☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?

וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6163

מצטמק ויפה » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:33 pm

· #192762
וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?
"געב עס צוויי יאר, און כולל איז א פארגאנגעהייט, די גאנצע באבעל גייט איין טאג קראכן"!!!!

האט איר שוין געהערט אזאלכע ווערטער אדער עפעס דומה לזה? אוודאי אז יא, די פזמון הערט זיך שוין די לעצטע 7, 8, יאר, און...... גארנישט, מען איז נאך אלס דא; די כולל סטאקס בליען א מחי', עס איז א נחת, יונגעלייט זיצען על התורה ועל העבודה, מען איז זיך משלים אין כל מיני מקצועות, די כולל'ם זענען געשטאפט ווי קיינמאל פריער, עס איז א מחי'; נו וויל איך ענק פרעגן א פשוטע מיליאן דאללער פראגע, מהיכן ירק זה חי? וויאזוי מאכט מען דאס? וויאזוי שטופט דער כולל יונגערמאן דורך די טאג טעגליכע לעבן?

שוין פאר די לעצטע צען יאר ( אויב נישט מער) איז סעקשן 8 א פארגאנגענהייט, און בלויז עפעס וואס אונזערע זיידעס האבן געקענט געניסען פון. קומט אויס אז היינט צוטאג דארף א יונגערמאן אליין באצאלען די געשוואלענע רענט פרייזן, און געבן צדקה בהרחבה פאר זיין גוט הארציגען לענדלאוירד. food stamps פונם דערבארימדיגער פעטער, דעקט קוים האלב פון די גראסערי ארדער, און צומאל דאס אויך נישט, נו וויאזוי מאכט מען דאס? איך זיך נישט דא קיין עצות, אדער ארויפלייגן די שולד אויף איינעם, איך וויל פשוט און גראד פארשטיין די מאטעמאטיק חשבון וויאזוי עס ארבעט, און וויאזוי א כולל יונגערמאן שטופט דורך דעם טאג.

לאמיר עס אביסעל צולייגן מער בפרטיות, לאמיר זיך באציען צו דעם טיפיקעל יונגערמאן, וואס זיין טאטע און זיין שווער האבן געדארפט ארויס נעמען א הלוואה כדי איהם חתונה צו מאכ'ן, אדער אפילו אויב נישט, אבער צו שטיצען דעם זון-איידעם מיט א אלף'ל א חודש, מאן דכר שמיה. ממילא דער גאנצער עול הפרנסה פאלט נעבעך ארויף אזוי טראגיש אויף אונזער צדיק וואס האט שוין ברוך השם זוכה געווען צו צוויי זיסע לעכטיגע קינדערלעך. און אונזער חתן דינן זיצט און לערנט בהתמדה רבה אין כולל, און איז זיך משלים אין הלכות שבת, אדער סיי וואס.

זיין דירה האט ער געלויבט גאט קובע געווען אין דעם עיר ואם בישראל ווילאמסבורג, וואס ער צאלט, (מילד גערעדט) 1400.00 דאללער א חודש פאר זיין איין אין א האלב בעדרום דירה, (ליין קלאזע"ט).
גראסערי קאסט איהם בערך 120.00 דאללער א וואך, דאס מיינט 480.00 א חודש.
פלייש, בערך 85.00 דאללער א חודש.
געז-לעקטיר, 120.00 דאלער א חודש.
סעלפאון פאר זיך און די בני בית, בערך 60.00 דאללער א חודש.
בעבי סיטינג - פלעי גראפ, בערך 700.00 א חודש.
מקוה, 40.00 דאללער א חודש
לאמיר מאכ'ן א סאך הכל, דאס קומט אויס די פאנטאסטישע סומע פון: $2,885.00 (יא יא דו זעהסט גוט קוק נישט איבער.)
און דאס איז חוץ, פעמפער"ס, גויטע, שיך, קליידער, ספרים, פלאמבער ווען דאס קליינער ווארפט אריין אפאר שפילצייג אין טוילעט, און חוץ אלע הוצאות פון פאר יעדע יום טוב וואס איז נעבעך הימל שרייענד.

לאמיר געבן א בליק אויף די הכנסות, ווי פאלגענד; די ווייב איז חלילה נישט געגאנגען ארבעטען אין א אפיס, ווייל.........?! ( איינער ווייסט אפשר?) און למעשה איז זי א שולע לערערין, אדער גאר א הויך שולע לערערין, און זי ברענגט אהיים דאס נארהאפטיגע סומע פון 250.00 דאללער א וואך, וואס דאס קומט אויס צו, 1000.00 א חודש.
דער מאן לערנט אין תהילת יואל, אברכים, הופער, אוו קומט אהיים מיט 400.00 דאללער א חודש,( אויב קומט ער באצייטנס, און נעמט אלע בחינות) ביינאכט גייט ער אויך אין כולל ברענגט ער אהיים נאך 200.00 דאללער א חודש, פארטאגס??? ( מיט צוויי קינדער? א מכה.)
נאכדעם, food stamps, ברענגט אריין נאך 600.00 דאללער א חודש.
לאמיר מאכן דעם סך הכל: 2200.00 א חודש.
קומט אויס אזוי; די הכנסות זענען: 2200.00, און די הוצאות זענען: 2885.00. דאס טייטש אז עס איז דא א חסרון פון 685.00, נו פון וועלכע בוים נעמט מען די געלט? אוואו וואקסט דער בוים? און דאס איז חוץ אלע אויבער דערמאנטע זאכן וואס איז נישט דערמאנט געווארן אין די הוצאות.

איז רבותי עפעס א קאץ ליגט דא באגראבן,( חוץ אויב מיין רעכנער גוססט שוין.) וויאזוי מאכן זיי דאס???! אפשר קען איינער דא אביסעל אויסקלארן דעם ענין.

דריידל » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:41 pm

· #192764
זייער גיט געפרעגט. און די תירוץ איז אז זיי קומען טאקע נישט אויס דורכצושטיפען דעם חודש און מ'איז שילדיג גרויסע געלטער אין שכר לימוד אפיס, אין גראסערי, פאר די שכן און פאר'ן בעל בתישער שוואגער.

מצטמק ויפה » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:43 pm

· #192765
דריידל
און פאר'ן בעל בתישער שוואגער.

👍 👍

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:49 pm

· #192766
ליידער ליידער איז דאס די מצב


די פרוי טיטשט צוויי פארמיטאג אין קלויזענבורג נאכמיטאג אין סאטמער ס"ה 1900
די אינגערמאן מאכט אין כולל 600
קרעדיד קארד פוינטס טאמער צוטיילט מען עס פער חודש 300
פוד סטעמפס 500
אינגערמאן לערנט ביינאכט מיט א אינגעל 300
טעקס ריטארן טאמער צוטיילט מען עס אויפן חודש 1000

יעצט א אינגערמאן וואס גייט ארויס ארבייטען:
בויגינער ד'זאב 2300 אלץ אויפן ביכער האט נישט קיין פוט סטעמפס אין טעקס ריטארן
אין דא קומט צו הוצאות ווי קאר סמארט פאון וגו'


ווער שטייט בעסער?


נ.ב. כ'האב נישט געלערנט אין כולל אפי' פאר איין חודש, גלייך געגאנגען ארבייטען

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:55 pm

· #192769
זייט סנאודען זאגט אז די ווענט האבן גרויסע אויערן דענק איך אז אזא אשכול זאל מען נישט לופטערן דא ודו"ק.

מצטמק ויפה » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:56 pm

· #192770
שטילע אינגערמאן



נ.ב. כ'האב נישט געלערנט אין כולל אפי' פאר איין חודש, גלייך געגאנגען ארבייטען

אוי וויי שטילע, וואלסט עס געדארפט אויספרובירן כאטש פאר א וואך, יעצט גייסטו כל ימיו טראכטן אז זיי שטייען בעסער, יענעמ'ס גראז איז גרינער.

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:57 pm

· #192771
עבדים היינו. דאס איז איין תירוץ. נאמבער צוויי, דא איז אפאר זאכן וואס די חברה טוען:
1) מ'דרייט מיט קרעדיט קארדס און מ'זאמעלט פוינטס.
2) מ'טראגט זיך אן אלס אגענט פאר 'עמביט' און מ'דרייט די נערווען פון גאנץ כלל ישראל.
3) מ'לערענט מיט קינדער משניות פאר אפאר גראשן.

פרעגסט אבער א גוטע קשיא, און די תירוץ איז אז די וואס זענען נעבעך פארשפארט אין כולל זענען גרויסע רחמנות'ן, און מ'דארף מתפלל זיין פאר זייער שנעלע באפרייאונג. לאמיר נאר דאנקן גאט אז אנדערש ווי אין ישראל, באקומען נישט די אינגעלייט אין אמעריקע קיין לעבנס לענגליכע טורמע, נאר א צוויי-דריי יאר סענטינס.

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:08 am

· #192774
שטילע אינגערמאן


נ.ב. כ'האב נישט געלערנט אין כולל אפי' פאר איין חודש, גלייך געגאנגען ארבייטען

שטילע לכאורה ביסטו דער וואס דיין שווער האט דיר גיפרעגט ביים שידוך אויב די גייסט זיין אין כולל א האלבע טאג אדער א גאנצע טאג? אין גיענטפערט קען זיין אפילו פאר צוויי טעג!!!

גראדע דיין בילד זעהט אויס ווי די האסט אסאך יארן גיקוועטשט אין כולל!

מצטמק ויפה » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:12 am

· #192777
שטילע אינגערמאן
ליידער ליידער איז דאס די מצב


די פרוי טיטשט צוויי פארמיטאג אין קלויזענבורג נאכמיטאג אין סאטמער ס"ה 1900
ן

וואס???!!!!! אן מערבין ........ שמחה בשמחה!

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:26 am

· #192780
שמעקעדיג
זייט סנאודען זאגט אז די ווענט האבן גרויסע אויערן דענק איך אז אזא אשכול זאל מען נישט לופטערן דא ודו"ק.

ווי דען?

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:34 am

· #192784
אין מקוה בור בשעת מען כאפט א טבילה אונטערן וואסער

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 26, 2014 1:41 am

· #192792
שמעקעדיג
אין מקוה בור בשעת מען כאפט א טבילה אונטערן וואסער

ווייל ביי די בענק ווי מ'טוט זיך אן, האט שוין די ממשלה אריינגעבויעט קליינע ווייער'לעס מייקראפאונס, וועלכע ארבעטן מיט בלו-טוט. פון ווי ווייס איך? כ'בין איינמאל געבליבן אין מקוה שבת אינדערפריה נאך וואס די זייגער האט פארלאשן די לייטס, האביך באמערקט אז ס'קומען ארויס זיקוקין דנורא (יש גורסין דנהורא) פון צווישן די ווענט... 😂 🙄 😉 😮

מאטי » מיטוואך מערץ 26, 2014 1:47 am

· #192793
מיין קשיא איז ווי אזוי לעבט א צוויי און דרייסיג יעריגע אינגערמאן מיט 5 אוכלי פת און פארדינט אן אלף א וואך. דאס איז סאך א שטערקערע קשיא ודו"ק כי קצרתי בעצת שמעק

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 26, 2014 1:55 am

· #192794
איך האב ערגעץ געליינט דא אין שטיבל אז רביצין אסתר יונגרייז האט אמאהל געזאגט אויף איר טעלעוויזיע שאו, היא הנותנת! וויבאלד בדרך הטבע קען זיך א רעגלמעסיגע יונגערמאן נישט אויסהאלטן, ואף על פי כן לעבט דער עולם כמנהגו נוהג, איז א סימן אז כך גזרה חכמתו יתברך און אידעלעך זענען למעלה מהשגת אנוש, וקצרה שיכלם ואבד שיברם פון די גויים ווען עס קומט צו פארשטיין נבכי עקענאמיע שלנו.

גנדי » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:43 am

· #192800
וועגן דעם האבן חז״ל געזאגט: תורה שאין עמה מלאכה סופה בטילה.

איך אויך » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:52 am

· #192804
מצטמק ויפה
שטילע אינגערמאן
ליידער ליידער איז דאס די מצב


די פרוי טיטשט צוויי פארמיטאג אין קלויזענבורג נאכמיטאג אין סאטמער ס"ה 1900
ן

וואס???!!!!! אן מערבין ........ שמחה בשמחה!

אויף די 1900 נאמבער פרעגסטו גארנישט..

דריידל » מיטוואך מערץ 26, 2014 8:04 am

· #192807
א חבר מיינער וואס פארדינט לערך 250 א וואך האט לעצטענס געהאט אן אודיט פון די irs און זיי האבן אים אויסגעפייניגט מיט די טענה אז עס קען נישט זיין אז ער פארדינט נישט מער ווייל די עוורידזש סטאטיסטיקס ווייזן אז א שטוב מיט זעקס קינדער דארף בערך 60,000 א יאר אויף צו לעבן. אפילו נאכ'ן אויפווייזן אז ער באקומט פ. ס., וויק, מעדיקעיד וכדומה האט נאך אלץ געפעלט 15-20 טויזענט דאלאר און זיי האבן אים מחייב געווען שטייער אויף די געלט, אנדעם וואס זיי זאלן דארפן עפעס אויפווייזן. זיי האבן געזאגט אז ער האט די ברירה צו גיין אין קארט אויפווייזן אז זיי זענען נישט גערעכט.

ישמע חכם ויוסיף לקח

איש עברי » מיטוואך מערץ 26, 2014 8:09 am

· #192808
ווען מפארדינט ווען געלט פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אדער הערן קול מבשר וואלט כולל געווען גאנץ א לייטישע פרנסה

פלעין יודיש » מיטוואך מערץ 26, 2014 8:46 am

· #192812
איש עברי
ווען מפארדינט ווען געלט פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אדער הערן קול מבשר וואלט כולל געווען גאנץ א לייטישע פרנסה

וואס???
פארדינען לייקס איז דיר נישט געניג 😂 😂 😂

מצטמק ויפה » מיטוואך מערץ 26, 2014 8:50 am

· #192813
פלעין יודיש
איש עברי
ווען מפארדינט ווען געלט פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אדער הערן קול מבשר וואלט כולל געווען גאנץ א לייטישע פרנסה

וואס???
פארדינען לייקס איז דיר נישט געניג 😂 😂 😂

וואס??!! די האסט וואו צו קויפן מצות מיט לייקס???!!!! וועלכע בית אופה?? 😂

ברסלבער » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:39 am

· #192821
מצטמק ויפה
זיין דירה האט ער געלויבט גאט קובע געווען אין דעם עיר ואם בישראל ווילאמסבורג, וואס ער צאלט, (מילד גערעדט) 1400.00 דאללער א חודש פאר זיין איין אין א האלב בעדרום דירה, (ליין קלאזע"ט).

די פרייזן האלטן שוין היבש העכער.

מצטמק, האסט זייער גוט ארויס געברענגט דעם ווייטאג. ווען דער יונגערמאן האלט כאטש ביים לערנען איז א האלבע צרה, איז ער זיך כאטש ממית באהלה של תורה. אבער אז ער גייט אין כולל בלויז ווייל ער שעמט זיך צו גיין ארבעטן און ווייל יעדער גייט, דאס איז א חורבן. ער האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט, נישט רוחניות און נישט גשמיות, נישט צום לעבן און נישט צום שטארבן.
נישט אומזיסט איז הרה"ק מסאטמאר זי"ע געווען אזוי ברוגז אויף כוללים.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:49 am

· #192824
דריידל
א חבר מיינער וואס פארדינט לערך 250 א וואך האט לעצטענס געהאט אן אודיט פון די irs און זיי האבן אים אויסגעפייניגט מיט די טענה אז עס קען נישט זיין אז ער פארדינט נישט מער ווייל די עוורידזש סטאטיסטיקס ווייזן אז א שטוב מיט זעקס קינדער דארף בערך 60,000 א יאר אויף צו לעבן. אפילו נאכ'ן אויפווייזן אז ער באקומט פ. ס., וויק, מעדיקעיד וכדומה האט נאך אלץ געפעלט 15-20 טויזענט דאלאר און זיי האבן אים מחייב געווען שטייער אויף די געלט, אנדעם וואס זיי זאלן דארפן עפעס אויפווייזן. זיי האבן געזאגט אז ער האט די ברירה צו גיין אין קארט אויפווייזן אז זיי זענען נישט גערעכט.

ישמע חכם ויוסיף לקח

דו ווייסט דאך אז זיי זענן גרעכט. גיבט ער איין אלעס וואס ער און זיין פרוי פארדינן?

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:57 am

· #192827
אסאך יונגעלייט לעבן אויף הלוואות. לויט די איי. אר. עס. איז א פרייע הלוואה - א הלוואה וואס טראגט נישט קיין רבית - פארעכענט אלץ א מתנה, וואס איז טעקסעבל! דאס מיינט צו זאגן אז אפילו אויב א יונגערמאן ווייזט אויף אז ער לעבט אויף חובות, ברויך ער נאך אלץ איינצאלען טעקס.

נ.ב. זיך ריגיסטרירען אלץ א דעמאקראט - אנשטאט נאכלויפן יוסי ג. וכו' צו הייסן א ריפובליקאנער - האט שוין געהאלפן רבים וכן טובים נישט צו האבן אן אודיט פון די איי. אר. עס.

שמו יגער » מיטוואך מערץ 26, 2014 8:59 pm

· #192951
ברסלבער
מצטמק ויפה
זיין דירה האט ער געלויבט גאט קובע געווען אין דעם עיר ואם בישראל ווילאמסבורג, וואס ער צאלט, (מילד גערעדט) 1400.00 דאללער א חודש פאר זיין איין אין א האלב בעדרום דירה, (ליין קלאזע"ט).

די פרייזן האלטן שוין היבש העכער.

מצטמק, האסט זייער גוט ארויס געברענגט דעם ווייטאג. ווען דער יונגערמאן האלט כאטש ביים לערנען איז א האלבע צרה, איז ער זיך כאטש ממית באהלה של תורה. אבער אז ער גייט אין כולל בלויז ווייל ער שעמט זיך צו גיין ארבעטן און ווייל יעדער גייט, דאס איז א חורבן. ער האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט, נישט רוחניות און נישט גשמיות, נישט צום לעבן און נישט צום שטארבן.
נישט אומזיסט איז הרה"ק מסאטמאר זי"ע געווען אזוי ברוגז אויף כוללים.

און שלום בית איז גארנישט ביי דיר??
וואס ווילסטו פון דעם יונגערמאן האבן?
זיין ווייב איז געגאנגן אין שולע אין די לעצטע פאר יאר אין אוודאי די לעצטע פאר חדשים איז מען זי מסבי געווען וואס מיינט א תורה שטוב וואס מיינט זיך מקריב זיין פאר תורה זי פארשטייט שוין גוט די סוגיה....
קומט נאך די חתונה זאגט זי פאר איר מאן אלעס וואס זי ווייסט אלץ!
בלית ברירה זיצט ער אין זיצט נאך אין נאך אבער וואס זאל ער טוהן זי ווייסט וואס א תורה שטוב מיינט...
בוווווווווווווווווז ער פלאצט אויס אין ער זאגט קוק קיין געלט האט מען שוין נישט אפילו מיט דיין מסירות נפש ארבייט ממילה מוז איך טרעפן א האלבע דזאב אין אזוי צוביסלך טרעפט ער דעם וועג ארויס
איז לפענ"ד הקטן די טענה פון "ווי אזוי מאכן זיי עס?" זאל מען רעדן מיט די הויך שולע לעררינס מיט די סעמינאר חכמים אין די כלה טיטשערס וואס זענען מסביר די עניינם פאר די נשים והכל על מקומו יבא בשלום

דריידל » מיטוואך מערץ 26, 2014 11:39 pm

· #192971
פישל'ע העררינג
אסאך יונגעלייט לעבן אויף הלוואות. לויט די איי. אר. עס. איז א פרייע הלוואה - א הלוואה וואס טראגט נישט קיין רבית - פארעכענט אלץ א מתנה, וואס איז טעקסעבל! דאס מיינט צו זאגן אז אפילו אויב א יונגערמאן ווייזט אויף אז ער לעבט אויף חובות, ברויך ער נאך אלץ איינצאלען טעקס.


נישט אמת. דער וואס באקומט א מתנה צאלט קיינמאל נישט קיין טעקס.

דריידל » מיטוואך מערץ 26, 2014 11:43 pm

· #192972
פישל'ע העררינג
אסאך יונגעלייט לעבן אויף הלוואות. לויט די איי. אר. עס. איז א פרייע הלוואה - א הלוואה וואס טראגט נישט קיין רבית - פארעכענט אלץ א מתנה, וואס איז טעקסעבל! דאס מיינט צו זאגן אז אפילו אויב א יונגערמאן ווייזט אויף אז ער לעבט אויף חובות, ברויך ער נאך אלץ איינצאלען טעקס.


נישט אמת, נאר די רבית וואס ער צאלט נישט ווערט גערעכענט ווי א מתנה. און בכלל, דער וואס באקומט א מתנה צאלט קיינמאל נישט קיין טעקס.

גנדי » מיטוואך מערץ 26, 2014 11:50 pm

· #192973
איך בין נישט קיין אקאונטינט.

ביז צען טויזענט א יאר א מתנה איז טעקס פריי. מער פון צען דארף מען צאלען טעקס.

דריידל » מיטוואך מערץ 26, 2014 11:58 pm

· #192974
מ'דארף נישט זיין קיין אקאונטענט פאר דעם; מ'גוגעלט עס און ביז צוויי מינוט האט מען אלעס כשולחן ערוך.
א מקבל מתנה צאלט קיינמאל נישט קיין טעקס נאר דער נותן וועט דארפן צאלן אויב גיט ער מער ווי 14 טויזענט פער מענטש. דאס הייסט, פאר א משפחה מיט פינף נפשות קען מען געבן טעקס פריי 140,000 פער יאר, ווייל סיי דער נותן און סיי דער נותנת קענען געבן די 14 טויזענט.

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:37 am

· #192984
דריידל, באקוק גוט דיין חתימה...

ומכאן הקריאה יוצאת, ווען מען האט א ספק ספיקא בנוגע טעקס עניינים, ביטע נישט גוגעל'ען פאר צוויי מינוט כשלחן הערוך. טעקס עדווייזערס מיט אקאוינטענטס זענען נישט ארויס פון ביזנעס מיט'ן אויפקום פון גוגעל. און פאר א גוטע סיבה.

בכל אופן, דריידל, ביזטו נישט גוט אינפארמירט, און חכמים היזהרו בדבריכם, ווייל איינער קען נאך גוגעל'ען דעם אישו און אונטער א מינוט צוויי וועט גוגעל איהם צופירען צום בפירוש'ען שטיקל דריידל דא אין שטיבל, און יענער קען עס נאך חלילה אננעמען פאר גוט געלט כשלחן הערוך...

דריידל » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 7:58 am

· #192995
מיין אינפארמעישאן קומט פון דא. ווער עס פארשטייט ענגליש זעהט אלעס שטייט קלאר ארויס
www.irs.gov/Businesses/Small-Businesses-&-Self-Employed/Frequently-Asked-Questions-on-Gift-Taxes

פליקער » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 9:53 am

· #193000
מיר שטערט שוין די קשיא צוואנציג יאר פון די צייטן וואס איך בין געוועין און כולל, דאן האב איך געצאלט זיבן מאות פאר מיין לענדלאר, אלע גרויסע טאטע'ס בימים ההם האבן אויך גערעדט מיט נאסטאלדשיע פון די אלטע גיטע צייטן פון אמאל ווען מען האט געצאלט צוויי מאות רענט, דאן האט מען געקענט לעיבן אין כולל, ווייל די הינדערטער האט ג'קלעקט,
פעסט פארווערד צי היינט ווען מען צאלט זיבעצן מאות פאר א דירה סרוחה, כולל געלט באקימט מען נישט נאר מיט פראטעקציע,

אבער שקר איבער אלעם, אזוי לעיבן מיר
מיר פארמאגן א געוואלדיגע שקר אפעראט, דאס שטויסט אינז פאראויס און אלע צייטן, מאנכע ריפן דעיס דער באשעפער העלפט, איך קען דאס נישט קויפן,

וואס דער גרויסער באשעפער העלפט אינז גנב'נען, האט ער דען נישט געניג כשר געלט אינז צי געיבן, דער באשעפער וויל מיר זאלן פוילן ביי פיי סמך דורך פארשידענע וועיגן זיי צי באצווינגען אינז צי געיבן געלט, ווי איז דאס מעיגלעך, אפילו די וואס האבן יא די אלע זאכן, וויפיל ברויכן זיי זיך איין שטעלן דערפאר,

ודו"ק כי קצרתי בעצת שמעקי

די פאקט איז צי האבן מעדיקעיד ברויך מען זיין א זעלטען קליינע פארדינער,

די פאקט איז אז רובה דרובה האבן מעדיקעיד

וועט מען מיר זאגן אז דער רצון השם איז צי פעלטשן זיין נאמען, איז דעיס דער וועיג.

ווי קען זיין אז אידישע קינדער אויף אזא גרויסע פארנעם קענען נישט מחליט זיין געניג איז געניג, מיר גייען און טארן און אזעלכע וועיגן נישט גיין, מיר ברויכן תשובה טיען אויף אינזערע שלעכטע מעשים, מיר ברויכן גיין בדרך הישר, וואס ליידער און די נאמען פון תורה ווייסט קיינער נישט וואס דרך הישר מיינט, יא אבער אז ערב איז אסור, דאס ווייסט יעדער וואס איז שוין ארויס פון כיתה גימל.

אז מען מיז געיבן געלט פאר יעדער האנט פלאך דאס ווייסט יעדער בר נש,

אבער לעולם יהא אדם, סארי מי נא אנדערסטענד, רעד אידיש פליז.

נישט פארגעסן אינטערנעט איז א סיריעס פראבלעים,