☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ס'צרות כ'הייב אן ''פארגעסן'' און כ'בין נאך יונג, ס'טוט מען?

ס'צרות כ'הייב אן ''פארגעסן'' און כ'בין נאך יונג, ס'טוט מען?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6157

מלא וגדוש » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:07 pm

· #192499
ס'צרות כ'הייב אן ''פארגעסן'' און כ'בין נאך יונג, ס'טוט מען?
אופפפס!! כ'פארגעסן וואס איך וויל שרייבן.. 😠
ווער קען העלפן

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:31 pm

· #192505
אפשר האט עס מער מיט דיין חתימה ווי מיט דיין עלטער. לאל.

מלא וגדוש » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:06 pm

· #192700
ס'גייט ארום א וויץ, איך ווייס נישט צו ס'איז אמת. א אלטע מענטש האט געזאגט אז דריי זאכן ווערן שוואכער ווען מ'ווערט עלטער. איינס איז די ראיה, צוויי איז די זכרון, און די דריטע אוי איך האב פארגעסן!.... איינער קען פעסטשטעלן צו ס'איז א אמת'ע וויץ?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:44 pm

· #192706
עפעס אזא וויץ ליגט מיר טאקע אין זכרון, אבער כ'געדענק שוין נישט.

מלא וגדוש » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:53 pm

· #192707
בקיצור דו ביזט א אח לצרה דא...

מלא וגדוש » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:58 pm

· #192719
נאך א וויץ גייט ארום. א עלטערע איד רעדט פאר א ציבור און זאגט אז ער איז אנדערש ווי סתם אלטע אידן וואס גייען א גאנג, "איך זע ב"ה אייזן פונקט ווי ווען איך בין געווען אינג, און מיינע פיס טראגן מיר נאך פונקט ווי א אינגערמאן, און מיין זכרון? אה פונקט ווי ס'געווען אלעמאל!" און דערביי האקט ער אויפ'ן שטענדר ווי צו זאגן A-1 אויף זיין זכרון.. "ווער קלאפט דארט?".... געט ער א פרעג!!! 😂 👍

ברסלבער » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:20 pm

· #192726
מלא וגדוש
ס'גייט ארום א וויץ, איך ווייס נישט צו ס'איז אמת. א אלטע מענטש האט געזאגט אז דריי זאכן ווערן שוואכער ווען מ'ווערט עלטער. איינס איז די ראיה, צוויי איז די זכרון, און די דריטע אוי איך האב פארגעסן!.... איינער קען פעסטשטעלן צו ס'איז א אמת'ע וויץ?

עס איז דא דריי סיבות פארוואס מען פארגעסט געווענליך די דריטע זאך. 1. ווייל מען האט טאקע פארגעסן. 2. ווייל מען געדענקט עס שוין נישט. 3. די דריטע האב איך פארגעסן...

דריידל » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:50 pm

· #192767
און לויט אן אנדערע גירסא גייט דער וויץ אזוי:

ס'דא דריי סימנים ווי מ'קען דערקענען אז איינער לייט פון אלטסהיימערס רח"ל:

1. ער געדענקט נישט זיין אדרעס

2. ער געדענקט נישט זיין טעלעפאן נאמבער

און די דריטע געדענק איך שוין נישט