☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איך בין א מחוצף!

איך בין א מחוצף!

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6149

ברסלבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:33 am

· #192251
איך בין א מחוצף!
דעם שבת האב איך פרובירט מחזק צו זיין א איד, ער האט זיך מיר אפגערעדט אז ער מוטשעט זיך זייער שטארק פינאנציעל, ער קען זיך נישט צוזאמנעמען און זיך מסדר זיין. איך האב אים פרובירט מחזק צו זיין אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג, ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה, די פיין און ליידן וועט נישט צו לאנג אנהאלטן. און דאן וועט דיר כאטש איבערבלייבן די גוטע זאכן וואס דו האסט אריינגעכאפט אויף דער וועלט, די מצות ומעשים טובים דאס וועט דיר באגלייטן, בהתהלכך תנחה אותך בשכבך תשמור עליך והקיצות היא תשיחך.

ענטפערט ער מיר מיט א ביטערן שמייכל -- 'הרי זה בא לחזק ונמצא חוזק'. דאס איז טאקע דיין נחמה? דערווייל האסטו נאר ערגער געמאכט דעם מצב, אויב בגשמיות בין איך טיף אין דער ערד, בין איך ברוחניות נאך א שיינע פאר שטאק נידריגער. נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען, און די ביסל וואס איך טוה יא האט יענץ פנים, אז דו דערמאנסט מיר פון לאחר מאה ועשרים ווערט מיר קאלט אין די ביינער, עס זעהט מיר נישט אויס אז איך וועל קענען עפעס מיטטראגן אהין.

האב איך אים דערציילט די באקאנטע מעשה פון בעש"ט אז ער האט אמאל צוגעזאגט קינדער פאר איינעם וואס האט בדרך הטבע נישט געקענט האבן קיין קינדער, איז דאן ארויס א בת קול אז ער האט פארלוירן זיין חלק לעוה"ב, אויף די מינוט איז דער בעש"ט געווארן צושרויפט, אבער ער האט זיך גלייך צוריק געכאפט און געזאגט: וועל איך דינען דעם אייבערשטן אן עוה"ב! און פארשטייט זיך אז זיין שכר איז נאך גרעסער געווארן, דאס איז די גרעסטע מדריגה צו דינען דעם אייעבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס. זאג איך דעם איד, יעצט ביזטו אויף די זעלבע מדריגה פון בעש"ט. דו פיהלסט אז קיין עוה"ב וועסטו שוין נישט האבן, יעצט איז יעדע מצוה וואס דו טוסט יא אסאך מער חשוב, דו טוסט עס ממש נאר פארן אייבערשטנס וועגן, און פארשטייט זיך אז די שכר אויף דעם איז אסאך גרעסער.

אהרן הכהן האט זיך געשעמט אריינצוגיין טוהן די עבודה אין משכן, ביז משה רבינו האט אים געמוזט אנשרייען: "למה אתה בוש? לכך נבחרת!", ווען מען לערנט די רש"י קען עס עפעס אויסזעהן ווי די בילדער אין כל העולם כולו, אינדערמיט איז דא א שיינעם טאץ מיט פרוכט און טרויבן, פון די צוויי זייטן זיצן די רבי'ס וואס זענען זיך צוזאם געקומען אויף א ביקור גומלין, און די שמועס גייט בערך אזוי: נו, מאכט א ברכה.. נעה, ס'פעלט נישט אויס, איך ברויך נישט די זאכן.. אפשר דאך, דער זיידע ז"ל פלעגט טייטשטן יאכלו ענבים וישבעו - טרויבן ברענגט גרויסע זאכן, עס ליגט גרויסע ענינים דערין.. שוין, וועל איך טאקע א ברכה מאכן. ברוך אתה..

עס קען זיך דאכטן אז אזוי האט אויסגעקוקט די שמועס צווישן משה און אהרן, אבער ווען מען טראכט אריין איז די מעשה גארנישט אזוי פשוט. אהרן האט למעשה אפגעטוהן א געפערליכע זאך, עס איז טאקע געווען באונס צו בשגגה, אבער למעשה האט ער גוט מסדר געווען כלל ישראל, די אידן זענען דאן געווען ברום המעלה נאך מתן תורה, עס איז געווען פסקה זוהמתן, זייי האבן נישט געהאט קיין יצר הרע, זיי האבן געלעבט אין א העכערע מצב. און אהרן איז געקומען און געמאכט אן עגל הזהב, ווי די חז"ל זאגן איז דאס געווען צוזאמגעשטעלט פון די דריי הארבסטע עבירות ע"ז ג"ע ושפ"ד. ווען אהרן האט זיך דערנאך ארום געזעהן וואס ער האט דא געטוהן איז ער געווען טאטאל צוקלאפט, ער האט געפיהלט אז ער האט דא אפגעטוהן דאס ערגסטע וואס א מענטש קען נאר אפטוהן, ער האט צוריק געברענגט די זוהמה, צוריק מיטן יצר, צובראכן די לוחות, דער אייבערשטער איז ברוגז, נישט סתם נאר וביום פקדי ופקדתי, דאס איז צו הערן און צו געדענקן. ער האט געזוכט א מייזן לאך וואו זיך צו באהאלטן און אויסלעבן זיינע איבריגע יארן בתשובה ובכיה, און דא קומט משה רבינו און הייסט אים גאר אז ער זאל זיין דער אנפירער און הויפט פערזאן אינעם משכן?! דער משכן איז דאך לכפר על העגל, און פונקט ער וואס האט אנגעדרייט די גאנצע סומאטוכע זאל זיין דא דער הויפט שפילער?

האט אים משה רבינו געזאגט: לכך נבחרת! טאקע דערפאר האט מען דיר אויסגעוועלט. די גאנצע עגל איז דאך נאר געווען להורות תשובה לרבים. דאס טאקע האט דער אייבערשטער געוואלט ווייזן, אפילו ווען דו ליגסט טיף אין טינופת, דאך זאלסטו דיך קענען דערהאלטן און אריינכאפן מצות ומעשים טובים אויף וויפיל דו קענסט יא. מלאכים האט דער אייבערשטער גענוג. עס איז נישט קיין קונץ צו זיין א מלאך און קיינמאל נישט דורכפאלן. דער קונץ איז אז א מענטש איז א מענטש, ער פאלט דורך מיט עבירות, אבער ער ווערט נישט צובראכן, ער געבט נישט וועגן דעם אלעס אויף, ער פריידט זיך כאטש מיט די ביסל מצות ומעשים טובים וואס ער האט יא, מיט זיין בארד און פאות, מיט זיין שמירת שבת, מיט זיין עסן כשר'ס, און מיט די אנדערע קלייניקייטן וואס ער כאפסט אריין. און טאקע אויב ער פיהלט אז ער איז דער ערגסטער מענטש אין די וועלט, ער איז אזוי ווייט פון צו זיין א איד, דאן זענען זיינע מצות אסאך מער חשוב, אז אפילו אזא ווייטער און נידריגער מענטש, כאפט אויך אריין א מצוה, דאס איז די גרעסטע זאך.

דער פסוק זאגט אִם יֵשׁ עָלָיו מַלְאָךְ מֵלִיץ אֶחָד מִנִּי אָלֶף לְהַגִּיד לְאָדָם יָשְׁרוֹ וַיְחֻנֶּנּוּ וַיֹּאמֶר פְּדָעֵהוּ מֵרֶדֶת שָׁחַת מָצָאתִי כֹפֶר. זאגט די גמרא אויף דעם (שבת לב) אם יש לו פרקליטין גדולים ניצול, ואם לאו אינו ניצול. ואלו הן פרקליטין של אדם, תשובה ומעשים טובים. ואפי' תשע מאות ותשעים ותשעה מלמדים עליו חובה ואחד מלמד עליו זכות ניצול. שנאמר, אם יש עליו מלאך מליץ אחד מני אלף וגו': ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי אומר אפילו תשע מאות ותשעים ותשעה באותו מלאך לחובה ואחד לזכות ניצול. שנאמר, מליץ אחד מני אלף. דאס איז לכאורה זייער אינטערעסאנט. אז נאר איין מלאך פון טויזנט זאגט גוטס אויף אים ווערט ער שוין ניצול פון גיהנום? אדער נאך מער, אפילו דער איינער מלאך אליין האט אויך 999 ספיקות אז דער מענטש איז יא שולדיג, ער האט נאר א טויזנטסטל ספק אפשר איז דער מענטש אומשולדיג ווערט דער מענטש שוין געראטעוועט פון שטראף, איז דאס יוסטיץ?

זאגט ר' נתן מברסלב זי"ע, אויב דער מענטש איז אזא שגץ אז כמעט יעדער שרייט אז ער דארף גלייך אריין אין גיהנום, מוז דאך זיין אז ער איז גאר א גרויסער בעל עבירה. און פון דעסט וועגן האט ער געטוהן עפעס גוטס, דאס איז מורא'דיג! דאס ווייזט אז דער מענטש האט ריכטיג ערפיהלט זיינע פליכטן אויף דער וועלט, ער איז טאקע געווען א מענטש און נישט קיין מלאך, ער איז טאקע אסאך דורכגעפאלן, אבער מיט דעם אלעם האט ער ארויסגעכאפט גוטע זאכן אויך, קומט אים א גלייכע פעס אריין אין גן עדן.

עס איז באקאנט וואס צדיקים זאגן: "עצבות איז קיין עבירה נישט, אבער וואס עצבות קען ברענגן קען די גרעסטע עבירה נישט ברענגן". וואסע פשט פון דעם? איז עס אן עבירה אדער נישט? די פשט איז אז ווען א מענטש פאלט דורך מיט עבירות, דאס איז נארמאל. ער איז א מענטש א בשר ודם מיט א ברענעדיגע יצר הרע, און עס איז זייער נארמאל אז ער איז דורכגעפאלן. די מלחמה הייבט זיך אן נאכדעם. דער מענטש האט צוויי ברירות, אדער נאך אסאך מאל דורכפאלן מאכט ער אפ אז דאס איז עס, דאס איז נישט פאר מיר, קיין ערליכער איד וועל איך שוין נישט זיין, און ער געבט אלעס אויף, אפילו די זאכן וואס ער וואלט יא געקענט טוהן. אויב גייט דאס אזוי דאן האט דער יצר געוואונען דעם קאמף, ער האט אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט, דער מענטש האט אויפגעגעבן און שוין. אויב דער מענטש האט אבער שכל און ער כאפט דעם שפיל, דאן זאגט ער פארן יצר, האסט מיר טאקע אריינגעכאפט מיט אסאך זאכן, אבער די איבריגע זאכן וואס איך קען יא טוהן וועל איך ווייטער טוהן, איך וועל נישט ווערן יעצט צוקלאפט און צובראכן און אלעס אויפגעבן. און פון די עבירות וועל איך שוין שפעטער קער נעמען, זארג נישט איך וועל שוין שפעטער תשובה טוהן דערויף, דערווייל וועל איך ווייטער אנגיין כאילו לא היה.

רבי אהרן קארלינער זי"ע האט געזאגט אז ווען א מענטש איז אריין אין א געפערליכע רציחה ביז ער האט גענומען א מעסער און דערשטאכן א צווייטן צום טויט, זיין הענט און העמד זענען נאך בלוטיג פון די רציחה, און ער געבט זיך א כאפ אז עס ווערט שפעט און ער האט נאכנישט געדאווענט קיין מנחה, און ער קען נישט פועל'ן ביי זיך זיך צו שטעלן אזוי דאווענען, אזא מענטש האט נאכנישט דורך געטראטן די שוועל פון חסידות.

דאס איז גאר אן עקסטרעמע משל. אבער די נקודה איז קלאר אז מען טאר נישט מישן די צוויי זאכן, אז מען פאלט דורך מיט איין זאך מיינט דאס נישט אז מען דארף אויפגעבן אויך די אנדערע זאכן, אדרבה ואדרבה, אזא מענטש וואס איז אזוי ווייט איז יעדע קלייניקייט וואס ער טוט גוט פילפאכיג מער חשוב און טייער ביים אייבערשטן, אז דו ביזט דורכגעפאלן און געגעסן טריפות, כאטש וואש דיך מים אחרונים נאך דעם. מיש נישט אויס די יוצרות. אויף אזא וועג קען א מענשט אריינכאפן גאר אסאך גוטס אויף די וועלט, וואס נאר דאס וועט אים באגלייטן אויף זיין אייביגן לעבן לאחר פטירתו.

דער אייבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער, אין די היינטיגע דור ווען עס איז דא אזויפיל נסיונות און עס איז אזוי שווער צו זיין אן ערליכער איד, טאקע יעצט איז עס פון די אנדערע זייט אסאך גרינגער. ווייל אפילו מען פאלט אזויפיל דורך, כאפט מען נאך אלץ אריין גוטע זאכן דא און דארט, און דאס איז אסאך מער חשוב.

מפני מה ניתנה תורה לישראל? מפני שהן עזין! (ביצה כה). אידן האבן אין זיך חוצפה ועזות, יא איך בין טאקע א גרויסער בעל עבירה אבער איך וועל נאך אלץ קומען אין שוהל דאווענען מיט מנין. יא איך האב טאקע געטוהן דאס ערגסטע שבערגסטע אבער איך גיי נאך אלץ קידוש מאכן און פירן א שבת טיש. יא איך בין טאקע וואס איך בין, אבער איך בין א איד און איך וועל בלייבן א איד, און איך וועל זיך פרייען מיט מיין שבת/ציצית/תפלין/כשרות.

עס מאכט נישט קיין סענס? איך בין אבער א גרויסער מחוצף!

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:08 pm

· #192336
הערליך ברסלבר, כמים קרים!
שיינעם פשט אינעם "עם קשה עורף".

שעפטל » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:25 pm

· #192342
איך ווער א @ברסלבער!!!
אויב קען מען אזוי אפלערנען בין איך דערינען..

הערליך הערליך! 👍

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:40 pm

· #192348
ברסלבר

מים אחרונים נאך טריפות?

און וואס איז מיט אשר יצר נאך הוז"ל?

ברסלבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:56 pm

· #192351
האסט א פוינט. ובוצע ברך ניאץ ה', אויף טריפות מאכט מען נישט קיין ברכה. אבער אז מען עסט כשר'ע ברויט און ביי די סעודה איז מען ליידער נכשל געווארן מיט טריפות, דארף מען זיך נאך די סעודה וואשן מים אחרונים און בענטשן.
ס'פאסט נישט? נו אויף דעם זענען מיר אן עם קשה עורף...

מ גפני » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:05 pm

· #192357
@ברסלבער די צווייטע קשיא פון איחוד ענטפערסטו ניטאמאל 😉

ברסלבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:10 pm

· #192358
עס איז נישט מאחורי דא.. אבער אויב דער יעניגער איז געווארן מחויב אויך מיט אן אשר יצר, זאל ער אוודאי מאכן די ברכה. איך פארשטיי נישט די שאלה.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:21 pm

· #192362
ברסלבער האסט דערקוויקט א אידיש נפש

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:01 pm

· #192483
הערליך שיין!

איש עברי » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:17 pm

· #192488
אינטרעסאנט ווי די זעלבע תורה קען מען זאגן פארקערט מיין ביטערע ליטווישע משגיח פלעגט אלעמאהל זאגן אז די גרעסטע פושע ישראל וואס עסט דבר אחר וועט מען געבן עונשים אויף יעדע זאך און ער וועט קריגן א פארציע גיהנום אויך פאר נישט וואשן מים אחרונים

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:21 pm

· #192489
שעפטל
איך ווער א @ברסלבער!!!
אויב קען מען אזוי אפלערנען בין איך דערינען..

הערליך הערליך! 👍

איז ווען הייבסטו אן פארקויפן די קונטריסים אויף 13'טע עוועניו?!... 😂 😂 😂 😂 🙄 😕 🙄 😃 🙂 😉 😮

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:24 pm

· #192491
איחוד פעלד
ברסלבר

מים אחרונים נאך טריפות?

און וואס איז מיט אשר יצר נאך הוז"ל?

עכט קומט זיך נישט א לייק אויף די סארט תגובה. נאר ס'איז אזוי משוגע אז ס'איז גוט. אט דאס איז פשט אין "משוגע-גוט"? 😂 🙄 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😛 😮 😲

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:27 pm

· #192492
ברסלבער
האסט א פוינט. ובוצע ברך ניאץ ה', אויף טריפות מאכט מען נישט קיין ברכה. אבער אז מען עסט כשר'ע ברויט און ביי די סעודה איז מען ליידער נכשל געווארן מיט טריפות, דארף מען זיך נאך די סעודה וואשן מים אחרונים און בענטשן.
ס'פאסט נישט? נו אויף דעם זענען מיר אן עם קשה עורף...

נאר נישט אזוי ווי ביי די ערשטע קאנווענשאן פון די רעפארם ראבינערס אין אמעריקע וואו מ'האט סערווירט "שרימפ". איך מיין אויף אזא סעודה טאר מען נישט מאכן א ברכה ווייל ס'גייט אריין אין "בוצע ברך נאץ ה'" 🙄 😈 נאך א מזל אז אין די רעפארם באוועגונג איז מען זיך נוהג נישט צו מאכן א ברכה!!!!... 😂 😂 🙄

עפל סיידער » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:48 pm

· #192496
@ברסלבר ביסט עפעס מורא'דיג נאכדערצו אז די האסט אריינגעכאפט אזא העכטל אינעם צל רבינו
שעפטל
איך ווער א @ברסלבער!!!
אויב קען מען אזוי אפלערנען בין איך דערינען..

הערליך הערליך! 👍

@שעפטל אזוי שנעל קען מען מיט דיר מאכען די דזשאב? דאן האלט איין מינוט, איך ברענג דיר שוין א שיין שטיקעל לקוטי שיחות.

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 1:54 pm

· #193055
שיינע תגובות דא, @ברסלבער. נישט אזוינע שיינע תגובות קען מען טרעפן מעבר לנהר. אזוינע בייזע מענטשן דארט. אני ואפסי לייט. אלעס אינדרויסן פון זייער צמצום איז חזיר טריפה וואס איז א חוב קדוש צו מוסר'ן ברבים.

איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק. פרעג מיך נישט פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין אלטע ניק דא און "דארט" געגאנגן מיט א נייע ניק.

אגב, הער איך אז הרב שיק האט צאמגערופן כל הקהל הקודש און פאראויסגעזאגט זיין פטירה בקרוב? שרעקעדיג.

סאשי פיש » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 1:56 pm

· #193058
פישל'ע העררינג

איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק. פרעג מיך נישט פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין אלטע ניק דא און "דארט" געגאנגן מיט א נייע ניק.

איך האב עס אויך באמערקט!
יעצט זע איך אז איך בין נישט די איינציגסטע

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:04 pm

· #193060
פישל'ע העררינג
שיינע תגובות דא, @ברסלבער. נישט אזוינע שיינע תגובות קען מען טרעפן מעבר לנהר. אזוינע בייזע מענטשן דארט. אני ואפסי לייט. אלעס אינדרויסן פון זייער צמצום איז חזיר טריפה וואס איז א חוב קדוש צו מוסר'ן ברבים.

איך האב געהאט גרויס חיזוק פון דעם ארטיקל, און דעריבער האט איך עס ארויפגעלייגט דא. האב איך געקלערט פארוואס זאלן נישט נאך אידן האבן חיזוק פון דעם ארטיקל האב איך עס אהינגעשטעלט. דערווייל אנשטאט זעהן דעם תוכן און זיך מחזק זיין מיט דעם, זענען זיי ביזי מיט די איבריגע ו'...
איך בין זיכער אז אסאך חברה דארט האבן יא הנאה געהאט דערפון, נישט יעדער קען עס אבער זאגן ברבים.

אז עס דרייען זיך דארט אידן מיינט דאס אז זיי האבן דארט מער הנאה, כשם שאין וכו', איך פארשטיי אבער נישט פארוואס דארף זיין א קאלטע קריג צווישן די צוויי.

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:53 pm

· #193077
פישל'ע העררינג
איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק.
פון וואנעט ווייסן זיי ווער עס שרייבט דא? זיי קוקען ח"ו אויף די טריפה'נע זייטל? ס'איז דאך שאני מינות דמשכי...
אולי האבן זיי אזא שמעון פיטער וואס זאגט זיי אויס....

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 3:43 pm

· #193090
זיי האבן אזא שבת גוי, און ער זאגט זיי נאר די גוטע זאכן פון דא, נישט די שלעכטע רח"ל.

עפל סיידער » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:31 pm

· #193098
סאשי פיש
פישל'ע העררינג

איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק. פרעג מיך נישט פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין אלטע ניק דא און "דארט" געגאנגן מיט א נייע ניק.

איך האב עס אויך באמערקט!
יעצט זע איך אז איך בין נישט די איינציגסטע

איך האף עט'ס זענט מיר נישט חושד

גראדע דעי טענות דארט זענען גאנץ צום זאך, נאר דא זענען מיר נישט זוכה דערווייל צו קיין ברסלב'ע מתנגדים קוקט אויס אז אפילו דער @היימישער ליטוואק און דער פון בודאפעסט זענען שוין מסכים צום ברסלבער דרך.

בן מלך » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:32 pm

· #193099
פישל'ע העררינג
שיינע תגובות דא, @ברסלבער. נישט אזוינע שיינע תגובות קען מען טרעפן מעבר לנהר. אזוינע בייזע מענטשן דארט. אני ואפסי לייט. אלעס אינדרויסן פון זייער צמצום איז חזיר טריפה וואס איז א חוב קדוש צו מוסר'ן ברבים.


זייט נישט בייז אבער ס'איז דא דארט גראדע זייער שיינע תגובות אויף דעם ארטיקל, עס פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן על לא דבר ווייל בלויז איינער צו צוויי האבן געקרומט מיט די נאז דארט.

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 5:07 pm

· #193116
מזל טוב ברסלבער צו דיין נייע בלאג!
מזל טוב @ברסלבער צו דיין נייע בלאג!

זייער שיין.

עלה והצלח.

מיר דורשטן נאך דיינע פערל ווערטער.

עפל סיידער » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 8:27 pm

· #193164
דא ליגט ער שוין באלד א וואך און ער דרימעלט דארט איז ער קוים א האלבער מעת לעת און עס קאכט און זידט קוק וואס ברסלבער האט שוין געמיזט אפענטפערן
ברסלבער
לאמיר פרובירן דא אביסל צו בארוהיגן די הייסע געמיטער, און אויסקלארן דעם ענין.

קודם דארף מען וויסן אז דאס וואס איך האב געשריבן איז נישט קיין פסוק חומש וואס מען דארף דערין מדקדק זיין אויף יעדן תג. איך האב פרובירט ארויסצוברענגן א נקודה אויף א שיינעם געשמאקן וועג, עס איז טאקע געשריבן אביסל מיט א ברייטע שפראך, אזוי ווי דער סדר פון שרייבן. איך וואלט געקענט שרייבן איין שורה, "מורי ורבותי מישט נישט אויס קיין עבירות מיט מצות, אפילו ווען מען איז דורכגעפאלן זאל דאס נישט אפעקטירן דאס קיום המצות", אבער דאס איז דאך נישט קיין וועג, האב איך עס פרובירט אביסל מרחיב צו זיין מיט מער טעם עס זאל אריינגיין אין די ביינער, און דאס מיינט נישט אז מען דארף זיך שטעלן אויף א קליינעם נישט גוטע אויסדרוק.

און יעצט צום ענין. דאס איז א דבר פשוט מאוד וואס יעדער חדר יונגל ווייסט אז אויף יעדע עבירה באקומט מען א הארבן עונש אויב מען טוט נישט תשובה דערויף. איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם נושא. סך בכל האב איך ארויסגעברענגט דאס וואס אלע צדיקים האבן געזאגט אז די חלק העצבות וואס קומט נאך אן עבירה איז א מיטל פון יצר הרע צו צוברעכן א מענטש אז ער זאל אלעס אויפגעבן און גארנישט טוהן מער, און מען דארף דאס וויסן כדי צו קענען לוחם זיין מיט אים.

דער עולם איז ברוגז אויף די שורה פון דעם גלייכן פעס אריין אין גן עדן. דאס האט רבי נתן נישט געזאגט, דאס איז א גמרא מפורשת אין מס' שבת לב. אז תשובה ומעשים טובים זענען די פרקליטין טובים פארן מענטש, זיי זענען די אדוואקאטן ביים בי"ד של מעלה. און די גמרא לייגט צו אז אפילו עס איז דא נאר איין מלאך פון טויזנט וואס זאגט גוטס אויפן מענטש, ניצול - ווערט ער געראטעוועט. ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי זאגט אז אפילו דער איין מלאך האט אויך נאר א טויזנטסל ספק אז דער מענטש דארף געראטעוועט ווערן פון גיהנום, ניצול - ווערט ער געראטעוועט.

שטעלט זיך א קשיא לכאורה איז דאס כנגד השכל, ענטפערט אויף דעם רבי נתן, דאס וואס עס שטייט איבעראל, אז דער אייבערשטער איז דאך שוקל יעדן מענטש לויט זיינע אומשטענדן אלעס ארום, לויט דעם גייט דער עונש ושכר. דערפאר אזא מענטש וואס איז געווען אזוי שוואך אז 999 מלאכים זאגן אז ער איז חייב, ביי אזא מענטש זענען זיינע מצות מער חשוב, און דערפאר קען עס איבערוועגן מער דאס שלעכטס וואס ער האט געטוהן. זאגט רבי נתן אז דער מלאך המליץ האט א שטארקע טענה אז דער מענטש דארף ניצול ווערן מדינה של גיהנום, אדער אויף פלעין אידיש - באקומען א גלייכן פעס אין גן עדן.

איך ווייס אז עס איז דא וואס האלטן נישט פון אויסזאגן די אלע סארט חיזוק ענינים, מען דארף נאר פרעדיגן אז דער גיהנום איז הייס. אבער למעשה האבן די הייליגע צדיקים, און בעיקר דער הייליגער בעש"ט ותמידיו, פארשטאנען אנדערש. זיי האבן געהאלטן אז מיטן פרעדיגן די גוטע זאכן וועט מען מער אויפטוהן, ווי באקאנט אז דער דרך המוסר איז געווען אז קודם דארף זיין סור מרע ביזן סוף, און ערשט דערנאך קומט עשה טוב. אבער די דרך החסידות איז געווען אז טאקע דורכ'ן עשה טוב נעמט מען אוועק דעם רע. און דאס איז נישט יושר צו זאגן אז מען טאר דאס נישט זאגן פאר קינדער. למעשה איז תשובה א מ"ע אין די תורה, און ווען א איד טוט תשובה וסר עווניך וחטאתך תכופר, אזוי זאגט דער אייבערשטער, און מען קען נישט מיט אונזער קליינעם שכל זאגן אז מען דארף דאס נישט איבערזאגן פאר די קינדער ווייל אפשר וועט דאס מאכן אז זיי וועלן מער טוהן עבירות וויסענדיג אז עס דא אזא זאך ווי תשובה. קודם ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט צו שניידן די תורה לויט אונזער געשמאק, און צווייטנס איז עס נישט אמת, קיינער טוט נישט קיין עבירות פון דברי חיזוק, אויב עפעס פאלט מען אוועק ווייל מען ווייסט נישט אז מען קען תשובה טוהן, ווייל דער מלמד האט גערעדט נאר פונעם הייסן גיהנום, נישט פון תשובה און נישט פון חשיבות המצות.
----

וועגן דעם צווייטן ענין פון אהרן הכהן. מיר ווייסן אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די הייליגע צדיקים, און אין זייערע עבירות, דאס איז געווען העכערע זאכן וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין דעם, וכמה קולמסין כבר נשברו עס צו פארענטפערן און מסביר זיין.
די קשיא וואס בלייבט שווער איז נאר פארוואס האט עס די תורה אפגעשריבן? צו וואס האט אויסגעפעלט עס אראפצושרייבן למען ידען דור אחרון? דער תירוץ אויף דעם זאגן די ספה"ק אז דא ליגט צוויי בחינות. דער חלק וואס זיי האבן געטוהן דאס דארף מען וויסן אז מיר פארשטייען דאס נישט. אבער דער חלק המוסר השכל דערפון, דאס איז יא פאר אונז, און מיר דארפן זיך לערנען דערפון, און דאס איז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט עס אראפגעשריבן אין די תורה פאר אונזערט וועגן. איינע פון די שש זכירות איז צו געדענקן וואס מרים האט געטוהן, דאס דארף מען געדענקן נישט פאר אירעט וועגן, נאר פאר אונז אז מיר זאלן וויסן אז ווען מען רעדט לשון הרע באקומט מען א הארבן עונש. מרים איז געווען א צדיקת און מיר פארשטייען נישט וואס דארט האט זיך אפגעטוהן צווישן משה ואהרן און מרים. אבער אונזער לימוד פון דעם דארף מען יא ארויס נעמען פון די מעשה עפ"י פשוטו של מקרא. און די זעלבע איז ביי אלע אזעלכע מעשיות.
און די זעלבע איז ביים עגל וואס אהרן האט געמאכט, מיר אלע ווייסן אז מיר האבן נישט קיין השגה אין אהרן הכהן'ס גרויסקייט, אבער די מעשיות פון די תורה זענען געגעבן געווארן פאר אונז אז מיר זאלן פון דעם נעמען א מוסר השכל, און דאס איז וואס איך האב געשריבן בפתיחת האשכול דינן.

איך האף אז אלעס איז פארענטפערט געווארן. און אויב נישט אדרבה לאמיר הערן, און אינאיינעם וועט דער ענין ווערן אויסגעארבעט כדבעי. אבער ביטע האלט אייך צום נושא עפ"י ספרים וסופרים אן אריינמישן זייטיגע זאכן ווי נ נח וכדומה אנדערע שטותים, דאס העלפט נישט, דאס פרעגט נישט אפ, און עס האט בכלל נישט קיין תועלת.

מ. גליקמאן » פרייטאג מערץ 28, 2014 9:47 am

· #193219
קוקט אויס אז זיי זענען נאך נישט אינגאנצן משוגע..
איינע פון די אחראים דארטן האט יעצט געעפנט אן אשכול ווי ער רייסט אראפ די אלע מוחים.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22315">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22315</a>

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 28, 2014 9:55 am

· #193222
מ. גליקמאן
קוקט אויס אז זיי זענען נאך נישט אינגאנצן משוגע..
איינע פון די אחראים דארטן האט יעצט געעפנט אן אשכול ווי ער רייסט אראפ די אלע מוחים.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22315">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22315</a>


האבן מיר פארלוירן אונזער 'טאטש'?
UNREAD_POSTדורך געלעגער » פרייטאג מרץ 28, 2014 9:21 am

איך בין נייגעריג צו נאך האבן דאס באמערקט אדער איך בין דער איינציגסטער וואס ס'קרענקט לעצטענס די נייע מנהג דא פון שרייען קדוש און ווייזן ווי ערליך מ'איז אין יעדע אשכול?

איך שפיר לעצטענס ווי ס'איז געווארן א ווינט דא איבערצושטייגן דעם צווייטן און ווייזן פאר יעדן ווי ערליך, הייליג, און אפגעהיטן מ'איז. אין יעדע צווייטע אשכול קלאפט מען זיך אן אין געוויסע וואס וועלן זיכער מאכן צו נעמען דעם אשכול און פארדרייען ביז עס פארגייט די אפעטיט פון שרייבן דארט. איך רעד שוין נישט פון די אשכולות וואס האבן די טריפה'נע ווארט ווי למשל "ארץ ישראל" אדער חלילה "גיוס" "פראטעסט" חלילה חלילה, דאן שפרינגען געוויסע אויף און מאכן זיכער אז יעדער ווייסט אז די הייליגע רבי זי"ע איז געווען שטארק שטארק דערקעגן. מ'ברענגט שטיקער של"ס תורות אז חלילה מ'זאל נישט ליינען א שטיקל נייעס אן וויסן וואס די רבי האט געהאט צו זאגן אין אזא פאל ווען די מעשה וואלט זיך אפגעשפילט אין זיינע צייטן. איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, עס זעט פשוט אויס ווי א ווינט וואס האט זיך אריין געכאפט און מ'דארף עס אפשטעלן באצייטנס.

לאמיר געבן אפאר משלים, מ'רעדט פון 'פרנסה עקספאו'. אנשטאט צו הערן באריכטן פון אידן וואס זענען דארט געווען, אנשטאט צו שמועסן וויאזוי ס'איז געווען, וועלכע קלייענטעל, ווער האט עפעס ארויסגענומען דערפון, וואס קען יעדער ארויסנעמען דערפון פאר די קומענדיגע יארן וכו' וכו'. וואו פארט די אשכול? מעג א פרוי יא פרעזענטירן איר ליין אדער נישט? און ס'טוט זיך אויף טישן און בענק.. יעדער פראבירט צו זיין ערליכער פונעם צווייטן און ווייזן מער אפשיי און גרויל. העלאוי.... דאס ליגט אין ביזנעס פארום. אזא דעבאטע קען זיין אין פלאץ אבער וואס האט דאס מיט ביזנעס? עפן אן אשכול אין ידיעות התורה און דעבאטיר דארט. וואס ווילסטו פון דעם אשכול?

גיימיר ווייטער. אוועק פארן פאר שבת הגדול, קען ווען זיין א שיינע שמועס ניין? וואו פארט עס? חינוך, אויסרייסן מסורה, צייטליך'ס תגובה פאסט נישט... גאטעניו, פארוואס???

לייגט איינער ארויף א שיינע ארטיקל איבער זיין מהלך אין עבודת השם. איינער האט זיך געפלאגט און געשריבן דעם ארטיקל. האסט זיך באדאנקט פאר אים? ניין. קודם האסטו אריין געשניטן אז זיין מהלך טויג נישט. פוי פוי פוי.... למה?? פארוואס?? WHY?

מ'קען אזוי געבן משלים נאך משלים..

און ווי געזאגט, ווען מ'רעדט פון סיי וואסערע אשכול וואס גרעניצט זיך מיט איינע פון די שטחים פון מיטל מזרח וועט תיקף אן 'אוקשען' יעדער פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן אין ווייזן קנאות, ווייזן אז זיין רבי האט געזיגט, ווייזן אז די מהלך וואס ער גייט איז טאקע ממש וויאזוי די וועלט שטעלט זיך אויס און זיין רבי האט שוין לאנג געזאגט אז אטא דאס גייט געשען... קודם כל, איך מיין אז יעדער דא ווייסט שוין דעם רבי'נס מהלך און יעדער ווייסט שוין וואס די רבי וואלט יא געזאגט צו נישט געזאגט אין אזא צייט (ווענדט זיך וועלכע ברודער מ'פאלאוט) איז איבערזאגן פעלט זיכער נישט אויס. און אויב זעהט מען א נייע ניק וואס ס'קען זיך חלילה דאכטן אז ער ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס די רבי האט/וואלט/האלט. קען מען אים שיקן אן אישי און מסביר זיין. אין די נייעס פארום באלאנגט דאס זיכער נישט!



איך זאג נאכאמאל, קען זיין איך קוק עס אן נישט ריכטיג און ס'איז נישט אזויווי איך זאג. אדרבה, זאלן אנדער זאגן צו זיי שפירן אויך אזוי??

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 28, 2014 12:48 pm

· #193245
דער עולם דארט טענה'ט זיך פעסט ארום.
און כאטש געווענליך בין איך א שטארקע אנהענגער פון לכתחילה אריבער, שרייבט ער דארט אין "פארלוירענעם טאטש" אשכול אויף חברינו ברסלבער, כדלהלן:

לכתחילה אריבער
(און פארשטייט זיך אז דאס איז אן דעם וואס געוויסע ווערטער זענען "זייער זייער נישט אויסגעהאלטן געשריבן" איידל געזאגט. און דאס איז אן דעם וואס יעדער ווייסט אז ער דרייט זיך אין פלעצער ווי א ערליכע איד טאר נישט אריין גיין, און איז פון די עמודי התוך דארטן, און איז שטאלץ דעמיט.

די צוויי זאכען זענען זייטיג, און דאס איז די סיבה פארוואס איך בעני האב נישט ראגירט דארט אויפן פלאץ. אבער וואס איך האב געשריבן דא, איז אפי' עס זאל זיין 100 פראצענט אויסגעהאלטענע ווערטער, און געשריבן דורך א ערליכע איד.)


לכתחילה, איך רעד צו דיר, ווייל איך זעה דאך אז דו לייענסט דא...
"יעדער ווייסט"?? ווי אזוי ווייסט יעדער? ווי אזוי ווייסט איר אז ער איז פון די עמודי התווך און איז שטאלץ? הא? ענטפער מיר!

אפטעמיסט » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:02 pm

· #193250
ס'איז מורא'דיג. דער עולם דארט שיט פעך און שוועבל כדרכם בקודש, קומט דער אחראי, און זעהט אז ער האט א געלעגענהייט צו פארכאפן דער "עמוד התוח" אונזערע, עפענט ער אן אשכול און פראבירט חנפ'נען און משחד זיין דער עמוד התוח. רעב איד, ס'וועט אייך נישט אזוי שנעל געלונגען; נומער איינס, ברסלבער איז העיר טו סטעי. נומער צוויי, דיינע חברה זענען ל"ע חולה אויף טראכטן, און אז איינער שרייבט צו נארמאל און שיין איז ער שוין אטאמאטיש א שייגץ. געלעגער, ראי בנים שגדלת!

ברסלבער » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:09 pm

· #193254
שמעקעדיג
לכתחילה, איך רעד צו דיר, ווייל איך זעה דאך אז דו לייענסט דא...
"יעדער ווייסט"?? ווי אזוי ווייסט יעדער? ווי אזוי ווייסט איר אז ער איז פון די עמודי התווך און איז שטאלץ? הא? ענטפער מיר!

אינטערעסאנט טאקע ווי אזוי ער איז דאס געוואויר געווארן. מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע קען מען אלעס באווייזן...

לכתחלה איז געווען מיין ציהל פון שרייבן דארט ווייל איך האב געוואלט פארשפרייטן מיינע השקפה ארטיקלען פאר מער אידן. אבער אז די חברה דארט ליינען דא אויך, מה הועילו חכמים בתקנתן?

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:39 pm

· #193265
אגב, דיין בלאג, @ברסלבער, איז הערליך און ריין אויסגעשטעלט. וויאזוי האסטו געמאכט א אידישע בלאג, פון רעכטס צו לינקס וכו' וכו'?

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:53 pm

· #193272
און יעצט האט "זאלץוואסער" (וועלכער האט אגב געהאט אמאל א ניק דא, און געגעבן א טובל און ארויס) געעפנט נאך א אשכול איבער די נושא פון האבן מער טאלעראנץ, און נאך אפאר נקודות וואס קען זייער בייהילפיג זיין אויך דא אין אונזער שטיבל

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22318">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22318</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:56 pm

· #193274
אמ"ג, איך ווער שוין באלד א אייוועלטער, הערטס אויף מיט די לינקס אהין.

עסקן בדברים » פרייטאג מערץ 28, 2014 2:13 pm

· #193278
רויטע וואנצעס
אמ"ג, איך ווער שוין באלד א אייוועלטער, הערטס אויף מיט די לינקס אהין.

what's the problem?

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 28, 2014 2:21 pm

· #193280
עס וועט זיי גארנישט העלפן די דאזיגע ארטיקלען. עס איז נאר דאמירן בעלמא, צו שטילן די קריטיקירער.

פארוואס זאג איך אזוי?

ווייל ווען איינער פון דא שרייבט אויף אייוועלט, ווערט ער פארפלייצט פון אישי'ס אז כדי אז ער זאל האבן די זכיה געליינט צו ווערן מוז ער זיך אונטערנעמען מער נישט צו שרייבן אויף קאווע שטיבל!

די אחראים דארטן קענען זיך נאר בעטן ביים עולם צו האבן שכל און נישט סעקירן א שרייבער ברבים, כדי נישט צו באקומען א נאמען פון א מצומצם'דיגע סייט, אבער פריוואטערהייט אין אישי וועלן זיי ווייטער דערגיין די יארן.

ברסלבער » זונטאג מערץ 30, 2014 3:31 pm

· #193492
פישל'ע העררינג
אגב, דיין בלאג, @ברסלבער, איז הערליך און ריין אויסגעשטעלט. וויאזוי האסטו געמאכט א אידישע בלאג, פון רעכטס צו לינקס וכו' וכו'?

א דאנק.

איך האב פשוט געוואלט צוזאמנעמען מיינע געלונגענע מאמרים לפונדק אחד, האב איך געעפנט א בלאג. איך האב אויסגעוועלט די ערשטע טעמפלעט מיטן נאמען simple, איך האב עס געטוישט צו היברו, און אוטאמאטיש איז עס געווארן פון רעכט צו לינקס, דערנאך זיך אביסל געשפילט מיט סעטינגס והוה מה דהוה.

עפל סיידער » זונטאג מערץ 30, 2014 3:38 pm

· #193497
פישל'ע העררינג
עס וועט זיי גארנישט העלפן די דאזיגע ארטיקלען. עס איז נאר דאמירן בעלמא, צו שטילן די קריטיקירער.

פארוואס זאג איך אזוי?

ווייל ווען איינער פון דא שרייבט אויף אייוועלט, ווערט ער פארפלייצט פון אישי'ס אז כדי אז ער זאל האבן די זכיה געליינט צו ווערן מוז ער זיך אונטערנעמען מער נישט צו שרייבן אויף קאווע שטיבל!

די אחראים דארטן קענען זיך נאר בעטן ביים עולם צו האבן שכל און נישט סעקירן א שרייבער ברבים, כדי נישט צו באקומען א נאמען פון א מצומצם'דיגע סייט, אבער פריוואטערהייט אין אישי וועלן זיי ווייטער דערגיין די יארן.

קוקט אויס אז @פישעלע שפירט נאך ביז יעצט זייערע אטאקעס אויף לדעת, צוליב'ן לייגען די הערינג פון קאווע שטיבעל.

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 31, 2014 10:19 pm

· #193881
אין א פרישע ארטיקל, פארענטפערט זיך אנעים זמירות פארן מוחה זיין אויף הבלים, נאכ'ן קומען אונטער שווערע קריטיק דורך זיינע אייגענע קאלעגעס. (מערקט אן ווי דער חכם בעיניו גלייכט צו א פרוי וואס גיבט א ביזנעס דרשה פאר מענער, צו חילול שבת ר"ל, און עסן טריפות. קאמענטארן זענען איבעריג).

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 1, 2014 12:57 am

· #193922
אייוועלט פארט אויף רעדער! <a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=22352&sid=abc62e03a487edc90fdebecd583931c2">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... cd583931c2</a>

מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט
דורך קרעטשמער » מאנטאג מרץ 31, 2014 11:00 pm
(צוליב די סענסיטיווקייט פון די פאלגנדע אינפארמאציע, וועלן מיר דאס בלויז לאזן אין די עפנטליכקייט אויף א קורצע צייט אפשניט, און מיר פארבאטן דאס נאכצוקאפירן אדער פארשפרייטן באיזה אופן שיהיה ח"ו.)

אל מעלת כבוד חברינו היקרים,

דא רעדט צו אייך די גרופע "מנהלים" פון אייוועלט.

ווי עס איז אייך גוט באקאנט, באשטייט די הנהלה פון צוויי באזונדערע קערפערשאפטן, גערופן "מנהלים" און "אחראים", אויך באקאנט אלס די "רויטע" (מנהלים) און "גרינע" (אחראים). די פונקציעס פון די צוויי גרופעס זענען פארשידנארטיג. בעת אויף די אחראים ליגט מער-ווייניגער די טאג טעגליכע ארדענונג פון די פארומס, אריינגערעכנט פארריכטן קעפלעך, צוטיילן אשכולות, אוועקפירן אדער לייגן שלעסער אויף שמועסן וואס באלאנגן נישט דאהי, ליגט אויף די מנהלים די געוואלדיגע אחריות פון אנהאלטן דעם אלגעמיינעם ניווא פונעם פלאץ און זעהן דערצו אז די ניקס (און יא, אויך די אחראים) זאלן זיך האלטן געטריי צו די תקנות וואס די מייסדים האבן אראפגעשטעלט ביים גרינדונג פון דעם זעלטענעם און טייערן ווינקל.

האט אבער - צו אונזער גרויס באדויער - לעצטנס פאסירט א שטארקע טשטוש הגבולים, ווען איינער פון די "גרינע" האט אריבערגעשפרייזט דעם "רויטן" ליניע און אנגעהויבן טוהן דא כאדם העושה בתוך שלו. אין פרידנסצייטן וואלטן מיר דאס באהאנדלט אינערליך, געשיקט א קלארע ווארענונג, און אויב דאס וואלט נישט געווירקט, אים אוועקגענומען די אחראים רעכטן. אבער אונזער יעצטיגער פאל איז אויסערארדנטליך און פרעצעדענטלאז, און ווי איר וועט ווייטער זעהן גרעניצט זיך דאס מיט אומגעהויערע פרעכקייט און זאגאר פארראט! דערפאר האבן מיר באשלאסן נאך לענגערע באראטונגען הונטער פארמאכטע טירן אז לא עת לחשות, מיר קענען מער נישט שלונגן און שווייגן, און טראץ די סענסיטיווקייט פון די אינפארמאציע, וועלן מיר ארויסקומען דערמיט אין די עפנטליכקייט.

מיר ווילן מקדים זיין אז צוליב די האקלקייט פון די נושא, און אויך צוליב אונזערע פעסטע תקנות, צו וואס אויך מיר מנהלים זענען פארפליכטעט, וועלן מיר נישט אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון יעדן באשולדיגונג און פארדאכט, אויך וועלן מיר לעת עתה נישט ברענגן קיין דאקומענטירטע באווייזן אונטערצושטיצן אונזערע הנחות, מיר וועלן בלויז זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים פון די סאמע וויכטיגסטע אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס צעוויסן צו טוהן פאר די חשוב'ע מיטגלידער, כדי איר זאלט אונז קענען פארשטיין און אליינס קומען צו דער באשלוס אז וואס מיר האבן געטוהן אין דעם פאל איז ריכטיג און יושר'דיג. מיר האפן אז איר וועט אונז נישט באמוטשן מיט איבריגע פראגעס, ווייל דערווייל וועלן מיר נישט ארויסגעבן מער ווי דאס וואס שטייט דא אראפגעשריבן.

גראדע האבן מיר לאנג איבערגעקלערט אויב מיר זאלן קלאר ארויסשרייבן פון וועלכן "גרינער" די רעדע איז, אבער אין די ענדע איז איינשטימיג באשלאסן געווארן אז דאס מוז בעל כרחינו געטוהן ווערן, ווייל זיינע מעשים תעתועים זענען אזוי מערקבאר און אויבנאויפיג אז אפילו מיר זאלן פרובירן פארשווייגן זיינע בייזוויליגע אקטן וועט דאס פריער אדער שפעטער ארויסקומען אין די עפנטליכקייט, איז ממש א שאד אז מיר זאלן דאס נישט אויפוויקלן ווי געהעריג, והוקע אותו נגד השמש.

די רעדע איז פון א ניק וואס האט זיך אנגעבליך אהערגעשטעלט ווי א זעלטן געטרייער אחראי, שרייבנדיג און מעקנדיג ווען עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, (און אפילו ווען נישט). פון צייט צו צייט האט ער זיך געלאזט הערן מיט זיינע מיינונגען וואס האבן אפטמאל בלויז רעפלעקטירט זיין פריוואטע דעה, אבער ער האט דאס אראפגעשטעלט בשער בת רבים כאילו ער רעדט דא בשם די גאנצע הנהלה. מיר וועלן נישט איבערגיין דא די לאנגע ליסטע פון עוולות וואס ער איז באגאנגען קעגן אונז, מיר וועלן זיך באגעניגן מיטן אויפברענגן זיין לעצטע אויסברוך אין די אשכול פון "האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש".

יענער אשכול איז א טיפישער ביישפיל פון דעם פראבלעם וואס מיר האבן מיט דעם ספעציפישן אחראי. פון איין זייט שטעלט ער אן א פנים פון א געטרייער ארבייטער, און אין דער זעלבער צייט רייסט ער ארונטער רוב רובן פון אונזערע מיטגלידער וועלכע ווילן דוקא אנהאלטן דעם גאר פרומען אויסזעהן און געדאנקנגאנג. עס איז אונז געווען א הארצווייטאג צו ערהאלטן אזויפיל געזעגענונגס בריוולעך פון תורה טרייע ניקס וואס האבן זיך אפגעזעגנט פונעם פלאץ נאכן נישט קענען איבערטראגן דעם עפנטליכן העצע קעגן יעדע זאך וואס שמעקט מיט פרומקייט און ערליכקייט.

עס ווייסט יעדער איינער אז אייוועלט איז די שווארצאפל פון אויג פאר אלע ערליכע נעט-באזוכנדע אידעלעך, אויב זאל מען זיי פארשליסן דעם טויער פון מחאה דארט וואו עס פעלט אויס ווי לופט צום אטעמען, וועלן זיי אין די ענדע פארקלאפן דעם גאנצן וועבזייטל און גיין מאכן שבת פאר זיך, א זאך וואס מיר ווילן פארמיידן אויף אלע קאסטן.

אבער אלס דעם אליין וואלטן מיר נאכנישט איבערגעדרייט די שטאט, מיר וואלטן זיך באפרידיגט מיט א סילוק צום באטרעפנדן אחראי אין פריוואטן פאסט קעסטל, און אויב ער וואלט נישט פארשטאנען אויפן ווינק וואלטן מיר אים אוועקגענומען די שליסלעך. אבער וואס ברענגט אונז צו דעם פרעצעדענטלאזן שריט, איז א שטיקל דעטעקטיוו-סטיל ארבעט וואס אונזערס א געטרייער מיטגליד האט מיט גרויס ערפאלג אדורכגעפירט, וואס האט אים געברענגט צו ציען א מסקנא וואס האט אונז אלע אויפגעשטעלט די האר פון קאפ.

אויב ליינט איר די שורות שטייענדיג, רעקאמענדירן מיר איר זאלט זיך אנכאפן בעפארן ליינען ווייטער.

מיר זענען די לעצטע צייט געוואויר געווארן דורך פארשידענע אומוועגן אז - נישט מער און נישט ווייניגער, נאר - דער אלעמען באקאנטער 'געטרייער' אחראי "געלעגער", דינט גאר אלס דאפעלטער אגענט פאר אונזערע קאנקורענטן! אלע פעדימער צייגן קלאר און דייטליך אז נישט קיין אנדערער ווי ער זעלבסט האט גאר געגרינדעט דעם אנדערן וועבזייטל הידוע וואס מיר ווילן אפילו נישט אויפברענגן דעם נאמען צווישן אונזערע שפאלטן! נישט קיין וואונדער אז ער אגיטירט אזוי שטארק פאר ליבעראלקייט און קעמפט קעגן יעדע סארט מחאה וואס קען הייבן די אידישקייט שטאפלן פון אונזער ארט, אמער, הוא הגבר וואס שפילט א פירנדע ראלע אין דעם אנדערן מקום רח"ל!

ביים זיך איבערצייגן די קראנטקייט פון די שמועה לא טובה, האבן מיר שוין למפרע פארשטאנען פארוואס ער האט מיט זיין געוואלדיגע 'גוטסקייט' גענומען די מיה און געגרינדעט די טרויעריג בארימטע "אמ"ג" (אימעיל גרופע). מיר פארשטייען יעצט למפרע אז די אונטערליגנדע אורזאך דערפון איז פשוט געווען צו קענען אוועקצושלעפן ווי מער גוטע שרייבער פון אונזער וועלטל, און ווי מיר הערן טוהט ער דארט אנדרייען דעם עולם צו פאשן איבעראל נאר נישט דאהי, א זאך וואס דערקענט זיך שטארק אויף די סטאטיסטיקס פונעם סייט.

אויף דערווייל וועלן מיר זיך דא אפשטעלן, אבער אויב ער וועט פרובירן צוריקצוקעמפן ביי אונז אדער אויף זיין אנדערע וועבסייט, וועלן מיר געצווינגן זיין ארויסצוגעבן טייל פון די געהיימע באווייזן וואס מיר זאמלען איבער אים די לעצטע שטיק צייט! און מיר ווילן באטאנען אז דאס וועט אים שטעלן אין א גאר אומגינסטיגע ליכט, אפילו ביי זיינע אייגענע קאלעגעס אין דעם אנדערן פלאץ.

צום שלוס: מיר האבן טאקע געליטן א שטארקע דורכפאל, אבער מיר וועלן זיך האפנטליך צוריקכאפן דערפון ווי אמשנעלסטן, און אינאיינעם וועלן מיר צוריקשטעלן דעם הויכן ניווא פונעם פלאץ צו איר אלטע שטייגער, מיט די הילף פון א פרישע שטאב אחראים וואס וועלן האפנטליך אויסגעקליבן ווערן ביז א טאג-צוויי. (אלס תשובת המשקל וועלן מיר יעצט געבן א פארצוג פאר גאר ערנסטע מיטגלידער וועלכע האבן זיך שוין ערווארבן א נאמען פון פרומקייט און קנאות).

כוכב » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:00 am

· #193924
סאיז אן אפריל וויץ.

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:27 am

· #193927
כוכב
סאיז אן אפריל וויץ.

זעהט נישט אויס אזוי. על כל פנים די דארטיגע חברה האלטן הפנים נישט אזוי.

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:28 am

· #193928
דער איינציגע סימן אז עס איז יא א וויץ איז, אז עס איז געפאויסטעד "פונקטלעך" 12 אזייגער AM אפריל דעם ערשטן. אבער פונקטלעך.

diff » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:04 am

· #193965
די קשיא וואס בלייבט שווער איז נאר פארוואס האט עס די תורה אפגעשריבן? צו וואס האט אויסגעפעלט עס אראפצושרייבן למען ידען דור אחרון
Do you mean erase the story completely

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:53 am

· #193981
איך זאג ענק!!!!!
וואס איין ברסלבר קען אנמאכען מיט אביסעל חוצפה.....

שעפטל » דינסטאג אפריל 1, 2014 12:08 pm

· #193998
פישל'ע העררינג
דער איינציגע סימן אז עס איז יא א וויץ איז, אז עס איז געפאויסטעד "פונקטלעך" 12 אזייגער AM אפריל דעם ערשטן. אבער פונקטלעך.

און מ'האלט אין איין זאגן אויף בערך 12:00 וועט אלעס זיין מסודר....

און דוי דארף מען לאכן...

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:45 pm

· #194199
היינט האב איך געשמועסט מיט א צובראכענע בחור, וואס איז כעת אינדרויסן פון אונזער קאמיוניטי. ער איז א גוטע נשמה, אבער חרוב. אינמיטן האט ער זיך ארויסגעגלישט ענדליכע דבורים ווי ברסלבער'ס חבר. כ'האב ארויסגעשלעפט דעם טעלעפאן און אפגעליינט דעם מאמר. ער האט זיך מחיה געווען. @ברסלבער דיין הארץ איז אפשר אין אומאן, אבער דיין פעדער איז מצודה זייער ווייט.

מאנדלבאום » מיטוואך אפריל 2, 2014 7:57 pm

· #194417
איך האב לכבוד די אטאקע דא - אויף אייווועלטס אטעקע אויף ברסלבער - אהין געגאנגען ליינען דאס, און ס'האט זיך אויסגעוויזן פשוט אנדערש.
איך האב אפגעציילט די מגיבים (נישט די תגובות), כלומר וויפל פון אונזערע ברודער אין אייוועלט (קרעדיט: @ממי שאמרו) האבן אים אן געשייגעצט און וויפל זענען געווען בעד ברסלבער.

24 מגיבים בעד וביניהם ממש ווארעמע תמיכה און הייסע הסכמה, און עם זייער שיין באדאנקט, אפילו די עקסטרעמע ביניהם!
5 מגיבים נגד!
חלקים ווערן טעקע באהאנדלט מיט היץ דורך א מיעוט פון די 5 נגד, אבער רובם ככולם זענען בער און שטיצן מיט ווארעמקייט דעם "מחוצף" און באדאנקען זיך שיין, (יא, שענער ווי ביי אונז דא)

דאס מייט פאלנע שקר גלאטע ווילדע צולאזנקייט און וויסטע שנאה פון אויפגעקלערטע אוט אף באקס נארמאלע מענטשן צו א סייד וואס האלטן אנדערש ווי מיר און ווילן נישט אננעמען דעם מהלך פון קאווע שטיבל חברים...

(בנוגע זיין שרייבן אין קאווע שטיבל איז אויך צוטיילט, און רובן האבן עם נישט אפגעפסלט, נאר געטענעט אז לפי ברסלב דארף מען אכטונג געבן בלה בלה בלה...)