☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אגודת ישראל קאמפיין פאר ישיבות דארף אייער הילף
אגודת ישראל קאמפיין פאר ישיבות דארף אייער הילף
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6166
יונה כהן » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:03 pm
· #192847
אגודת ישראל קאמפיין פאר ישיבות דארף אייער הילף
אגודת ישראל האט ארויס געשיקט א דרינגלעכער בריעף פאר ישיבה מנהלים וואס געפונען זיך אין ניו יארק סטעיט אז זיי זאלען בעטען זייערע עלטערן אז:
אזוי ווי די וואך קומען פאר די לעצטיגע פארהאנדלונגען איבער דעם בודזשעט פון ניו יארק סטעיט, בעטען מיר אייך צו שענקן א פּאר מינוט זיך צו פארבינדן –טעלעפאניש אדער דורך אימעיל- מיט גאווערנער אנדרו קאומו; אסעמבלי ספיקער שעלדון סילבער; סענאט קאָ-פירער דין סקעלאס און דזעף קליין, און בעטן פון זיי אז זיי זאלען דורך פירען און צושטעלן ערנסטע געלטער פאר דעם 'עדוקעישען אינוועסמענט טעקס קרעדיט' [Education Investment Tax Credit] געזעץ.
דער געזעץ וועט צושטעלן א טעקס קרעדיט פאר נדבות סיי פאר פאבליק סקולס און סיי פאר סקאלערשיפ פראגראמען פאר סטודענטן וואס געפונען זיך און נישט-פאבליק סקולס, וואס נעמט אריין אויך ישיבות.
דא זענען אופנים ווי אזוי זיך צופארבינדען מיט די הויפט געזעצן מאכער'ס פון ניו יארק:
Governor Andrew M. Cuomo
Phone: 518-474-8390
E-mail: http://www.governor.ny.gov
Assembly Speaker Sheldon Sliver
Phone: 518-455-3791
Senate Co-Leader Dean G. Skelos
Phone: 518-455-3171
Senate Co-Leader Jeffery D. Klein
Phone: 518-455-3595
די גוי'אישע פריוואטע סקולס וואונדערן זיך פארוואס די עלטערן פון אידישע סקולס זענען שטיל. אפילו היימישע פאליטישענס וואס שטיצען שטארק דעם געצעץ זאגען אז זיי הערן נישט גענוג פון ישיבה עלטערן. די שונאים פון ישיבות אין פריוואטע סקולס רופען און שיקען בריעף כסדר, זיי מוזען הערן פון אונז אז עס איז פארהאן 1000טער וואס שטיצן דאס יא!
אין אנדערע סטעיטס ווי אילאנוי און פלארידא האט שוין דער קאמפעין פון אגודת ישראל אויפגעטון און דורכפירן אזא געזעץ און אריין געברענגט מיליאנען דולר פאר ישיבות.
אלע מוסדות זענען געווען פאר א פאר חדשים אין אלבאני און דער ענין איז געווען דער הויפט סיבה און עס האבען זיך באטייליגט סאטמאר, וויזניץ, גור, באבוב און ליטווישע ישיבות וכו' וכו',מיט איין קאל אדער בריעף קען מען מהפך זיין דער ענין לטובה ווייל עס פעלן נאר אויס געציילטע מעמבערס פון דער אסעמבלי כדי דאס זאל א דורכגעפירט ווערן על ידי רוב.
סאשי פיש » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:06 pm
· #192849
בר דעת » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:26 pm
· #192854
גייען ארימע עלטערן בענעפיטירן דערפון, אדער וועט עס געבן נאך מאכט פאר די פוסעים על ראשי עם קודש?
וועט געשטעלט ווערן קריטעריעס אין חינוך, א קאריקיולעם, און מהלכים ווען מען מעג ווארפן א תלמיד, אדער וועט ווייטער זיין הפקר וועלט אויף יעדן איינעמס חשבון?
אויב איז עס נאר נאך מאכט פאר מאכט הונגעריגע, שקול טיבותך ושדיא אחיזרא
יונה כהן » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:44 pm
· #192859
דאס איז א "סקולערשיפ" פראגראם, און דאס מיינט אז עס איז געמאכט און אויסגעשטעלט צו העלפן דוקא די עלטערן בפרט די ארימע. אויב מנהלים וועלן נאך פאלגען דעם געזעץ וועט דאס דוקא העלפן נאר עלטערן און דערנאך בעקיפין די ישיבות כמובן. דא איז דא אן ארטיקלפון דער דעילי נוז וואס איז דאס א ביסל מסביר.
דער קוריקולעם אישו איז א באזונדערע אישו וואס איז נישט נוגע צו דער אישו.