☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » הילף און חיזוק פאר מענער וואס נעמען זייערע פרויען שאפינג

הילף און חיזוק פאר מענער וואס נעמען זייערע פרויען שאפינג

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6139

אפטעמיסט » פרייטאג מערץ 21, 2014 4:26 pm

· #191832
הילף און חיזוק פאר מענער וואס נעמען זייערע פרויען שאפינג
כ'וועל נישט קענען מאריך זיין צו לאנג, ווייל כ'שטיי דא אזוי אומבאקוועם אין איינע פון די גרויסע שאפינג צענטערן אין ברוקלין, כ'בין פארשטיפט אין אן איינזאם ווינקל ווי א קוים געווארענער 16 יעריגער שתי שערות'ל, וואס האט גליקליכערהייט געפינען א קרן זוית מיט אפענע וויי-פיי.

מה לעשות אז כ'בין געבוירן א זכר-- זיך טראנסדזאנדערן קומט נישט אדערווייל אין באטראכט -- און כ'בין געצווינגען צו טראגן מיין באליבטע "טן דו" שאפינג ווען אימער ס'נאר דא אן איבריגע מינוט. זאל עס זיין א זינטאג, צי הייסן א האלידעי; אויב קען זיך נאר דאכטען אז ס'איז עפעס אן אזויגערופענע יומא דפגרא-- בין איך אין פעקל.

"אפטע, איי לאוו יו", פאנגט מיין פרוי אן פריער מיט א ציניש שמייכל.

"איי לאוו יו טו", ענטפער איך צוריק מיט א פארדעכטיגטע טאן, ווען מיין נאז שמעקט שוין די גראך פון מעיסיעס.

"זאג, אפטע, האסט וואס צו טון היינט?" פרעגט זי שמייכלדיג, דערביי גלעט'נדיג מיין בארד ווי שטענדיג.

אממ, כ'מיין... יא... נישט עפעס מורא'דיג, אבער ווייסט וואס כ'מיין, אמממ ניין... נישט עכט, כ'מיין..."

מיט א תמ'ישע פנים פרעגט זי איבער "סאו, ביסט ביזי אדער נישט?" ווען בשעת מעשה ווערט אזוי אומוועלענדיג פון די גלעטן א געציאכטס, אזש איך אליין בלייב באלד אן קיין שתי שערות.

"עמממ, כ'זאג דיר... נאטינג מעדזשיר... ווייסעכמיין, יא עפעס אזוי..."

זי לאזט אבער נישט נאך, און ווי אן ערפארענער דיפלאמאט פאסט זי אזוי אומאפיציעל א באשליס "אקעי, סאו ווען קענסטו מיר טראגן צו העיטש & עם, בערך צוויי'ע?"

"יא", שאקל איך מיין קאפ מיט א געמאכטע שמייכל, "צוויי'ע איז פונקט גוט".


צוויי'ע איז אנגעקומען שנעלער ווי ערווארטעט, איך בין אנגעקומען אין מאלל ווי א וואויל קינד, און כ'דריי מיר ארום דא ווי א האן-אין- בני-אדם. איך שלעפ מיר נאך ווי א וויידל פון איין געשעפט צום צווייטען, און אצינד האב איך מיר באקוועם געמאכט אין א ווינקל, לעבן פארעווער טווענטי וואן.

איז אזוי, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין אזא פארגעשריטענע ערא, ווען זאכן ווי די ביג בענג איז פארשטענדליך פאר קינדער, קענען נישט אפאר סייענטיסטן אויפקומען מיט א לעזונג פאר די מענער-פראבלעם-אין-מאאלס? וואס ווארטן זיי, אז מיינע רגליים זאלן איינפאלן, און מי רגליים-- אמממ, יא.
פארוואס איז נישט דא קיין דעזעגנירטע פלאץ פאר מענער מיט בענקלעך און קאווע? כ'מיין, עפעס, עפעס!


----אקעי, מיין ווייב קומט.


פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 21, 2014 4:33 pm

· #191833
זיס ווי צוקער!

הערסט, אפטע?

זי רופט דיך אפטע אין א ליבליכע מינוט, איז וויאזוי רופט זי דיך אין א גערעגטע מינוט, בעידן ריתחא? מיסט.

MickyMouse » פרייטאג מערץ 21, 2014 4:51 pm

· #191835
ס׳טאקע דא מאללס/סטארס וואס האבן קאפי שאפס אדער בוק סטארס. למשל פאליסעידס מאלל האט א בארנס & נאויבלס. מעיסיס אויף 34 אין מאנהעטן האט עטליכע סטארבאקס. און אזוי ווייטער.
בלייבט נאר איבער אויסלערנען די ווייב די ריכטיגע פלעצער ווי צו גיין.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 21, 2014 5:07 pm

· #191837
ביסט נישט די איינציגסטע, דא האסטו אביסל קאמפאני:

<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-2550919/Proof-men-HATE-shopping-Hilarious-pictures-world-men-bored-minds-waiting-partners.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... tners.html</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 21, 2014 5:08 pm

· #191838
דער חכם טוט צו די זאך:

<a class="postlink" href="http://www.mymodernmet.com/profiles/blogs/steve-venegas-the-gap-mannequin-project">http://www.mymodernmet.com/profiles/blo ... in-project</a>

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מערץ 21, 2014 6:03 pm

· #191843
@אפטעמיסט אוי רעדסטו דברים של טעם. איך בין ממש אין די זעלבע מצב (חוץ וואס מיין ווייב גלעט נישט מיין בארד היות ס'איז אנגעדרייט).
זי פלעגט מיך ארום שלעפן פון סטאר צו סטאר. אין איך האב נאך געדארפט וואטשען די קליינער טאמער זיי זענען מיט געקומען.
איך זעה א מאלל באקום איך א שלשול. איך עקל מיך היינט צו טאג פון געשעפטען.

ויהי היום כ'האב מחליט געווען זה הוא, כ'האב זי געזאגט אז זי זאל גיין מיט חברתה'ס פון היינט אין ווייטער אין מיך לאזן לעבן,
גראדע אלץ עניווערסערי האט זיך זיך אליין געקויפט א איי-פעד אין טוט שאפינג דארט.

פליקער » פרייטאג מערץ 21, 2014 6:15 pm

· #191845
מיין זינטאג שאפינג איז שפאנענד, מיט מיין אנלימיטעד אינטערנעט אויף מיין טעלעפאן איז אלעס מסודר, פארשטייצעך א גמרא אינדעזייט, א מתמיד קען מען נישט אריין ברעינגען חלילה אין א געשעפט, מען קען דאך נכשול ווערן,

דריידל » פרייטאג מערץ 21, 2014 6:18 pm

· #191846
שרייב איין דיין ווייב אלץ מעמבער אין איינע פון די היימישע אינטערנעט קיאסקן און זאל זיך גיין שאפפען אנליין.
א קאמפיוטער אין שטוב זאלסטי נישט אריינברענגן ווייל דאס וועט איר האלטן ביזי טאג און נאכט און עסט קענען ווארטן פאר נאך א גלעט אין די בארד.
חוץ מזה, ביסטיך אליין שילדיג. ווען דיין ווייב זאל וויסן אז די האסט אן שיעור זונטאג און יעדן טאג וואס מ'ארבעט נישט, וואלסטי געקענט גרינג אפשטיפען און מסביר זיין פארוואס די קענסט איר נישט נעמען. והוא הדין אויב זי ווייסט אז די ביסט נזהר אין שמירת עינים, וואלסטי געהאט א גיטע עקסיוז נישט צו דארפן גיין שאפפינג. למשל, יואלי ציממערמאן'ס ווייב בעט איהם נישט צו קומען צו א שאפפינג מאל.

איש עברי » מוצ"ש מערץ 22, 2014 9:24 pm

· #191852
איך זעה נישט קיין בעסערע עצה ווי זיך אפשניידן די בארד

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 22, 2014 9:46 pm

· #191858
דריידל
למשל, יואלי ציממערמאן'ס ווייב בעט איהם נישט צו קומען צו א שאפפינג מאל.

😂 😂 😂

מצטמק ויפה » מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:04 pm

· #191864
איך בין גראדע געווען דעם פרייטאג אין א מאלל מיט מיין אשת חיל, און איך האב עס גראדע זייער ענדזויט, די פראבלעם איז אפשר, אז מען גייט און א פלאץ וואס איז אין געגענט, וואו מען האט יעדע רגע מורא אז מען גייט טרעפען א באקאנטען, אדער גאר דער פרומע מומע, וואס גייט גלייך נאך דארט אין מאלל אנריפן דעם שוויגער מיט א ויצעקו " רבקי דו וועסט נישט גלייבן וואס איך האב יעצט געזעהן...שרי'ס מאן איז יעצט דא אין די טריפנה מאלל..... ווי אזוי שעמסטו זיך נישט צו האבן א איידעם וואס גייט חלילה וחס אין א מאלל???!! רחמנה לצלן.
אבער ווען מען גייט און א מאלל אביסעל ארויס פון געגנט, קען עס זיין זייער באטעמט.
מען גייט ארום צוזאמען, מען קוקט שיינע זאכ'ן, און געווענדליך גייט פאר'ן מאן אן וואספארא קליידער די ווייב גייט אנגעטוען, ממילא קענסטו איר זאגן דאס איז שיין, די קאליר האב איך ליב, דאס ליגט זייער שיין אויף דיר, וכהנה וכהנה, אנשטאט וואס זי זאל אהיים קומען מיט עפעס אום בחנ'ט אבער צירוק גייט א קאזע.

אבי גערעדט » מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:36 pm

· #191872
יאפ אויך אמאל ענדשויט צו טראגן ס'ווייב שאפינג, צו ווייל כ'האב זיך געשפירט ווי א גוטע מאן, צו ווייל כ'האב הנאה געהאט פון זען נייע סטאר'ס. וכו' למעשה אבער איז מיר עס היינט א ביטערע אפקימעניש, נאך אויפן וועג צום מאול קריגט איך שוין א מאסיוון קאפ וויי אז ס'איז א שרעק, ווער רעדט נאך ווען כ'בין שוין אין געשעפט, איך דריי זיך ארום ווי א אויסגעלאשענע ליכטל, איז גוט צו זעהן אז כ'בין נישט דער איינציגער אינעם פעקל

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 12:13 am

· #191883
אוי למי שנופל בעצת אשתו. פארוואס דארף מען דיין שאפינג יעדע ד' וה'? נישט אומזיסט זאגן חז"ל אשה כו' שמאל דוחה וימין מקרבת. וואס פאלט איר אזוי פאר א גלעט אין די בארד.....

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 23, 2014 12:16 am

· #191884
זעהט אויס ס'איז א גלעט בזקן התחתון.

דריידל » זונטאג מערץ 23, 2014 1:15 am

· #191900
רויטע וואנצעס
זעהט אויס ס'איז א גלעט בזקן התחתון.


ששששששש
מ'דארף נישט זאגן הויך וואס מ'טראכט

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 1:18 am

· #191902
ער האט עס געזאגט שטיל.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 1:18 am

· #191903
ער שעמט זיך אז זיין ווייב גלעט רויטע בארד און וואנצעס

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 23, 2014 1:26 am

· #191906
מיין ווייב גלעט נישט מיין בארד, זי האט נישט ליב די קאליר רויט. וד"ל.

דריידל » זונטאג מערץ 23, 2014 1:32 am

· #191909
@רויטע וואנצעס, זאלסט ווארטן אפאר יאר ביז די וועסט ווייס ווערן .
בד"וו ביים בעשא האסטי געדייט דיינע וואנצעס אדער איז עס הערשט געוואקסן נאך די חתונה?

כוכב » זונטאג מערץ 23, 2014 1:35 am

· #191911
בארד בארד ווי דיין גלעט.
רעיזשסטערט טרעיד מארק ביי אפטע (וועלכע אפטע סדא צוויי?)

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 23, 2014 4:04 am

· #191931
דריידל
.
בד"וו ביים בעשא האסטי געדייט דיינע וואנצעס אדער איז עס הערשט געוואקסן נאך די חתונה?


ס'איז א פארווייטאגטע פרשה. מיין שוויגער האט בשום אופן נישט געוואלט א רויטע בחור פאר איר שווארץ האריג טאכטער. אבער היות זי איז א בלאנדע, האט זי מקבל געווען, ווען די שדכן האט איר געזאגט אז ער האט ממש נאר א פיצי רויטע בארד, און ער גלייבט נישט ס'וועט ווערן גרעסער.

elter-zeide » זונטאג מערץ 23, 2014 4:13 am

· #191932
צוויי'ע איז אנגעקומען שנעלער ווי ערווארטעט, איך בין אנגעקומען אין מאלל ווי א וואויל קינד, Quote

ביסט לאקי אז 2 אזייגער איז טאקי 2, ביי מיר ווערט דאס 3:30 ביז זי איז גרייט צי פארען, אזוי זיטץ איך אגאנצן טאג אין ווארט אויף איר,

מאן דאמר » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:12 pm

· #192739
עס איז דא נאך אן עצה, לאז דו ווייב פירן די אויטא, וועט איר נישט זיין קיין בעלי עגלה

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:43 pm

· #192745
זיי זאגען אז זייט די סמארט פאנס זענען ארויס געקומען, האבען די מענער נישט קיין פראבלעם צו נעמען די ווייבער שאפינג, און ווארטען אין די קאר דאבעל פארקט ביז זיי קומען צוריק........

אפטעמיסט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:52 pm

· #218343
אודך כי עניתני. איך שטיי שוין אין מאלל מיט מיינע צוויי פיצלעך זינט 10 אזייגער. ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט וואלט מען גוזר תענית געוועהן אויף די אומדערהערטע מיטמאכעניש וואס מענער מאכן מיט על לא עוול בכפם. וכאן הקריאה יוצאת, אפילו אויב איר קענט נישט קומען פארברענגען מיט מיר, אויב זענט איר פונקט אין די געגענט פונעם פאלעסעיד מאלל קומט אריין זאגן א גוטן. ווייזט כאטש אז איר קומערט זיך מיט מיינע צרות.

קפנדריא » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:37 pm

· #218600
איך האב אראפגעשטעלט מיינע איידעלע פיסלעך באלד נאך מיין ערשטע שאפינג ספרי, קורצליך נאכ'ן עררייכן מיין דרייווערס לייסענעס האט מיך מיין עזר'ל גע'אנערט מיט קומען צו א "שאפינג אוטינג", אנקומענדיג אין לאבי פון די מאלל, האב איך געזאגט, "או נאו, איך זעה דאס איז סם פאר שמירת עינים, נישט אויף דעם האב איך געהארעוועט אלע יארן..", איך בין געבליבן שטיין אין א ווינקל פון פארקינג לאט מיט א ספר אין האנט, ווען מיין חלק שני איז ארויסגעקומען מיך זוכן האט זי מיך געזען אזוי שטיין אין ווינקל ווי א נזיר, און אויף אירע וואונדערליכע בליקן האב איך ערקלערט, אז לויפן די גאז אין די אויטא קאסט גאר אסאך געלט, און כסדר גייען דארט דורך פריצות'דיגע באשעפענישן, קען איך סייווי נישט זיצן אין פארקינג לאט, שטיי איך דא אזוי אויף די פיס דריי שעה..

זענדיג ווי די שמירת עינים גייט מיר אין לעבן, (וכדברי @דריידל), ווער איך זייט דעמאלס באפרייט פון אזויפיל ווי כאטש א פופציג פראצענט פון אירע שאפינג ספריס..

Big Boy » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:18 am

· #218965
קפנדריא
איך האב אראפגעשטעלט מיינע איידעלע פיסלעך באלד נאך מיין ערשטע שאפינג ספרי, קורצליך נאכ'ן עררייכן מיין דרייווערס לייסענעס האט מיך מיין עזר'ל גע'אנערט מיט קומען צו א "שאפינג אוטינג", אנקומענדיג אין לאבי פון די מאלל, האב איך געזאגט, "או נאו, איך זעה דאס איז סם פאר שמירת עינים, נישט אויף דעם האב איך געהארעוועט אלע יארן..", איך בין געבליבן שטיין אין א ווינקל פון פארקינג לאט מיט א ספר אין האנט, ווען מיין חלק שני איז ארויסגעקומען מיך זוכן האט זי מיך געזען אזוי שטיין אין ווינקל ווי א נזיר, און אויף אירע וואונדערליכע בליקן האב איך ערקלערט, אז לויפן די גאז אין די אויטא קאסט גאר אסאך געלט, און כסדר גייען דארט דורך פריצות'דיגע באשעפענישן, קען איך סייווי נישט זיצן אין פארקינג לאט, שטיי איך דא אזוי אויף די פיס דריי שעה..

זענדיג ווי די שמירת עינים גייט מיר אין לעבן, (וכדברי @דריידל), ווער איך זייט דעמאלס באפרייט פון אזויפיל ווי כאטש א פופציג פראצענט פון אירע שאפינג ספריס..



Since you are so holy, she doesn’t have to look through your text messages anymore. And what do you do when you want to go with her to a place where shmiras einiyim is a problem?