☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נהפך לאבל מרת העניא רחל מאשקאוויטש

נהפך לאבל מרת העניא רחל מאשקאוויטש

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6115

פליקער » מאנטאג מערץ 17, 2014 3:33 pm

· #190942
נהפך לאבל מרת העניא רחל מאשקאוויטש
א אינג ווייבעל 24 יאר מרת העניא רחל מאשקאוויטש בת ר' יעקב שמוא-ל פריילעך, איז אוועק פון די וועלט נאך א קארצע צייט וואס זי האט געזאגט אז איר אטעם טויג נישט, זי איז גענימען געווארן עטליע מאל אין שפיטאל וואס האבן איר אהיים געשיקט, ביז די לעצטע מאל וואס מען האט איר גענימען צי קארנעל דארט איז שוין געוועין כלו כל הקיצין, זי איז טרענספערירט געווארן קיין קאלאמביען פרעס. ווי זי איז שוין געוועין און א גאר שווערע מצב פון וועלכן זי איז אויסגעגאנגען נעבעך, גאר הארץ רייסענד איז געוועין די לוויה ווי די משפחה קען זיך נישט איבערקימען פינעם גרויסן בראך, טייל האבן עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און געחלישט ווין די מיטה איז אריין געקימען, פחדים נוראים איז די מעשה, נישט דא קיין ווערטער פאר אזא בראך.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 17, 2014 3:34 pm

· #190943
שרעקליך. ווען איז זי אוועק, היינט? שושן פורים?
איבערגעלאזט דורות?

פליקער » מאנטאג מערץ 17, 2014 3:35 pm

· #190944
אוועק ביום פורים

איבערגעלאזט צוויי קינדער

די לוויה איז געוועין מוצאי פורים, ביי געלטצעילער שיל אויף העיווארד צווישן בעדפרד און ווייט

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 17, 2014 3:37 pm

· #190945
טאקע נהפך לאבל מחולינו.
א פחד וואס וועט זיין מיט אונז. מיר זענען שבור ורצוץ.

מ גפני » מאנטאג מערץ 17, 2014 3:39 pm

· #190947
ווער איז איר מאן? וועלכע מאשקאוויטש

גאלד » מאנטאג מערץ 17, 2014 4:52 pm

· #190952
שרעקליך!
לעצטע וואך איז פלוצלינג אוועק א גאר חשוב'ע יונגע פרוי, מאמע פון 8 קינדער, 37 יאר אלט, ראשיא מינקאוויטש, א טאכטער פון משפחת ליבערמאן הנכבדה, 17 געשוויסטער, פון קראונהייטס, דורות חב"ד חסידים, געוואינט אין אטלאנטע דשארדשע ווי זי איז געווען א גאר טעטיגער שליחה פאר חב"ד דארטן, מענטש וואס האבן איר געקענט זענען אויפגעשוידערט עד דוכדוכה של נפש, אזוי פלוצלינג, א נפש יקרה, איבערגעלאזט איר מאן מיט פיצלעך קינדער, די יונגסטע איז 2 יאר,

רבוש"ע טאטעניו געטרייער!
קוק אראפ פון הימל אין לעש שוין אויס דאס פייער!!
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות!!
שיק שוין משיח אויף משלוח מנות!

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 17, 2014 4:54 pm

· #190954
וואס שרייעסטו צום רבוש"ע:
רבוש"ע טאטעניו געטרייער!
קוק אראפ פון הימל אין לעש שוין אויס דאס פייער!!

אז דו אליינס הייצט אן די פייער:
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!