· #192894
קרע"ש אין ספרינג וואלי
ספרינג וואלי:
א פרוי איז פארוואונדעט געווארן נאכן ארייקראכן איר אוטו אין א לאקאלע בעקעריי.
פאסירט האט דאס דינסטאג נאכט, ווען א פרוי האט אריינגעזעצט מיט איר טיאטע, דורך די "געשעפט פראנט" פון די לאקאלע "איבען אייזער" קאריביען בעקעריי אין ספרינג וואלי.
די פרוי האט מען ארויסגעצויגן פון די אוטו, נאך וואס די פייערלעשער האבן אויפגעשניטן די דאך, און געארבעט איבער א שעה איר ארויסצוראטעווען.
פאליציי געבן נאכנישט איבער די אורזאך פונעם קראך, נאר אזוי סאך אז זי איז געווען די איינציגסטע אין די קאר.
די גאנצע סטאר-פראנט איז חרוב, די אנדערע געשעפטן אין די פלאזא זענען אומבארירט.

יין שרף » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:50 pm

· #192903
קיאטי אטאקירט פרוי!
ארענזשבורג נ.י.
אויטאריטעטן אין ראקלענד קאונטי געבן איבער אז א פרוי איז אטאקירט געווארן פון א קיאטי (COYOTE)
52 יעריגער מערי לואה גארדנער איז געגאנגן וואקן איר הינטל מיטן נאמען דשאזמין, פאר זיבן אזייגער אינדערפרי, ווען א 50 פונטיגער קיאטי איז איר אקעגן געלאפען און אטאקירט אויף איר פיס. שכנים זענען ארויסגעקומען מאכן קולות צו איר פארטרייבן, ווי אויך האט זי שנעל אויסגעטוהן איר מאנטל אין פארטריבן די קיאטי פון איר, וואס איז אנטלאפן צו איר בעקיארד, און איז צוריקגעקומען צו פארצוקען די הינטל, ווען עס איז דערשאסן געווארן צום טויט דורך די פאליציי.
די פרוי איז אפגעפירט געווארן צום נייעק שפיטאל.
די ראקלענד קאונטי דיפארטמענט פון געזונט, געבן איבער אז די בעל חי איז נבדק געווארן פאר "רעיביס", און די טעסט איז צוריקגעקומען פאזעטיוו.

יין שרף » זונטאג יולי 13, 2014 6:01 pm

· #211560
קאר אריינגעזעצט אין פאליציי טרעקל
א 21 יעריגע שיכורה, האט אריינגעזעצט אין א ראמעפא פאליציי קאר, בשעת די צוויי פאליציי אפיצירן זענען געשטאנען אויף די גראז לעבן די סייד-וואלק, אויף רוט 59. רעדענדיג צו א פארשוין וואס זיי האבן אפגעשטעלט.
די פאליציי קאר האט דערנאך אריינגעזעצט אין די צוויי אפיצירן, וואס האבן געליטן לייכטע וואונדען, אין מען האט זיי אריינגעפירט קיין "גוד סעמעריטען" האספיטאל אין סאפערן.
די פרוי האט מען אויך אריינגעפירט אין שפיטאל, און דערנאך ארעסטירט, אויף DWI קלאגעס.

יין שרף » זונטאג יולי 13, 2014 6:09 pm

· #211561
2 שיכור'ע גנבים געכאפט הייס האנטיג!
פרייטאג האבן ראמאפא פאליציי געכאפט א 2 גנבים הייס-האנטיג, ווען די "גנבים אלארם" האט זיך צופיפען פון א הויז אין "טשעסנאט רידש".
פאליציי האבן ארפגעשיקט 2 אפעצירן, וואס האבן געפינען צוויי שקצים באראבעווען די הויז.
איינער Jermin Fordyce פון ניו דזערסי וואס איז אנגעקלאגט געווארן אויף DWI, צווייטע גראד בורגלערי, האבן קרימינאלע כלים אין פאזיציע, און נאך אנקלאגעס.
די צווייטער Corey Degroat, אויך פון ניו דזערסי, איז אנגעקלאגט געווארן אויף צווייטע גראד בורגלערי.

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:04 pm

· #229343
אן אינטרעסאנטע ספעקטאל האט זיך אפגעשפילט, ווען די ראקלענד קאונטי שעריף לואיס פאלקאו האט געמאכט א פרעס קאנפערענס פארענט פונעם קאונטי עקזעקעטיוו עד דעי׳ס אפיס, צו אנידערשרייען די בודזשעט וואס די עקזעקעטיוו האט באשטימט פאר די קומענדיגע יאר 2015, ווייל עס שניידט גאר אסאך פאנדינג פונעם שעריף דיפארטמענט. (די עקזעקעטיוו איז זיין כמו-boss)
ער טענה׳עט אז די עקזעקעטיוו׳ס שניטן פון כמעט 7 מיליאן דאללער וועט פארמאכן די ארסאן יוניט, קריים סין יוניט, באמבע סקוואד יוניט, און נאך פילע עליטע איינהייטן.
א ווארט זאגער פאר עד דעי זאגט אבער אז די עקזעקעטיוו אלס געוועזענע NYPD אפעציר ווייסט גוט נישט צו קאמפראמיסן מיט די זיכערהייט פון די פאליציי.

אזוי צו אזוי צורייסט זיך עד דעי מיט אסאך פאליטיקאנטן, נאכוואס עס איז שוין לאנג דא ריס צווישן אים מיט די היימישע מאנסיער געמיינדע (אפילו מיט די ״אויפגעקלערטע״ ווואס וואוטען אקעגן די עסטעבלישמענט...) און ווי אויך איז ער שוין לאנג צוריסן מיט די סטעיט סענאט און די קאונטי לעגיסלעטאר.

shem-tov » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:10 pm

· #229351
מאנרא:
איינער האט אן אנונג וואסע פשט פון די נידריג פליענדע העליקאפטער יומם ולילה די לעצטע פאר טעג. דאס קריכט פשוט אויף די נערווען ווילסט איינעם ארעסטירן. ארעסטיר שוין. וואס וויל ער מיט זיין ארום האווערן. בין איך דער איינציגסטער וואס הערט עס ?.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:33 pm

· #229414
אפשר וויל דער פעטער מרמז זיין אז ער האלט אן אויג.
לאמיר האפן אז ס'וועט נישט זיין (ח"ו) אן איבער חזר'ן פון די "סאמעט" פרשה...!
אינז מיין מיר אז אין רוסלאנד האט מען נאכגעקוקט...וד"ל...!

לך לך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:31 pm

· #229435
וואס איז געבליבן מיט די מאנסי וואלן ווער האט געווינען פארלוירן?

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:30 pm

· #239708
קאלטבלוטיגער גנב איז געכאפט געווארן רויט האנטיג! נאכן לקח'נען א 84 אינטש הויעכן אויגעבלאזענעם שניי מענטש!
Jeffrey Meyers א 41 יעריגער גוי פון בלאוועלט נ.י. האט פרובירט צו גנב'ענען די "אינפלעטעבל" שניי מענטש, 4:25 אינדערפרי, ווען א פאליציאנט איז פונקט אריבערגעפארן, און אים געזעהן זיך מיטשענעדיג אריינצולייגן די אויפגעבלאזענעם געשטאלט אין זיין דאדש 2004 מיני-ווען, געווארט אפאר מינוט אין זיין קאר, ווען די פאליציאנט האט אים געזעהן פרובירן אוועקצופארן מיט אפענע טירן אנהאלטענדיג שטארק די שניי מענשט מיט וועלכע ער איז געפאלן אין ליבע, וואס האט קוים אזוי גע'פיט' אין זיין קאר.
די פאליציי קלאגט אים אן אויף בערך זיבן! קלאגעס, און מען האט אים ארויסגעלזט אן בעיל...

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:57 pm

· #239714
און אנדערע נייעס האט די גייסטליכע פירער פון א שטעטל אין ראקלענד קאונטי (קרעדיט @berlbalaguleh 😉 😂 ) געדארפט אויפגעבן זיין אפעציעלע פלאטעס (official plates) נאכוואס די נייע סיסטעם מיט די לייסענס פלעיטס וועלן דארפן האבן סימנים אדער ארויסגעשריבן וואס דאס איז. למשל די אמבולאנסען וועלן שטיין דעראויף אמבולאנס, פייער דעפט. וועלן האבן רויטע פלעיטס וכדו'.
די איינציגסטע פלעיט וואס ס'איז פארבליבן פארן פיררער איז געווען פון די סאנאטיציע דעפט...
ס'איז ערווארטערט א יום תפילה אויפן בזיון ועלבון התורה, כולנו למערכה!untitled.pngIMG-20141208-WA0001.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:03 pm

· #239718
יין שרף: ייש"כ. און איך מיין אז "אמבולאנס" וואלט זייער גוט געפאסט אויף די רעבבי'ס אפישל פלעיט. ווייל ער האט ב"ה א סאך פעישנטס. אויכעט איז ער א וועטערינעריען. ער נעמט קעיר פון א סאך קעלבלעך און קיען. אויכעט פון כלבים. אוי. קעי. די כלבים זענען זיינע. זיי באקומען זייערע סעודות מבית המלך... 🙄

שלמה המלך » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 1:33 pm

· #239917
אינטערעסאנט: כ'האב אויך געקלערט וואס די גייסטיקער פון ראקלענד וועט טוהן מיט די פלאטע אישו, אבער נעכטען האט איך געזהען א נייע פלאטע נאר מיט'ן שם הכולל 'אפיציאל' ווי די אמאליגע גיטע יארן, איך בין נייגעריג ווער עס האט זיך געקאנט ארויסדרייען פון די נייע גזירה, אבער דאס איז אמאל זיכער אויב עס איז דא א יוצא מן הכלל וועט דאס אויך זיין אין ניי סקווירא

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:04 pm

· #240314
ארמד ראבערי אין ספרינג וואלי אויף רט. 59!

מעקס » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 1:06 am

· #251847
מען האט יעצט געהערט פון אלע אונזערע "עסקנים" צו וואטען יא אויפן רעפרענדום.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:14 pm

· #256165
דער קאונטי עקזעקוטיוו 'עד דעי' זאגט ער גייט זיך נעמען צו די אומלעגאלע דירות

Monsey, NY - New Initiative To Target Illegal Housing In Rockland

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 9, 2015 12:56 pm

· #257603
[ציטאט אראפגענומען]

אויב געדענק איך גוט איז דער ספיד דארטן 45 מפ"ש, סאו די עוולה פון פארן אויף 50 איז נישט געפערליך.
אן עוולה איז יא פארן אוועקפארן!!
עס איז אויך וויכטיג צו וויסן אויב דער איד האט געהאט א רעפלעקטאר?

געוואלדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 3:45 pm

· #258688
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני מצטרף (אגב ביסט א פרומע היימישע מיידל? 😃 )

מעקס » זונטאג מערץ 15, 2015 7:48 pm

· #258753
אלס איינער וואס באניצט זיך גאר אסאך מיט די ברוקלין רוט קען איך נאר צוגעבן צו די אלע געשיכטעס אז מאנסי טרעילס דארף א גרויסע תיקון, איך האב פערזענליך געהאט עטליכע געשיכטעס מיט זיי ווי זיי האבן געלייגט די קאסטומער פריאריטי אינטער נול.

איך אויך » זונטאג מערץ 15, 2015 7:52 pm

· #258754
וועלכע היימישע באס קאמפאנע לייגט עס דען יא אפילו אויף א מיד-לעוועל פרייאריטי? אזוי זעהן מיר אויס אן קאמפעטישן.

משולם שטיינפעלד » זונטאג מערץ 15, 2015 8:09 pm

· #258755
ק/פ אפדעיט איבער מאנסי טרעילס סומאטאכע.
קרעדיט: וואטסעפפ.

ווערסיע נומער איינס:

I just wanted to share the experience we just had with the Monsey Tours bus. It was the 12:30 bus on a Motzei Shabbos were 4 girls getting onto the bus, 2 of us had exact change and the other 2 only had $20. The driver said you need exact change. As 2 of us had exact change one of us told him he should call us as soon as he gets change for us. I guess he had a really bad night as he stood up aggressively and started yelling how we have no right to tell him how to run his bus. One girl was in the back of the bus already and received a funny message and was smiling to herself. He started yelling at us that we all have to get off the bus this second and he will not move it until we do. He threatened to call the cops if we do not. At this point we went over to him and apologized and tried explaining to him what happened. Next thing we know 4 cops cars showed up. The cops claimed that because this is a private bus company he can't help us, the bus just left. We were 4 16 year olds stranded in the streets of Monsey at 1 o'clock in the morning with no way home.I just wanted to share this experience we had with Monsey Tours, their horrible service and disgraceful driver, harassing 4 young teens. I advise you not to use Monsey Tours if you have another option.

ווערסיע נומער 2:


: FYI a couple of rebels wanted to show off they can what they want and speak in Yiddish and loudly say X chasiddim, the customers on the bus was very upset and the driver was left with no choice but to pull over and call the police and have them removed for the safety of others and the ride was arranged and paid for
privately to take them in

According to the Ramapo police department, the call came in as a dispute about religious guidelines and when they came were told that the girls were not dressed accroding to the bus guidelines, and not following the requirement of sitting on the proper side of the bus. Since the bus company has the right to make their own rules they were told to exit the bus.
They were arranged a ride home.

Whoever doesn't like Monsey trails they can take another company called red and tan, short line or they can take the train that goes off the Spring Valley if they still don't like it they can take a taxi and if they still don't like it they can drive their own car if they choose to take a private bus such as Monsey trails they have to follow the rules and if they don't the driver has the right to choose for the safety of others most busses have hidden and open private cameras private means battle belongs to the right of the owner of the bus they do investigate fairly any incident that happens they have close to 100 buses therefore they can only take so much control of the incident that happened inside the buses they have good drivers reliable drivers to have to make a decision do what's best for his ability to drive safe unfortunately we as passengers have gotten very convenient with our spoiled life style אלס קימט דיר
Why don't you sit on one of the buses for one day and start writing a book,
I'm a passenger for 9 years now, if you come up pay and sit down we never have an issue, thank God for social media so you can have free terapi

יואליש » זונטאג מאי 17, 2015 10:51 am

· #275810
כ''קען נישט די מעשה אבער דער צווייטע ווערסיע רעדט היבשע שטותים. מאנסי טרעילס (אזוי ווי מאנרא און וומ"ס/ב"פ באסעס) באקומט פאנדינג פון די גאווערנמענט און דערפאר טארן זיי נישט דיסקרעמינירן אויף וועלכע זייט פון די באס א מאן אדער פרוי זאלן זעצן. אין פאקט, די באס קאמפעני טאר אפי' נישט ארויפלייגן א מחיצה. א שליכטונג אין געריכט איבער די מחיצה איז געווען אז פאסאנזשירן מעגן עס מדעת עצמם ארויפלייגן, אבער נישט דער דרייווער אדער די קאמפעני. כ'האב שוין כמה פעמים געזעהן ווי א חאניאק אינגערמאן בעט דער דרייווער זאל ארומריקן די פרויען כדי ער זאל האבן א ליידיגע זיץ נישט נעבן א פרוי, און דער דרייווער זאגט ער קען דאס נישט טאן.