☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אידישע סינגלס און Parody ניגונים!

אידישע סינגלס און Parody ניגונים!

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6141

לאליפאפ » זונטאג מערץ 23, 2014 11:52 am

· #191955
אידישע סינגלס און Parody ניגונים!
די אשכול איז פאר סינגלס. דאס איז א זאך וועלכע איז גאר פארשפרייט אינעם גויש'ן עולם הנגינה אבער האט זיך אלעמאל אויך געפינען ביי אונז און ווערט יעצט שטארק פארמערט ביי אונז, דאס ארויסגעבן א גאנצן אלבום מיט מערערע לידער איז א זאך וואס ווערט באטראכט אלץ פרימיטיוו און אין א וועג ווערטלאז.

אין די היינטיגע עפאכע איז א דיסק נישט קיין שטארקע מקור חיונה פאר א בעל מנגן, ממילא האט זיך פארשפרייט די געדאנק פון ארויסגעבן אן אייצלנעם ליד אויף א מאל, אממערסטנס איז דאס בחינם, און ברענגט אסאך פאפולאריטעט פאר די ארויסגעבער.

דא אין שטיבל איז נאך נישט פארהאן אן אשכול אויסצושמועסן אזוינע איינצלעך, ממילא ווערן זיי פארפאלן פון די פעדערס פון די חברי השטיבל, איז גוט אז אין דעם אשכול זאל מען קענען אויסשמועסן אלעס איבער איינצלעך (סינגלס) פון ארגינעל אידישע מקורות און היימישע קאמפאזירער און זינגער.

ווי אויך האט זיך לעצטנס פארמערט די סטייל אז געוויסע נעמען א עלטערע צו א יונגערע גוי'שע לידל און מ'איז מיט געוויסע שמות און כוונות דאס אינגאנצן מהפך און מטהר און מ'ברענגט אריין דעם תנועה תחת כנפי השכינה, ווי שוין באקאנט פון די צייטן פון הרה"ק ר' אייזיקל קאליב'ער ולמעב"ק זכותם יגן עלינו, איז די אשכול אויך א פלאץ אהערצוברענגען די פרישע סחורה און אויסשמועסן בטוב טעם ודעת די היסטאריע דערפון, און ווער איז די בית דין וואס האט עס גע'טובל'ט.

איך הייב אן מיט דוד גבאי'ס נייע סינגל "בורא עולם" וואס איז ארויס די וואך, פארפאסט דורך ייצי וואלדנער, בייגעלייגט האט איר א דאונלאעד לינק פאר דעם ליד.
📎 IMG-20140323-WA0067.jpg

סלינקי » זונטאג מערץ 23, 2014 1:34 pm

· #191975
דודי קנאפלר (א נייע שטערן?) מיט א פרישע סינגל "עננו" אויך פארפאסט דורך ייצי וואלדנער לכבוד א חבר'ס חתונה

לאליפאפ » זונטאג מערץ 23, 2014 7:43 pm

· #192129
Parody - א כוס א דזשאמבא!
א כוס א Jumbo איז ארויס געקומען לכבוד פורים 2014 דורך אברהמי קאליש, תולי ברילל, און יואלי ווייס, א חוט המשולש וואס זענען נישט ניי אינעם געביט פון מקרב זיין גוי'שע תנועות צו אידישע קינדער בעיקר אין פארעם פון לידער פאר חתונות!

דאסמאל זענען זיי אויפגעקומען מיט א אלטן לידל וואס איז אנגערופן Coco Jumbo און דאס קונצליך פארדרייט צום פורים קלינגעדיגן כוס א דזשאמבא..

דא האט איר א דאונלאעד לינק פאר ווער ס'וויל נאך אריינכאפן עפעס שמחה דעם חודש אדר, און בייגעלייגט איז די קאווער פונעם Parody!

[אויפן בילד פונעם העכסטן אויף לינקס און אראפצור זענען:
אברהמי קאליש - וויליאמסבורגע בחור
יואלי ווייס - בארא פארקער יונגערמאן
תולי ברילל - בארא פארקע בחור]
📎 IMG-20140312-WA0053.jpg

sefish » זונטאג מערץ 23, 2014 7:45 pm

· #192130
ליידער, אינגאנצן ווי דער גוי. זיי זאגן אויך דארט דעם ש*ט ווארט

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 24, 2014 7:56 am

· #192230
ותמיד נספר - שרולי וויינבערגער
ותמיד נספר איז געווארן קאמפאזירט דורך שרולי וויינבערגער א טאלאנטפולער זינגער און קאמפאזירער, און איז ארויסגעקומען נעכטן נאכט לכבוד זיין אייגענע חתונה, די סינגל איז געזינגן דורך דעם באקאנטן יואלי גרינפעלד און געשפילט דורך די סימפיני ארקעסטרא, אט איז פאר אייך א דאונלאעד לינק.
📎 IMG-20140324-WA0011.jpg

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 31, 2014 6:30 am

· #193732
וואס האלט דער עולם וואס דרייט זיך אין מוזיק פארום?

איז אינטערעסאנט צו לייגן אלטע סינגלס און Parody'ס אדער נאר מכאן ואילך? לאמיר הערן וואס איר האלט.

ודי למבין » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:36 pm

· #193776
לאליפאפ
וואס האלט דער עולם וואס דרייט זיך אין מוזיק פארום?

איז אינטערעסאנט צו לייגן אלטע סינגלס און Parody'ס אדער נאר מכאן ואילך? לאמיר הערן וואס איר האלט.



אין צוויי באזונדערע אשכולות.

שכח!

לאליפאפ » זונטאג אפריל 13, 2014 8:29 pm

· #196067
חד פינגווין חד פינגווין!
דאס מאל איז עס די זמירות קווייער וועלכע האבן געבראכן די שטילקייט מיט א שניידנדע פאראדיע און מוזיק ווידיא אויף די פינגווין טאנץ - חד גדיא


פאלגנד האט איר די ווערטער וועלכע זענען גאר קונצליך און מייסטערליך אויסגעגראמט אויפן טאקט!
📎 IMG-20140413-WA0129.jpg

יואליש » זונטאג אפריל 13, 2014 8:49 pm

· #196069
הערליך און קריעטיוו! די חד גדיא טאנץ.

אויב איז דאס ציגעלע ביים ענדע א עכטע, איז קאמיש אז א ליד ווי גאט אליין קומט זיך אנעמען פאר א ציג פון פעלד זאל פארוואנדעלט ווערן אין א סיבה צו וויי טוהן א ציג. אויב איז דאס נישט קיין עכטע ציג, וואלטן זיי געברויכט לייגן א דיסקלעימער, נאו גאוטס ווער הארמד אין דע פראדאקשאן או דיס ווידיאו.

לאליפאפ » דינסטאג יוני 17, 2014 7:41 pm

· #206518
דאס לעכטעלע - CME
חיים מאיר ערפס, המכונה CME, קומט ארויס מיט א ווארעמען סינגל - דאס לעכטעלע. פרעזענטירט דורך אברהמי בערקאו, איך האף עס דא אהערצולייגן ווען עס קומט אן צו מיר.
📎 IMG-20140618-WA0005.jpg

לאליפאפ » דינסטאג יוני 17, 2014 8:51 pm

· #206535
Bring Back Our Boys - גד אלבז
לאור די פארכאפונג פון די דריי בחורים אין ארץ ישראל, האט גד אלבז אין א גאר פלינקן מאוו, ארויסגעגעבן א סינגל Bring Back Our Boys, וואס פיטשערט אויך דעם מזרחי זינגער נפתלי כלפה, דאונלאעד דא.
📎 IMG-20140616-WA0091.jpg

לאליפאפ » דינסטאג יוני 17, 2014 9:07 pm

· #206537
אליך ה' - מיילעך זינגער
אויפגייענדער שטערן און חתונות זינגער מיילעך זינגער האט ארויסגעגעבן א סינגל וועלכע איז איין ניגון פון זיין קומענדיגער אלבום אויף וועלכע ער ארבעט יעצט, מוזיק ערעינדזשמענט און פרעזענטעישן דורך שימי סקלאר. דא האט איר א דאונלאעד לינק.
📎 IMG-20140618-WA0027.jpg

פלעין יודיש » פרייטאג יוני 20, 2014 9:53 am

· #207115
לאליפאפ
חיים מאיר ערפס, המכונה CME, קומט ארויס מיט א ווארעמען סינגל - דאס לעכטעלע. פרעזענטירט דורך אברהמי בערקאו, איך האף עס דא אהערצולייגן ווען עס קומט אן צו מיר.


כוכב » פרייטאג יולי 4, 2014 8:08 am

· #209854
די ווערטער זענען זייער גוט געשריבן און די גראמען זענען זייער שיין.

outspoken » פרייטאג יולי 4, 2014 9:50 am

· #209860
שיין, אבער ס'סאנד צו ברסלב.

לאליפאפ » זונטאג יולי 6, 2014 6:41 am

· #210162
outspoken
שיין, אבער ס'סאנד צו ברסלב.

מה הקשר?? קיין מילה ברסלב.

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:01 pm

· #217699
אברמי קאליש מיט תולי ברילל - באשעפער איך בין דיינס



די זון איז פארביי מיט איר לעצטע שיין
אלס וואס איך שפיר איז וויטאג און פיין

פינסטערע טעג איינס נאכאנאנד
קיין שום טויש פון נעכטן ביז היינט

קער איך צו דיר
ווי אויפן רושיגען ים איינער אליין
קוק דיך אום אויף מיר
ווי נאר א טאטע קען פארשטיין
איך רעד צו דיר
דו ביסט אלס וואס איך האב
ווייל איך גלייב און דיר
השם אחד

און הארץ צישאסן דיפרעסט און פארקלעמט
עה ״נישט איך״
אינדרויסן א שמייכעל אלעס פארשוועמט

פאריאגט בייטאג
שלאף נישט נעכט
צו יענעם׳ס מיינונג
פארקויפט ווי א קנעכט

קער איך צו דיר
ווי אויפן רושיגען ים איינער אליין
קוק דיך אום אויף מיר
ווי נאר א טאטע קען פארשטיין
איך רעד צו דיר
דו ביסט אלס וואס איך האב
איך גלייב און דיר
השם אחד

ווי וואלט איך געווען
ווי אזוי אויסגעזעהן
ווען די שטייסט נישט ביי מיין זייט

די ביסט מיט מיר
אין די וועסט אייביג זיין...
ה׳ אחד

איך בלייב מיט דיר
ווי צימישט און פארלוירן
איך וועל נאר אמאל זיין
ווייל איך ווייס ביי מיר
אז די האסט יא א פלאן

ווען איך פארשטיי נישט צי דיר
פארשטייסטו צו מיר

קער איך צו דיר
ווען אין הארץ איך שפיר
ווי איך בין גארנישט ווערט
ווען אלס וואס איך זעה
ווייזט מיר נאר פארקערט

I turn to you
No matter where or what
I believe in you
Hashem Echad

I turn too youuuuuuuuuu

לאליפאפ » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:16 pm

· #217883
די ניגון איז א פארעדי פון I Turn To You פון Melanie C.

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:11 pm

· #218171
אין אזא אשכול וואלט איך נישט אויסגעלאזט דעם אזוי אויפגעפיקטן לידל השם מלך דורך בעני און גד אלבז:


דאס איז א קאווער פונעם פראנצויזישן ניגון סע לא ווי:
(אכטונג: נשים)

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:28 pm

· #218173
לאלי כ'מיין עס פעלט דיר די הבנה וואס די ווארט 'פאראדיע' מיינט.

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:43 pm

· #218183
איך אויך
לאלי כ'מיין עס פעלט דיר די הבנה וואס די ווארט 'פאראדיע' מיינט.

כרגע איז עס מיין איינציגסטע וועג זיך אויסצודרוקן.

סלינקי » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:14 am

· #218204
דאכט זיך מיר מ׳רופט דאס א cover

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:37 am

· #218245
סלינקי
דאכט זיך מיר מ׳רופט דאס א cover

געטראכט דערפון, שכוח פארן באשטעטיגן.

יין שרף » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:05 pm

· #218404
יין שרף

איך האב יעצט געהערט די SINGLE די ערשטע מאל מיט הרחבת הדעת.
די מוזיק פרודוקטשען איז זייער שיין, יחזקאל ברויער טויגט!
די ווערטער איז מיר נישט אזוי צום הארצן, אבער זייער ווארעם, נאכדערצו ווען מען זעהט וועלכע צוויי האבן צוזאמגעשטעלט די ניגון...
עס ברענגט אביסל ארויס די געפילן וואס עס דרייט זיך אין אזא בחור'ס הארץ... ניין נישט יעדע שמייכל וואס ער געט מיינט אז פאר אים שמייכעלט די וועלט...!!
נעקסט טיים דו טרעפסט אזא בחור, געב אים א גוט ווארט אדער סתם א שיינע העלא. עכ"פ ח"ו נישט א ביטול'דיגע בליק. זיי האבן אויך א נפש מיט געפילן.
אברמי קאליש זינגט זייער זייער פיין! עדיו לזינגער יפה, פאר וואטעווער ריזאן דערמאנט ער מיר אביסל פון יואלי גרינפעלד, כ'ווייס נישט אויב ס'איז זיין וועג פון זינגען אדער זיין LOOK.
די אנדערע בחור תולי ברילל, ווער איך נישט אזוי משוגע פאר... הגם ער וואלט געקענט צולייגן שיינע וואקלס צום ניגון אזוי ווי קאליש'ס הארמאני, ס'וואלט נאך אפשר געווען אזוי שיין ווי יוסי גרין'ס קול...

די ווידיאו פרודאקטשען ווייס איך נישט פונקלעך וואס עס דארף פארשטעלן... אבער מן הסתם אז עס איז א לענעראוויטש ווידיאו איז עס געלונגען... (LOL...)

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:28 am

· #221009
אתה לא לבד - עוזיה צדוק
א נייע סינגל דורכן ילד הפלא עוזיה צדוק

לאליפאפ » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 10:32 am

· #223362
Turned Down For What Parody - Jewbellish

אויליגער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:45 pm

· #223432
נייע סינגעל פון ר' מאיר דוד פארקאש און די בארימטע ידידים כאר "מה לכם לדאוג?" "וואס זארגסטו?"
קאמפאזירט און אראנדזשירט דורך נפתלי משה שניצלער
יודישע ווערטער ביי ליפא שמעלצער
גאסט סאלא יואלי קליין (בהסתרה)
📎 IMG-20140912-WA0031.jpg

לאליפאפ » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 7:05 pm

· #225113
יוסף זאב בראווער & שלמה נחמי' ראזנבערג - התיקון הכללי
הערליכע סינגל פון נחמי' ראזנבערג פריש איבערגעמאכט!
דאונלאעד דא.

לאליפאפ » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:44 pm

· #227580
נייע סינגל: שלומי גערטנער - יעלה ויבוא
קאמפאזירט/מוזיק/קווייער ביי: מונה רוזנבלום
גערשי מאשקאוויטש פראדאקשן

לאליפאפ » זונטאג אקטאבער 5, 2014 8:50 pm

· #227581
יוסף חיים שוואקי - הכל לטובה
פרישער סינגל הכל לטובה פון יוסף חיים שוואקי ארויס פון זיין קומענדיגן אלבום

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:01 pm

· #262865
📎 1.jpg

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 31, 2015 3:30 pm

· #263222
נייע סינגל "מדוע" פון ש"י רעכניץ

פליקער » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:28 pm

· #263304
מדוע מאכט ער א ניגון פון שואאכן קאליבאר

פלעין יודיש » דינסטאג יוני 30, 2015 8:00 am

· #286167