☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צי זאגן אדער נישט צי זאגן?

צי זאגן אדער נישט צי זאגן?

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6146

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 23, 2014 11:40 pm

· #192214
צי זאגן אדער נישט צי זאגן?
נעכטן ביי שלש סעודת ריקט זיך צי א אינגערמאן צי מיר, וואס לעצטענס האט אפאר מאל פראבירט אנפאנגען א שמועס מיט מיר.
און זאגט מיר כוויל דיר עפעס פרעגן. ער פאנגט אן מיט אן הקדמה, די קימסט מיר פאר צי זיין א פארשטענדליך אינגערמאן און פראבירסט יעדעם צי פארשטיין, ממילא וויל איך דיר עפעס פרעגן.
זאג איך זייער גערען פיל פרי צי פרעגן וואס סליגט דיר אויפן צינג.
הייבט ער אן אז שוין פאר איבער א יאר מיטשעט ער זיך מיט אמונה שאלות, ספיקות, קשוית. לעצטענס האבן די ספיקות אנגעהויבן זיך באקוועם מאכן און ציביסלעך זענען זיי געווארן מסקנות.
כהאב נישט געוואלט אריינגען אין אמונה שמעוסן כהאלט מיר נישט פאר א מומחה, און נישט דאס איז געווען זיין שאלה צי מיר.
וואס ער וויל וויסען איז, ווי אזוי זאל ער באהאנדלען זיין ווייב? זאל ער זאגן אז זיין אמונה איז איז וואקעלדיג? אדער גארנישט זאגן?
כהאב מיר געשפיערט אביסעל געטראפן אז פונעם גאנצען במ''ד האט ער מיר בוחר געווען ציפרעגן. אויפן צינג איז מיר געליגען עם צי זאגן כגלייך זייער נישט צי רעדן מיטן מענטשען וואס האלטן שוין ביי די מדרגה, פליעז פרעג א צווייטען. אבער וויבאלד ער האט אויסגעזען צי זיין פארווייטאגט האב איך רחמנות געהאט אויף עם.
פרעג איך עם וואס זענען דיינע צדדים?
זאגט ער מיין צד אויף יא זאגן איז
א, איך פיל כלעב א ליגנט, א ווייב דארף זיין די נאנסטע מענטש מיט וועם כ'שער אלעס.
ב, מיין לעבען ווערט מיר שווערער און שווערער כ'דארף באהאלטן פון מיין ווייב מער און מער זאכן, ספשוט שווער צי לעבן אזוי.
מיין צד איר נישט צי זאגן
כווייס נישט ווי אזוי זי גייט דאס אויפנעמען. גייט זי מיך איבער לאזען? גייט זי בלייבן מיט מיר און מיר אגאנץ לעבען אנקוקען ווי א נידריגע גוי,
אדער אפשר גאר וועט זי מיך פארשטיין און עקסעפטען.

פרעג איך עם וויאזוי איז ענקער רילעשעןשיפ? ווי פרום/ערליך איז זי?
זאגט ער מיר זי איז נארמאל מער צי די פרומערע/ערליכערע זייט. און זייער א פיינע. רילעשען שיפ איז מער ווייניגער גוט.

כהאב עם גלייך גענטפערט איך קען דיר נישט ענטפערן אויף אזא סענסיוועטיווע שאלה, כהאב נישט קיין עקספיריענס דערין.
אבער אונדז קענען ציזאמען אויסשמיסען נאך מעריב אלע צדדים.
למעשה נאך מעריב האבן מיינע קונדער געוואלט גלייך אהיים גיין. כהאב ארויסגעוויזען מיטלייד און געזאגט נעקסטע וואך וועלן מיר ממשיך זיין.

טראכט איך אזוי
אויף זיין טענה אז ער מיז אלעס שערן מיט זיין ווייב אז נישט לעבט ער א ליגנט. וואס עפעס דארף מען אלעס שערן מיט די ווייב ?
אויב קלערט ער אז זיין ווייב איז מיעס אדער נאריש וואלט ער איר דען דאס געזאגט ?

פון די אנדערע זייט נישט צי זאגן און אזוי אפלעבן אגאנץ לעבען איז אויך נישט קיין מהלך, בעיקר אלץ פראקטישע חלק.
ער קען נישט זיין ביזי א גאנץ לעבען באהאלטן למעשה'דיגע זאכן פון איר.
כהאב פארגעסן, ער האט מיר קלאר געמאכט ער איז נישט וויליג זיך צי גט'ן.

איך טראכט די עצה איז ער זאל אנפאנגען זאגן זייער ציביסלעך און שטייטלעך, מקל אל הכבד פון די היינטיגע רביס און סגולת, איר פראבירען מסביר זיין אז ער גלייבט נישט דעראין און זאגן זיינע הסבירים פארוואס ער גלייבט נישט. זי מיז נישט מסכים, ער טאר אפי' נישט איר מיסת זיין. די ציל איז נאר צי דערטאפן ווי ווייט ער קען גיין און ווי אזוי זי דיעלט דערמיט.
די טבע פון א מענטש איז אז ער געוויינט זיך צי אלעס. סדויערט נאר צייט. פארשטייט זוך ער מיז זיין זייער פארזיכטיג ביי יעדע שטאפל, ציריק דרייען איז אסאל מאל אומעגליך.

וואס האלט דער עולם?

its me » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:11 am

· #192217
.

קפה הפוך » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:45 am

· #192220
דער מדרש פנחס ברענגט אן עובדה פון רב פנחס קאריצער:
פעם אחת האט איינער פון רב פינחסל׳ס מקורבים זיך אויסגעוויינט צום רבין אז מחשבת מינות פליט עם אריין אין קאפ און קאן דערפון ניש פטור ווערען
- זעצט דיך לערנען ביזטו א געהאלפענעם, בארויגט עם רב פנחס
- כ׳האלט שוין נאכן בלאט גמרא און אדרבה מיינע ספיקות גריבלען מיר נאך מער פון פריער
- ווייסטו וואס, לאמיך דיר פאטרויען א סוד; בימי חרפי ווען איך געזוכט און גענישטערט דעם אמתן אמת האט אנגעהויבן צו געוועלטיקן אין מיר דעם שר של ספיקות, כ׳האב מיר געדראפעט אויף גליטשיקע ווענט אייגעוויקלט און א טיפן נעפל און מיינע ראנגלענישן האבן מיר ניש געלאזט קיין מנוחה, ביז כ׳האב געפראוועט א שבת אין מעזשבוזש ביים בעל שם און ער האט מיר אנגעפולט מיט שמחה דקדושה און באשמירט מיט שמן משחת קודש.
- האט דער בעשט פארענטפערט דיינע ספיקות, פרעגט דער חסיד
- עה, אינגאנצן נישט, מאכט צו עם רב פנחסל די קשיות ווערן נאר שווערער און שווערער.....

ריכטיקע אמונה איז כסדרדיקע ראגעלנישן צווישן יש און העדר און דאך זיך הארמאנירן

פליקער » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:12 am

· #192223
נולד די ביזט דאך א קליגער אינגערמאן, כאפ אריין די געלעיגענהייט, ברעינג אים ציריק צי תשובה, ווייז אים איבער אז די אלע ביג בענג תגובות דא צווישן אנדערע חקירישע תגובות קימען מיר ציריק אז אין עוד מלבדו, די וועלט האט א באשעפער, יש מנהיג לבירה, צייג אים איבער די אלע זאכן, דאן וועט זיין שכרך הרבה מאוד, זיי אים מסביר אז אפילו ער האט ספיקות איז ווייל ער ווייסט נישט אלעס, ער וועט עלטער און קליגער ווערן וועט ער באדויערן אז ער פארלירט א גיטע ווייב און שטיב ציליב שטותים, לאמיר זאגן אז די בארד און פיאות איז שטותים, איז ער דען נישט געניג קליג אז עס זאל אים נישט שטערן, וואס גייט אים אן אז ער האט א בארד, נאר א נערישע שנאה אויף עפעס וואס שטיפט אים, פון וואס ער וועט זיך באריאיגען, און דאן וועט ער ביטער חרטה האבן.
הלואי אזא געלעיגענהייט אריין פאלן ביי מיר אינטער די האנט.

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:26 am

· #192231
זייער אן ערנסטע שאלה.

די אמת איז אז טאמער האלט ער שוין ביי עכטע כפירה דעמאלטס איז נישט קיין טובה צו באהאלטן אזא זאך, ווייל ווי קען מען דען אויפציען ערליכע אידישע דורות אויב גלייבט מען אליינס נישט.

און טאמער קען מען עפעס טון, דארף מען טרעפן דעם פאסיגן מענטש ווי אמשנעלסטן פאר עס פאלט נאך א קרבן פונעם אינטערנעט.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:24 am

· #192237
איך האלט שטארק אז אין א ריכטיגע שלום בית זאל נישט זיין וואס צו באהאלטן, אפילו די קאווע שטיבל ניק.

אבער ביי די מעשה זעהט מיר דער אינגערמאן אויס צו זיין א טיפש. וואס עפעס זיך אויסרעדן פריוואטע ענינים פונקט פאר אונזער @נולד מאוחר? ס'שמעקט נישט גוט, אזא קלוגע קאפ און שארפע מוח וואס האט שוין ספיקות און האט שוין מסיים געווען כוזרי, מורה, כתבי רס"ג ור' חסדאי קרשקש, פארמאגט נישט דאס ביסל שכל, און גייט בארעדן זיך און זיין ווייב פאר זיין שכן ביי שלשידות?! און אפילו ווען דו פראבירסט זיך אפשאקלן, לאזט ער זיך נישט.

אלא מאי, דער יעניגער האט שווארצע פלענער. ער וויל שלעפן ווערטער פון דיר... דיין שווער האט אים געשיקט זיצן נעבען דיר. Watch out.

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:34 am

· #192269
כבין געווען אין דעם כבדיהו וחשדיהו mode .
כהאב עם געזאגט מיין ניק אויף קאווע שטיבעל איז נאר פרייליך. 😂

כמיין כהאב עם אמאל געזען ליינען שבת בלעטעל ביי קריאת התורה.

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:43 am

· #192270
קאווע טרינקער
איך האלט שטארק אז אין א ריכטיגע שלום בית זאל נישט זיין וואס צו באהאלטן, אפילו די קאווע שטיבל ניק.

.

דא איז נישט דאס דער נושא, וועל איך מקצר זיין.

@קאווע טרינקער, דו זאגסט זייער א ברייטע סטעיטמענט.

לדידי, א ריכטיגע שלום בית איז ווען מען קען באהאלטן און דער אנדערע מישט זיך נישט.

ואפרש את שיחתי -

א ווייב'ל האלט א דייערי, זי שרייבט זיך אריין אירע בויך ווייטאג יעדן טאג. ווען עס הערשט א גוטע שלום בית, האלט זיך דער מאן צוריק פון קוקען דערין.

עס איז אירע פריוואטע ד' אמות, און ער רעספעקטירט עס.

דאס איז שלום בית.

איי, אויב האט "זי" גוטע שלום בית וואלט זי געברויכט א ווייז טוהן פאר'ן מאן וואס זי שרייבט? פונקט פארקערט. וויבאלד זי פילט זיך גוט אין איר שלום בית, זי איז זיכער מיט זיך, האט זי די מעגליכקייט אראפצושרייבן את שאינו ניתן לאמירה, זיך אויסקלארן די מוח, וויסענדיג אז קיינער וועט נישט ווייעלעיטען איר פריוואטקייט.

ווען א יונגערמאן האט א קאווע שטיבל ניק, מוז ער עס נישט פארציילן אפילו פאר זיין בעסט פרענד. דער בעסט פרענד ווערט נישט אויס וויבאלד ער ווייסט נישט פון דעם ניק.

עס שטייט אין פסוק ואהבת לרעך כמוך. שטעלן זיך די וכו' לכאורה פארוואס זאגט נישט רש"י "כמוך - ממש" אזויווי ביי די מלאכים ווי רש"י מאכט מלאכים ממש?

דער תירוץ איז, ווייל כמוך איז נישט ממש.

(אקעי, קיינער פרעגט עס נישט און איך ענטפער עס, אבער יו געט מיי פאוינט.)

יאיר » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:21 pm

· #192278
נולד מאוחר, אז איך האב זיך שוין גענומען דעם קוראזש צו צוגיין ביי שלש סעודות צו דיר און זיך אויסגיסן דאס הארץ דארפסטו מיר שוין צונעמען דא ברבים?

יידל » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:40 pm

· #192291
יאיר
נולד מאוחר, אז איך האב זיך שוין גענומען דעם קוראזש צו צוגיין ביי שלש סעודות צו דיר און זיך אויסגיסן דאס הארץ דארפסטו מיר שוין צונעמען דא ברבים?

האסט דאך געוואוסט אז ער האט גע'גנב'ט דעם שבת בלעטל פון אונטער דיין חומש יענער שבת. וואס האסטו געמיינט, אז ער האט נישט קיין ניק אויף קאווע שטיבל?

יאיר » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:44 pm

· #192319
איך האב געמיינט ער איז יידל, האב איך זיך פארלאזט אז ביז ער וועט ארויפקומען נעקסטע מאל אויף קאווע שטיבל וועט ער שוין לאנג האבן פארגעסן דערפון.

הוגה » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:30 pm

· #192390
יאיר
נולד מאוחר, אז איך האב זיך שוין גענומען דעם קוראזש צו צוגיין ביי שלש סעודות צו דיר און זיך אויסגיסן דאס הארץ דארפסטו מיר שוין צונעמען דא ברבים?


יאיר האט ספיקות????? Whom are you kidding? 😂

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:34 pm

· #192396

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:36 pm

· #192398
חוץ אלע סברות און חששות, איז דאך דא א שטיקל ערנסטע פראגע, וואס איז אינטרעסאנט דורכצורעדען סתם אזוי נישט קיין חילוק צו די מעשה איז בכלל געשעהן אדער עס איז נולד געווארן מאוחר.

איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט יעצט איז עם געווארען א ספק צו ער זאל זאגען פאר זיין ווייב וועגן זיינע אינטעלעקטואלע/רוחניותדיגע/אידישקייט ענינים. ביז יעצט ווען ער איז געווען א געהעריגער חאניאק פלעגט ער דען מיטטיילען מיט זיין ווייב עפעס א מורא'דיגע ווארט וואס האט עם מעורר געווען שלשידעס ביי דער רב'ס תורה? אדער פלעגט ער איר מיטטיילען מיט די נייע סארט חידוש וואס מען האט באהאנדעלט אין כולל? אדער סתם די פארשידענע רוחניות'דיגע אינטעלעקטואלע ענינים וואס מען רעדט אין די מענער שוהל?

אויב יא, וואלט דאך די שאלה זיך נישט אנגעפאנגען, ער וועלט דאך שוין לאנג געהאט דורכגעשמועסט מיט איר די ערשטער מאל וואס ער האט אריינגעקוקט אין מורה נבוכים/קאווע/שבת בלעטער, און איר פארציילט וואסרארא חידושים ער האט דארט געטראפען.

אלא מאי, מלכתחילה קוקט ער נישט אן זיין ווייב ווי אן איקוואל. מיט די חברים אין שטיבל שמועסט ער תורה חסידות און פאליטיק, און מיט די ווייב שמועסט ער פעמפערס קינדער און שייטלעך. איז פארוואס פונקט יעצט זאל ער ווערן מחוייב איר צו פארציילען זיינע מחשבות אמונות ודעות?

אלא אי קשיא הא קשיא, פארוואס טאקע איז עס אזוי?

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:52 pm

· #192417
לעקוואד, כהאב נישט געשריבען קלאר, אבער כהאב פארשטאנן פון עם אז ער דארף באהאלטן למעשה'דיגע זאכן.
מרעדט נישט נאר מחשבה'דיגע זאכן.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:05 pm

· #192431
די למעשה איז דאך לפי זה א בפועל יוצא פון די מחשבה, קומט דאך אויס די זעלבע זאך. ביז יעצט האט ער נישט מיטגעטיילט מיט איר פונקטליך פארוואס און ווען ער עסט יא לאקשן קוגל שבת מברכים, און יעצט אז ער האלט נישט דערפון ווייסט זי ווייטער נישט.

איך האב געמיינט מסביר זיין אז אין א מציאות ווען עס קומט נישט פאר קיין שום קאמיוניקאציע צווישען די בני זוג אויף די נושאים וואס מען רעדט דא, זעה איך נישט וואסארא פשט האט אז פונקט יעצט זאל מען זיך נעמען דן זיין מיט די ווייב בדיני הלכות ומנהגים נאר כדי אז זי זאל אנהייבען פארשטיין אז ער איז מזלזל אין די לאקשן קוגל.

די פראבלעם הייבט זיך נישט אן ביי די לאקשן קוגל מחלוקה נאר אסאך פריער.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:15 pm

· #192443
אין אנדערע ווערטער, ווען איך קוק דא אן דער נקודה אלץ שלום בית אויס, קוקט מיר אויס די גאנצע שאלה גאר קרום געפרעגט. כאילו דער ווייב איז דא בכלל נישט קיין צד דא אין דער שמועס, דער גאנצער שאלה איז צו דער יונגערמאן וועט קענען זיך אן עצה געבן באהאלטען זאכן, אדער עס איז דא עפעס א וועג מסביר זיין פאר דער ווייב אז ער איז גערעכט מיט די זאכען. ער וויל זיך נישט גט'ן, נו אוודאי וויל ער נישט, עס איז עם גוט אזוי, פארוואס זאל ער וועלן זיך גט'ן.

און וואס איז מיט די ווייב? איר פרעגט מען דא בכלל נישט? אפשר קומט זיך איר די פונדאמענטאלע רעכט פון לעבן מיט א מאן וואס איז נישט אינגאנצען אנדערש ווי זי שטעלט זיך פאר? אפשר איז ער מחוייב איר צו פארציילען, נישט נאר פראבירען מסביר זיין און איינגעוואוינען צו עם, אפשר קומט זיך איר זי זאל זיין אויף איין פעידזש מיט עם. איך זאג נישט אז די אלע טענות זענען בהכרח אלעמאל ריכטיג. איך גלייב נישט אין קאווע טרינקער'ס אידיאל פון טראנספארענסי אלעמאל, יעדער איינער מעג און דארף אמאל זאגען ליגנט און לעבן ליגנטס און פארשידענע סיטואציעס, און דאס איז גאנץ א נארמאלער זאך [The secret life of just about everybody ]

איך זאג נאר אז עס איז מאדנע אז מען באטראכט נישט אין דער שמועס דער ווייב אלץ א גברא בכלל. האלט איר מען מוז זיין אויפגעקלערט, אז דאס איז גוט, דארף מען דאך פונקט אזוי שטרעבן אז די ווייב זאל אזוי פארשטיין, נישט נאר זי זאל מקבל זיין איר מאן, נאר סתם אזוי, און פארוואס איז עם דאס נישט איינגעפאלן ביז יעצט? האלט מען אז מען דארף יא שטארק מקפיד זיין אויף די לאקשען קוגל, אדער בכלל אז די ווייב האט א רעכט אזוי צו טראכטען פאר זיך דארף די ווייב ווייטער זיין דא א צד אז זי האלט אזוי. פארוואס זאל מען איר "איינגעוואינען" אנדערש? זי האט נישט די רעכט צו גלייבען פאר זיך וויאזוי זי פארשטייט?

ביבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 6:08 pm

· #192464
אוודאי איז די ווייב א גברא, נאר די ווייב זאל גיין אין אימאמאמע און פרעגן וואס טוט מען מיט א מאן וואס וואקעלט זיך.

איך מיין אבער אז ס'איז אוומעגליך צו געבן א כלליות'דיג תשובה, עס ווענדט זיך ווי א מאן און ווי א פרוי און אויף וואס די ביז יעצטיגע שלום בית איז געבויעט, ס'דא מענער וואס אויב זיי קומען נישט קליען ווערט מען דעפרעסט ביז סאוסייד, ס'דא פרויען מיט שוואכע נערוון, סדא וואס די גאנצע שלום בית איז געבויעט אויף רעספעקט צו זיין התנהגות. די אלע דארפן מער וואטשן פאר ממאכט א באשלוס. יודע צדיק נפש בהמתו יעדער דארף דארף קענען אליינס אפמעסטן צו ביי אים איז עס מעגליך און וויאזוי ער זאל צוגיין דערצו.

יאיר » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:52 pm

· #192511
נולד מאוחר

ביז לעצטנס איז טאקע מיין אמונה געווען פעלזן פעסט, נאר לעצטנס, מיט די ריפלס וואס די ביג בענג האט געשיקט ביז'ן קאווע שטיבל האט זיך אינגאנצן אויפגעשאקלט מיין אמונה, כ'האב אנגעהויבן זען פון די חכמים ונבונים שבינינו וואספארא גרויסע צומישעניש ס'הערשט ביי די סייענטיסטן דערוועגן, און כ'הייב אן טראכטן, ווער ווייסט, אפשר איז די גאנצע ביג בענג נישט אמת, און אויב אזוי איז די וועלט גארנישט מחודש נאר קדמון, און כפי מה שביאר המורה איז נישטא קיין ניסים און די גאנצע תורה הייבט זיך נישט אן.

יאיר » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:59 pm

· #192512
לעיקוואוד, עס זענען דא פארשידענע סיבות פארוואס מען זאל דוקא נישט דערציילן פאר די ווייב וועגן ספיקות אין אמונה אפילו אויב זיי זענען צוויי גלייכע און ער דערציילט יעדער חידוש פון פאפע רבי ביי שלשידעס. א) ער האפט אז אלעס וועט זיך אויסגלייכן, און ער וויל נישט זי זאל בלייבן מיט די אימפרעשאן אז איר מאן איז למעשה א ספקן, ב) עס איז נישט פאר איר טובה, כאטש טעארעטיש איז אפשר זייער שיין צו פרעגן קשיות וכו', אבער למעשה פאר איינעם וואס האט נישט קשיות און לעבט אין אונזער סאסייעטי איז די בעסטע בכלל נישט צו וויסן אז ס'איז דא אזא זאך, ג) עס איז מעגליך זי וועט ווערן דערשראקן און באגיין אומפארזיכטיגע שריט וואס זי וועט חרטה האבן דערפון, למשל זיך גט'ן, וואס אפילו פרומע עסקנים הייסן מען זאל נישט טון.
ועוד ועוד, עס קענען זיין נאך צענדליגער סיבות, ווייל פילאזאפיש גערעדט איז נישטא קיין חילוק צווישן א שטיקל דברי יואל און אשליית אלקים מיינט נאכנישט אז פסיכאלאגיש אדער פראקטיש איז אויך נישטא א חילוק.

עסקן בדברים » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:05 pm

· #192513
יאיר
נאר לעצטנס, מיט די ריפלס וואס די ביג בענג האט געשיקט ביז'ן קאווע שטיבל האט זיך אינגאנצן אויפגעשאקלט מיין אמונה, כ'האב אנגעהויבן זען פון די חכמים ונבונים שבינינו וואספארא גרויסע צומישעניש ס'הערשט ביי די סייענטיסטן דערוועגן, און כ'הייב אן טראכטן, ווער ווייסט, אפשר איז די גאנצע ביג בענג נישט אמת, און אויב אזוי איז די וועלט גארנישט מחודש נאר קדמון, און כפי מה שביאר המורה איז נישטא קיין ניסים און די גאנצע תורה הייבט זיך נישט אן.

גראדע איז די ריפעלס א ראיה צו inflation theory וואס זאגט טאקע אז העולם קדמון אין א געוויסע זין, אבער דער רמב"ם זאגט אז אויב ס' וואלט געווען ראיות אז העולם קדמון וואלט ער אזוי מפרש געווען די תורה. נישט ח"ו אז די גאנצע תורה הייבט זיך נישט אן

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:01 am

· #192574
יאיר, איך האב נישט גערעדט פון 'ספיקות'. אוודאי האלט איך נישט עס איז קלוג צו פארציילען יעדער ספק מאד וואס איינער האט, עס איז פארשטענדליך אז יאיר פארציילט נישט פאר זיין ווייב יעדעס מאל עס פאלט עם איין א ספק אין די ביג בענג, פאר די אלע סיבות.
איך האב אבער פארשטאנען פון נולד'ס מעשה אז דא רעדט זיך פון אזא איינער וואס די שאלות זענען ביי עם שוין געווארען תשובות, ביז עס איז נוגע אויף למעשה, באיזה אופן שיהיה.
ביי דעם קלער איך נאך מיינע טענות האבן רעכט, אפילו טאקע די פארשטייסט אז עס איז נישטא קיין חילוק פון דברי יואל ביד אייזיק ניוטאן, איז אבער גאר פאטערנעליסטיש צו אננעמען אז בעצם וואלט די ווייב אויך געדארפט אזוי פארשטיין נאר פסיכאלאגישע סיבות שטערן איר. זי איז פונקט אזוי א מענטש און איז בארעכטיגט אליינס מחליט צו זיין צו איז עס אזוי, פילאסאפיש אדער פסיכאלאגיש אדער וואטעווער. דאס פארהוילען פאקטן פון מענטשען כלומרש'ט פאר זייער טובה פאסט בכלל נישט פאר אזוינע ענלייטענד ביינגס כשמם יאיר.
און אויב זי וויל זיך גט'ן, איז דאס ווייטער איר באשלוס מחליט זיין אויב דאס איז קלוג אדער נאריש, נישט דער מאן'ס אדער א''ג שלום בית עסקנים, פרומע אדער אדערווייז.

אי איתמר » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:59 pm

· #192609
אויב איז עס נוגע אויף למעשה הגם ער איז זייער קלוג דארף ער פארשטיין
אז ער האט א ערענסטע פראלעם וואס איז נוגע למעשה ולא תמות כדרך שמת פלוני,
אויב איז עס נאר מחשבות איז זייער גרינג צו וויסען וואס יא אדער נישט צוזאגען פאר זיין ווייב,וד''ל

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 25, 2014 4:00 pm

· #192665
סאו וואס רעקאמענדסטו ער זאל יעצט טאן?

יאיר » דינסטאג מערץ 25, 2014 5:34 pm

· #192693
לעיקוואוד, איך זע נישט ווי פאטערנאליזם אדער פעמיניזם קומט דא אריין, די זעלבע שאלה איז פונקט אזוי שייך אויב א היימישע פרוי פארלירט די אמונה און זי איז מסופק צו דערציילן פאר איר תמימות'דיגער כולל יונגערמאן. אבער למעשה טרעפט זיך כמעט נישט אזא פאל, פארוואס טאקע? ווייל די פרויען ביי אונז האבן כמעט נישט די מעגליכקייט זיך צו ספראווען בעניני אמונה (די מענער האבן ע"פ רוב, אויך נישט, פונדעסטוועגן אחד באלף מצאתי). ניטאמאל ווייסן זיי אויף וועלכע זייט צו עפענען א חומש אדער וואס דאס מיינט מורה נבוכים, ווי אזוי זאלן זיי קענען דיעלן מיט אזעלכע הארבע סוגיות ווי עוואלוציע און ביקורת המקרא. שוין אפגערעדט אז מען פרעגלט זיי אריין פון יונגערהייט אן אז זייערע אייגענע מיינונגען זענען פסול און זיי מוזן זיך אלעס פארלאזן אויף א מאן. גיי זיי בודק און איבערצייג דיך אז ווען עס קומט צו עניני אמונה זענען היימישע פרויען ממש ווי קליינע קינדער. דאס איז א מציאות, ס'האט גארנישט מיט מיינע פערזענליכע סעקסיסט שיטות. מען דארף האבן גאר ברייטע פלייצעס צו נעמען א תמימות'דיגע פרוי און איבערדרייען איר וועלט פון אויבן אראפ, זי זאל נישט האבן קיין טאג און קיין נאכט, אלס כדי מען זאל חלילה נישט נכשל ווערן אין סעקסיזם.
(זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז מער קאמפליצירט, עס זענען דא מעלות און חסרונות אויף ביידע זייטן, איך ברענג נאר ארויס איין צד פון די מטבע, וואס לדעתי הייבט זיך ביי דעם אן דער גאנצער נידון, נאכדעם קען מען שוין שוקל זיין אויב עס לוינט זיך יא אדער נישט).

אי איתמר » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:12 pm

· #192710
נולד מאוחר
סאו וואס רעקאמענדסטו ער זאל יעצט טאן?

ער זאל טאקע גארנישט טוהן,
און פארשטיין אז ער האט א פראבלעם,
ווייל למעשה וועטזיך נישט אויסארבעטען קיין טויש אויף למעשה..,
אויב איז ער מסופק ילך אצל חכם..

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:45 pm

· #192715
און וואס איז אויב זיין פרוי איז יא א קלוגע און ער וואלט מיט איר בעצם געקענט שטימען א מחיה און האקן א טאג, ווען נישט די פארפרומטקייטן וואס פארדרייען איר א קאפ ווי או סי די, און זאגן איר אז זייער ביידנ'ס ציהל בעצם איז זיך צו פייניגן?

ביידע מיטשען זיך טאקע. ער פאר זיך , זי פאר איר. נאר ער האט שוין געטראפן תירוצים און ער איז עס גרייט צו שערן מיט איר. ער איז נאר נישט זיכער אויב זי האט די מעגליכקייט צו פארשטיין ווייל ער נאך קיינמאל נישט פרובירט צו רעדן מיט איר וועגן מיינע ספיקות (פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיין גוטער חבר, פון שוהל, וואס איז שוין אפאר יאר צוריק צוגעקומען צו אט די זעלבע מסקנות, האט אים יעצט, נאך אלס נישט אנטדעקט דערוועגן, כאטש אין אנדערע זאכן זענען זיי אויפ'ן זעלבן פעידזש). נאך א סיבה פארוואס ער ספיקה'ט זיך צו ער זאל איר זאגן צו נישט קען זיין, ווייל ער איז מסופק צו ער פארמאגט די ריכטיגע ווערטער אין מויל איר צו מסביר זיין וואס ער האלט. ועל כולם ווייסט ער נישט צו זי האט א ווילן, א אינטערעסע, א גוטער בליק אויפ'ן "לעבן".

אין קורצן, אמאל איז דא אז טעארעטיש וואלטן ביידע א גוטע פאר געווען, נאר די שאור שבעיסה איז מעכב און דערפאר פארציילט ער איר גארנישט, אפילו נישט וועגן דער קוגל. ווי גוט וועט אבער זיין אויב קען ער איר ברענגען נאנטער, און אראפנעמען די שווערע געוויכטן וואס פארשווארצן אירע הענט און פארבויכעווען אירע יארן.

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:55 pm

· #192718
יאיר, כ'האף אז דו פארשטייסט אז דאס גייט נישט ממש צוזאמען. אויב האבן רוב פון זיי כמעט נישט די מעגליכקייט צו פארשטיין, דאן דארף מען נישט האבן קיין ברייטע פלייצעס אויפצוקלערן א תמימות'דיגע פרוי, ווייל דו וועסט נישט איבערדרייען איר וועלט און זי וועט יא נארמאלע טאג און נאכט. די חילוק איז נאר די סטראטעגיע וואס מ'נוצט איר אויפצוקלערן און נאכדעם וויפיל ליבע ס'הערשט סתם אזוי צווישן דעם פארל.
סאו ענדישער דארף די תירוץ פאר דעם שואל זיין אזוי.
ווי שטארק האט דיך דיין ווייב ליב, און די זעלבע פארקערט?
וויפיהל שכל האט זי?
און וויפיל צייט און כח ביסטו גרייט צו אינוועסטירן?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:10 pm

· #192723
און אויך איז וויכטיג אויב מען זאגט שוין יא, דער אופן ווי אזוי מען זאגט.
אהיימקומען זאגן "איך האב באשלאסן אז איך גלייב נישט דאס און דאס" איז ווי ווארפן פלוצים א באמבע און די פרוי (אדער חבר) ווערט שאקירט און קען דאס נישט פארדייען.

די גלייכסטע וועג איז איר אויסצופרעגן איר בינה יתירה אויף די געוויסע זאך, און איר קארנערן מיט שאלות, ביז זי בלייבט מיט די צונג אינדרויסן אן א תירוץ, און ער קען איר נאך אפילו דעמאלס זאגן אז ער ווייסט נאך נישט דעם ריכטיגן תירוץ, ער האלט אינמיטן אויספיגערן, און ביז אפאר טאג קען ער זאגן אז ער האט געשמועסט מיט א קלוגן איד אדער געטראפן אין א ספר אז די און די זאך איז שטותים וכו'.

איך בין מוסר מודעה אז איך רעד נישט ח"ו פון קיין יסודי אמונה, נאר אין אמונות טפילות. איך האב אויך געהאט געוויסע נארישע זאכן אין וואס מיין ווייב האט געגלייבט אמאל און היינט לאכט זי דערפון מער ווי מיר. מען דארף עס טון מיט שכל און געדולד.

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:13 pm

· #192760
שמעקעדיג
די גלייכסטע וועג איז איר אויסצופרעגן איר בינה יתירה אויף די געוויסע זאך, און איר קארנערן מיט שאלות, ביז זי בלייבט מיט די צונג אינדרויסן אן א תירוץ, און ער קען איר נאך אפילו דעמאלס זאגן אז ער ווייסט נאך נישט דעם ריכטיגן תירוץ, ער האלט אינמיטן אויספיגערן, און ביז אפאר טאג קען ער זאגן אז ער האט געשמועסט מיט א קלוגן איד אדער געטראפן אין א ספר אז די און די זאך איז שטותים וכו'.

דאס ארבעט נאר אויב סאיז דא א שטארקע ליבשאפט צווישען זיי אזוי טאמבעל סאוס האט געשריבען. אדערווייס טריי די טאקטיק מיט דיין שכן
ביי שלש סעודת, ביי מלוה מלכה וועסטו נאך האלטן ביי א.

נאך דיין מסירות מודעה מעג ער ניצן דיין עדוויס אויף יסודי אמונה?

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 26, 2014 10:18 am

· #192833
איך ווייס נישט צי איך האב רעכט צו ענטפערן אויף יסודות פון אמונה.
איך בין א איד א מאמין און אויב רעדט מען פון עיקרי הדת, איז ידי מסולקת.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 9, 2014 10:21 pm

· #195580
שמעקעדיג
און אויך איז וויכטיג אויב מען זאגט שוין יא, דער אופן ווי אזוי מען זאגט.
אהיימקומען זאגן "איך האב באשלאסן אז איך גלייב נישט דאס און דאס" איז ווי ווארפן פלוצים א באמבע און די פרוי (אדער חבר) ווערט שאקירט און קען דאס נישט פארדייען.

די גלייכסטע וועג איז איר אויסצופרעגן איר בינה יתירה אויף די געוויסע זאך, און איר קארנערן מיט שאלות, ביז זי בלייבט מיט די צונג אינדרויסן אן א תירוץ, און ער קען איר נאך אפילו דעמאלס זאגן אז ער ווייסט נאך נישט דעם ריכטיגן תירוץ, ער האלט אינמיטן אויספיגערן, און ביז אפאר טאג קען ער זאגן אז ער האט געשמועסט מיט א קלוגן איד אדער געטראפן אין א ספר אז די און די זאך איז שטותים וכו'.

איך בין מוסר מודעה אז איך רעד נישט ח"ו פון קיין יסודי אמונה, נאר אין אמונות טפילות. איך האב אויך געהאט געוויסע נארישע זאכן אין וואס מיין ווייב האט געגלייבט אמאל און היינט לאכט זי דערפון מער ווי מיר. מען דארף עס טון מיט שכל און געדולד.

נאר מען דארף אויך קענען מבחין זיין וואס איז א זאך וואס האט צו טון מיט אמונה און הלכה אדער מנהגים וועלכע האבן א מקור אין פוסקים און חסידות. און וועלכע זענען הוילע שטותים און איינרעדענישן. און אפטיילן צווישן די ריכטיגע און נישט ריכטיגע. אזוי ווי די גמרא ברענגט אראפ איבער ר' מאיר, וועלכער איז געווען א תלמיד פון אלישע/אחר. פרעיגט די גמרא וויאזוי האט ער געקענט זיין א תלמיד פון איינער וואס איז נישט ערליך?! נאר די גמרא ענטפערט אז "תוכו אכל, וקליפתו זרק". ער האט געלערנט די גוטע זאכן, ווי הלכות. ווייל אלישע האט געקענט לערנען.ער האט נאר נישט געגלייבט און געהאלטן גארנישט. די זעלבע דארפן מיר טון. אויסוועילן וועלכע פון די זאכן האבן א מקור און א טעם. און אוועקווארפן די וואס נישט... 😕 😎 🙄 😂 😠 😛 😢 😮