[ציטאט אראפגענומען]
ערעב איד, וועל איך אייך דערציילן, טאקע איבערן דריידל.
דאס יאר האב איך געהערט א דרשה פון איינעם, האט יענער גע'טענה'עט אז די גאנצע מעשה וואס מען דערציילט פאר קינדער איבער די יוונים וואס זענען געקומען אין וואלד און די קינדער האבן ארויסגענומען דריידלעך וכו', אז די גאנצע מעשה איז ארויסגעזויגן פון איינעמ'ס פינגער און עס האט נישט קיין שום מקור קדוש. נו, וועלכער ספר נעמט מען ארויס? - האב איך געעפנט דער מנהג ישראל תורה, שרייבט ער אונטן אלס אן הערה 'הילדים אומרים, אז דער טעם דערצו איז צוליב דעם'. איך בין ערשטוינט געווארן פון זיין זהירות, אנדערש פון אנדערע מלקטים היינטיגע טעג וואס ברענגען נאך דער טעם, כאילו עס איז ווער ווייסט פון וועמען. איך האב געזען אן ערנסטן מלקט וואס ברענגט עס בשם דער אמרי נועם, בשעת דער אמרי נועם זאגט עס קיינמאל נישט, און דו וועסט נישט גלויבן, עטליכע ברענגען עס בשם דער אמרי נועם, ווייל איינער גנב'עט פונעם צווייטן. ער גיבט אכטונג און ווייסט וואס צו שרייבן און ווען.