☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וואס האט פורים מיט קארן?

וואס האט פורים מיט קארן?

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6102

כוכב » מוצ"ש מערץ 15, 2014 10:46 pm

· #190783
וואס האט פורים מיט קארן?
אוי לאייידים עושה הוירע, כבין שיכור, נ נח נחמן מאומן, זשינא זשינא זשינא האטשקאלא האטשקאלא זשינא, היינט איז יום טוב אין דער וואכן, כגיי נאך געלט פאר א וויכטיגע צועק, די הכהה את שיניו ארגאניזאציע פאר גרושות מיט קרומע ציין.

אך נישטא קיין פארקינג, כעל מוזן פארקן ביי א פאמפ, משוגע מעטארע מיין בויך טוט נאך וויי פון שאלעשידעס, כבין נאך שבתדיג כעדיר געבן מארגן, האסט טשעינזש פון א דאלער, געב האלב פאר דיין שותף, ברענג מער מיין וויין פון די טראנק, כגענישט פאר בוני עולם כאשוין געגעבן ביי די טשייניז אקשאן, פארוואס טרעטסטו אויף מיין פוס, האלטסט ידי באנדא איז שוין אפן, כבין טויט גוט מיט אים פון די קאנטרי, קודם העל איך טרונקען א קאפי כוויל מיך נאכנישט פארפליישיגן, אוי האמיר אונז געהאט א מאביל אלס בחור, כמימיך וואטשן אנישט העל איך ברעכן.

די תקנת שבת זאגט סאיז געווען א נס בתוך הטבע און מקען אויס בעטן אלעס גוטס, כאגעזען א גוטס אין די ווערטלעך פונעם פרדס יוסף, ויתאפק המן ער האט זיך איינגעהלאטן נישט געווען קיין טוילעטס ױחחחח, דער רבי זכרונע פלעגט זאגן קבלה פורים, דערנאך האט ער געבראכן, סגעןןען פארשטיפט.

יומגעלייט באקומען 30 בחורים פופצן, האסט א תורה, וועלכע ישיבה אלכסנדר, האהאהא לאמיך הערן א דרוש, וואטש די קאריע נישט טאטשן די קאוטש, איין מינוט כגיי ברענגען די צווייערס, דיך האב איך שוין געגעבן, וויפיל האסטו געקריגן פאריאר, כבין אין יאר כנען נישט שאלאח מאנעס.

דעס איז סעמי סוויט מיזטעס טעיסטן, מוישי מייער האט מיר געזאגט אז דאס איז געגאנגען ווי חרוסת, סלייכט, סהאט א סינעמין טעיסט, האסט געהערט שמייכלסוויל, ער איז פאני.

באשעעעעעעפער כאדיר ליב, איי לאוו יו האשעם, יו לאוו מי, וואו מיין ווייב, האסט דע קעמרע, טעיפ עס אפ כגיי מאכן א העד סטענד.

כבין קארני? קען נישט זיין מער פאסיג, אן א גלעזל וואלט מען מיטאמאל געקענט סורווייוון, העי געמיר צוריק מיין פאני העט, קענסט עס קויפן ביי טויס פאר יו, סגוט, ניין?

נולד מאוחר » מוצ"ש מערץ 15, 2014 11:05 pm

· #190784
האסט פארגעסען צי שעלטן די ציונים

כוכב » זונטאג מערץ 16, 2014 12:40 am

· #190788
דרעולם זאל שרייבן אבזערוואציעס און אויפפאסונגען כבין זיכער כבין נישט דער איינציגער וואס האט נישט וואס צו טון פורים נאר צו לאכן פון זיך אליין און פון דער גאנצער וועלט.
גיין נאך געלט איז אן אפגעפליקעטע מצוה פאר ווער סאזי נישט געמאכט דערפאר, כפלעג ממש זיין מיזערבעל ווייל ממוז גיין נאך געלט.
א בחור פורים איז ממש א רחמנות אפילו מטאנצט יש תקוה אויף דער גאס, מזיצט א גאנצן טאג און טרעפיק מליידט בזיונות מקומט אהיים א פייגער נישט געגעסן אויפגעשאקלט געכאפט פסקים און ביזי געווען פרעגן וויפיל געלט האט ער געגעבן.
כקען נישט פארשטיין די מערכה כבידה רחמנא ליצלן, גוים גיין נאך געלט, סאהלכה פסוקה אז מזאל געבן פאר גוים משום איבה. לייכטער זאל מען נישט לאזן גנבענען אבער סעט גארנישט געשען אויב א ארימער גוי העט קריגן פינף דאלער אפילו ער ווייסט נישט אז המנס ווייב האט געהייסן זרש.
איך אדמייער שטארק די הצלה יונגעלייט וואס נעמען קאלס פורים כאב יעצט געזען ווי א יונגעמארן לאזט איבער זיין שטריימל ביי זיין שווער און געלאפו נעמען א באס. ער גייט יעצט זיצן צוויי שעה אין ענ וויי יו, זיין מנין וועט ער מארגן פארפאסן און דאווענען שחרית אין שומר שבת 10 אזייגער. דארף גיין אויפפיקן די שטריימל אויף איין פלאץ און די קאר ביים גאראזש אלעס ארויסצוהעלפן א צווייטע איד wowwowowo.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 16, 2014 1:49 am

· #190793
רבתי סטאפטס שעלטן. טרינקטס ענק אן און שיכרט.
איין מאל א יאר וואס ממעג, פארפאסט נישט די געלענגהייט.
וויין האט נישט קיין שום וועד אויסגעטראפן.

גנדי » זונטאג מערץ 16, 2014 3:24 am

· #190801
מיין גרעסטע שמחה פורים. איז אז איינמאל א יאר דארף איך נישט גיין מיט מיין נערישע שווערע שטריימעל אויפען קאפ.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 16, 2014 4:02 am

· #190805
איך גיי קיין איין זונטאג מיט א שטריימעל

דריידל » זונטאג מערץ 16, 2014 9:30 am

· #190815
.@גנדי גיימיר קויפן א נייע לייכטע שטריימל פאר

רבותי עס לוינט זיך ווייל צוליב די קאפ שמערצן וואס ער האט פונ'ם שווערן שטריימל, קען ער נישט דא שרייבן א האלבע וואך.

נו, ווער וויל זיך משתתף זיין? איך גיב צוויי שפיטצן

רופטס ענק אן ווארעם, כל הפושט יד נותנים לו

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 17, 2014 12:41 pm

· #190908
בקשר צום קעפל פונם אשכול,
פורים האט עפעס א קשר מיט קארן אדער בעסער געזאגט מיט פאפ-קארן.
_20.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 17, 2014 12:41 pm

· #190909
נאדיר נאכאיינס
2_1_~1.JPG

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:26 pm

· #191568
אן עפעדעמיק דארט מיט די פאפקארן
11_1_~1.JPG

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:32 pm

· #191571
נאדיר נאכאיינס
10_1_~1.JPG

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:53 pm

· #191578
דולה ומשקה
נאדיר נאכאיינס

וואסי פשט פון דעם סיין "זהירות קיר מסוכן"? די וואנט קען ווען טאקע איינפאלן ווען נישט די פלאקאטן האלטן עס אן?

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:58 pm

· #191600
דער האט א קרוין אויך אדער עס זעהט נאר אויס?

כוכב » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:20 pm

· #255832
מיין ערשטע אשכול אין ק''ש נישט מער געדאכט. געשריבן בעצם יום הפורים.

כוכב » זונטאג מערץ 20, 2016 8:00 pm

· #325768
כוכב
מיין ערשטע אשכול אין ק''ש נישט מער געדאכט. געשריבן בעצם יום הפורים.

גר ותושב » זונטאג מערץ 20, 2016 8:32 pm

· #325770
Re: וואס האט פורים מיט קארן?
כוכב
כוכב
מיין ערשטע אשכול אין ק''ש נישט מער געדאכט. געשריבן בעצם יום הפורים.

יא מער געדאכט

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:37 am

· #342068
גנדי
מיין גרעסטע שמחה פורים. איז אז איינמאל א יאר דארף איך נישט גיין מיט מיין נערישע שווערע שטריימעל אויפען קאפ.


ווער האט דיר געבעטן? טוה עס אויס,

וואס וועלן מענטשען זאגען? וועם גייט עס אן, זאלען זיי זאגען