☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)

נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6124

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:40 pm

· #191307
נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
בעצם האב איך שוין באריכטעט איבער דעם דיסק אין די נייע סידי'ס אשכול, אבער וויבאלד איך וויל אביסל אויסשמועסן דעטאלן האב איך דיסיידעד צו ווידמען אן אשכול דערפאר.

לויט ווי איך פארשטיי איז גערטנער מער א שיינע קול און קאליש איז מער מוזיקאליש ממילא האט די עיקר דיסק מער א שייכות צו דודי'ן ווי צו שלומי. נאר פאר מארקעטינג איז בעסער אז דודי קאליש איז נישט מארח שלומי גערטנער נאר זיי געבן ארויס מלפנים אינאיינעם.

דוד ושלמה איז א קאלעקציע פון 11 ניגונים, די ערשטע ניגון -וועלעך אייך אויסזאגן א סוד - איז א סוד ווער עס האט קאמפאזירט, אינעם בוקלעט שטייט אין אינישעלס מ.ש.פ. אבער ווען מיינס א באקאנטן האט געשטעלט די פראגע פאר שלומי גערטנער האט ער זיך נישט געיאגט צו ענטפערן ווער עס האט קאמפאזירט די קאמישע 'פאטעיטא' ליד.

די דריטע ניגון בענקעניש איז אנגעצייכנט לחן: עממי, באלד וועלעך גוט זוכן בין העמים ווי דעי ניגון שטאמט פון... און טאמער טרעף איך וועל איך מיט אייך שעירן.

דערוילעם איז פארבעטן אהער מיט די גלעזלעך אויסצושמועסן דוד ושלמה און אלס ארום.
📎 IMG-20140314-WA0044.jpg

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 19, 2014 3:47 pm

· #191348
געטראפן די "עממי"... ניגון פון די גרופע "Spice Girls"
📎 IMG-20140319-WA0132.jpg

לך לך » מיטוואך מערץ 19, 2014 10:10 pm

· #191428
שפכי כמים איז עפעס משוגע ציווערן

טעפל » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 1:15 pm

· #191533
לך לך
שפכי כמים איז עפעס משוגע ציווערן

לחן: ר' דוד קאליש, ווארט נאר מ'זאל געוואר ווערען ווער ס'האט דאס פארפאסט..
אבער עס איז הערליך!

חביבי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 1:22 pm

· #191534
אהער מיט א לינק פון ווי מען קען דאונלאדען דעם סי די (נישט פאר געלט)

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:19 pm

· #191585
כ'האב ליב די טרעק נומבערס אינעם ביכל

פאטעטע קוגל » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:53 pm

· #191733
דודי קאליש איז איינער מיט זעלטענע מוזיקאלישע טאלאנטן, סיי אין ווארימקייט אין הארמינייזען, אבער עס האט אים גענומען א שיינע פאר יאר צו כאפן וואס דער עולם וויל הערן פין אים, נישט קיין הענטעלעך אדער רעפ אין אידיש, נאר א שיין ווארימע שטיקל שפכי כמים אדער יוסי גרין'ס אמנם, א שיין אינטער ברים, אבער דיסקא מוזיק איז נישט פאר דודי, (לדעתי האט ער זיך אפגעלאסט פין דעם ווען ער האט זיך צוקריגט מיט זיינס א שותף).
אבער דודי האט איין מעדזער פראבלעם, ער קען נישט ארויס געבן א סידי בשלימות, ער האט עפעס אזא מאדענע הנאה אריין צו לייגן איין צודרייטע ניגון, אזוי ווי פאטעטע (אגב עס האט גארנישט מיט מיר) אדער אז קוצץ לקוצץ, אדער די מלחמה ניגון פין רעכטס לינוקס (פארענטשעס).
בקוצר דודי האט אסאך וואס צו פארקויפן איך ווארט שוין אויפן סידי דודי מיט פינקי,

לאליפאפ » פרייטאג מערץ 21, 2014 8:31 am

· #191751
פאטעיטע קוגל האט נישט ליב די ניגון פאטעיטא...

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 12:42 am

· #191892
איך גלייך די איידיע אויפן דעקל פון די גיטאר.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 23, 2014 10:19 am

· #191941
דיזיין אויפן קאווער איז געמאכט געווארן דורך א געוויסע 'קריעיטיוו' אין אנטווערפן.. כ'ווער משוגע ווי טאלאנט באהאלט זיך צומאל!!

ודי למבין » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:20 pm

· #192382
שטעלט זיך די שאלה, אויב מ'האט שוין עלטאן דזשאן ווי ער זינגט דע שאוי מאסט גאו אן, פארוואס דארף מען הערן ווי גערטנער זינגט "שפיל"? (מיט ענדליכע ווערטער, נישט מער און נישט ווייניגער...)

<a class="postlink" href="http://youtu.be/0079I9MqSNw">http://youtu.be/0079I9MqSNw</a>

יין שרף » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:26 pm

· #192385
ווייל עלטער פעטער דזשאן הער איך נישט, און קאליש יא...

ודי למבין » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:56 pm

· #192422
ווען גערטנער און קאליש וואלטן צוזאמען צוגעקומען כאטש צו די פיס קנעכל פון דזשאן, מיילא. אבער גיב אים כאטש די קרעדיט???!!!

טעפל » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:19 pm

· #192449
ודי למבין
ווען גערטנער און קאליש וואלטן צוזאמען צוגעקומען כאטש צו די פיס קנעכל פון דזשאן, מיילא. אבער גיב אים כאטש די קרעדיט???!!!

ער וויל נישט ממש צעטעלעך אין אלע וויליאמסבורגע גאסען..

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:28 pm

· #192521
טעפל
ודי למבין
ווען גערטנער און קאליש וואלטן צוזאמען צוגעקומען כאטש צו די פיס קנעכל פון דזשאן, מיילא. אבער גיב אים כאטש די קרעדיט???!!!

ער וויל נישט ממש צעטעלעך אין אלע וויליאמסבורגע גאסען..

זייער שווער צו באהאלטן אזעלכע זאכן נאו דעיס!

משה נתן » דינסטאג יולי 15, 2014 2:36 am

· #211806
איך האב געקויפט די סידי פון דוד ושלמה, נישט יעדע סידי קויף איך אבער איך האב געוויסט אז דא רעד מען פון עפעס ספעציעל. איך האב געהערט די סידי, ס'האט זיך געלוינט יעדע פרוטה, ממש א חידוש פון א אלבום, חידושים פון ניגונים איינס ביי איינס. מ'נעמט אזא ניגון ווי שפכי כמים, א שטיין קען צוגיין פון די הארץ וואס ליגט און די סידי, און ניגון תשובה איז אויך עפעס א באזינדעע חידוש פאר זיך. שוין לאנג נישט געהאט א אלבום זאל ארויסקימען מיט אזוי פיל גיטע ניגונים

לאליפאפ » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 7:33 am

· #248118
דאס איז די ארידזשינעל פון שפיל
Queen - Show must go on

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 9:32 pm

· #274235
דער סידי איז א גאר געלונגענער רעקארד ברעיקינג אין די חסידיק מוזיק. אין די לעצטיגע צענליגע יארן איז כמעט נישט געלונגען פאר איינעם צו דערליווערן א גענצליך נייער סטייל וואס זאל רעדן צום עולם. און דאס האט דער סידי דורך געבראכן.

יואליש » מאנטאג יוני 8, 2015 10:12 am

· #281320
New Release

טענעסי » מיטוואך יולי 15, 2015 12:33 pm

· #289507
Re: נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
דערקענט איינער דעם ניגון
<a class="postlink" href="https://youtu.be/7X859MQvHPA">https://youtu.be/7X859MQvHPA</a>

טענעסי » מיטוואך יולי 15, 2015 12:36 pm

· #289508
Re: נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
אדער אויף א צווייטן נוסח
<a class="postlink" href="https://youtu.be/rwEWmdyoTSY">https://youtu.be/rwEWmdyoTSY</a>

טענעסי » מיטוואך יולי 15, 2015 2:10 pm

· #289522
Re: נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
דער זינגער הייסט psoy korolenko און זינגט אסאך יידישע ניגונים , ער האט אן אלבום "אינטרנשיונל" (2008) פון אלטע יידישע ניגונים

ודי למבין » מיטוואך יולי 15, 2015 3:00 pm

· #289530
גאר גוטע דזשאב, טענעסי! ווי האסטו דאס געטראפן?

טענעסי » מיטוואך יולי 15, 2015 5:23 pm

· #289554
Re: נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
בדרך שאדם רוצה לילך מוליכים אותו! 🙂