☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איז לאדענען דורך טעקסט א באליידיגונג?

איז לאדענען דורך טעקסט א באליידיגונג?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #609

משה געציל » זונטאג מאי 13, 2012 2:27 am

· #11504
איז לאדענען דורך טעקסט א באליידיגונג?
א חבר מיינער האט מיר געוויזען א טעקסט וואס ער האט באקומען פון א מיטיליעריגע איד, נאכדעם וואס מיין חבר האט איהם געשיקט א טעקסט אז ער מאכט א וואכנאכט, האט ער צוריק געשיקט איך וועל אי"ה פארווערדען מיין פאן צום וואכנאכט... עס איז טאקע נאר געווען בדרך הלצה, אבער די וועלט זאגט אז א יעדע ווערטעל האט אביסעל אמת אין זיך.

ביים עלטערען עולם איז דא א געוויסע בליק, אז איינלאדענען איינעם צו א שמחה דורך טעקסט איז א באליידוגענגס, איך פארשטיי נישט פינקטליך וואס עס באדערט אזוי דעם עלטערען דור, איך פארשטיי אז א מען מעג נאך אויפהייבען א טעלעפאן צו א פעטער ווען מען מאכט א קידוש וכדומה, אבער סתם אזוי זיך גרינגער מאכען דורכען שיקען א טעקסט פאר אלע קאנטעקטס וואס איז די עולה?

ווען עס איז ערשינען די טעלעפאנען וואס אזוי ארום האט מען אנגעפאנגען איינלאדענען זיידעס און פעטערס מיט א טעלעפאן קאל, איז דאס אויך אנגענומען געווארען אלטס א באליידוגענגס דורך די עלטערע וואס האבען זיך נישט געקענט צו געוואוינען צום פאקט אז מען קומט שוין נישט פרעזענדליך אראפ לאדאנען? וואס איז טעקסט אנדערשט? טעלעפאנען זענען אויך א מדריגה נידריגער וואו פרעזענדליך אראפקומען, ומאי שנא?

און אויב מען איז יא באליידיגט געווארען, האט דאך דער זעלבער וואס ווערט היינט באליידיגט פונעם טעקסט פארשטאנען אז מען קען יוצא זיין מיט א טעלעפאן קאל, איז וואס קוועטשט איהם אזוי ווען דער אינגערער דור פארשטייט אז מען קען יוצא זיין מיט א טעקסט?

אברעמעל » זונטאג מאי 13, 2012 4:12 am

· #11505
איך האב דאס זעלבע מיט איינע פון מיינע פעטערס, אויב ריף איך אים דורך א טעקסט קומט ער נישט, נישט נאר דאס, אונזער משפחה האט אזא טעקסט גרופ, פאר א שמחה ריפט מען יעדעם אויף איינמאל מיטן שיקן אויף די גרופ, דער פעטער נישט נאר ער קומט נישט, ער נעמט עס אן אלץ א באליידעגונג,

פארגלייכן צום אלטן טעלעפאון קענסטו נישט ווייל דאס איז נאך געווען פאר די מלחמה און דו ווייסט נישט וויזוי ס'איז צוגעגאנגען די השתתפות ביי יעדע שמחה.

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 10:09 am

· #11512
למעשה איז דיין פעטער גערעכט מיט דעם אז דאס טעקסט איז דזשענעריק, משא"כ א טעלעפאן רוף ווענדסטו דיך דאך צו אים פערזענליך. אן עצה פאר דעם איז צוצושרייבן צו יעדן טעקסט דעם פריוואטען נאמען פון דעם צו וועם איך שיק עס. ס'נעמט טאקע לענגער, אבער מענטשן שפירן מער ווי זיי ווערן פערזענליך גערופן.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 13, 2012 12:44 pm

· #11565
ווען איך טעקסט, איז עס געווענליך נישט פאר "אלע קאנטאקטס" אויפאמאל. איך טוה אויסקלויבן ווער איז ראוי, ווער איז מיר גענוג א נאנטער פריינד, נישט סתם עפעס א דרייווער וואס איך האב אין מיין קאנטאקטס, אדער א גוי'אישער ארבעטס קאלעגע, וכדו'... נאר די נאנטע שכנים און גוטע פריינד, און פארשטייט זיך, משפחה. ממילא האב איך יא געטון מער ווי "דאס מינדעסטע צו לאדענען פערזענליך"... טאקע נישט קיין סאך, אבער דאך עפעס, פטור בלא כלום אי אפשר........

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 12:46 pm

· #11566
און די עוולה אינאך דאס שרייבן I WOULD LIKE TO PERSONALLY INVITE YOU

גלות יוד » זונטאג מאי 13, 2012 1:55 pm

· #11579
און וואס טיט זיך מיט skype

שמואל הלוי » זונטאג מאי 13, 2012 2:00 pm

· #11580
איך האלט אויך אז גאר נאנטע משפחה מיטגלידער און נאנטע חברים מוז מען פערזענליך רופן, אבער סתם חברים און אידן מיט וועם מ'קען זיך אדער נישט גאר נאנטע קרובים (אפילו א ערשטע קאזין חוץ אויב ער איז אויך א גאר נאנטע חבר) איז גענוג מיט א טעקסט מעסעדזש.

smart » זונטאג מאי 13, 2012 3:41 pm

· #11603
אין וויליאמסבורג איז איינגעפירט אז מען רופט בעיקר אויף טעקסט מעסעדש

אין בארא פארק רופט מען אסאך מער

לעניניו מיין איך אז אידן אין דיין גיל (בעסער געזאגט וועם דו רופט נישט אן "איר" ווען די רעטס מיט אים) איז נישט געפערליך אז מען שיק נאר א טעקסט

אבער איינעם וואס איז עלטער ווי דיר איז אין א געוויסע זין א באלייגינגענג (אפגערעדט אז מיט א פערסינאל פאן קאל וועט ער ענדערשט קומען)

שרייבער » זונטאג מאי 13, 2012 5:33 pm

· #11641
איך זע נישט די עולה פון טעקסט
אינדערהיים פאר די מלחמה ווייס איך נישט צו מען איז אראפ פערזענליך, אבער אויב נישט האט מען געשריבן א בריוו, נו וואס איז א חילוק פון א בריוו געשריבן מיט א פעדער צו געשריבן מיט א קיבארד פונעם בלעקבערי/סמאורט פאון וכו'?

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 5:41 pm

· #11642
די בריוו האט גענומען צייט צו שרייבן, און ס'געווען אדרעסירט צו איין מענטש, ס'געליגן קאפ און הארץ אינעם בריוו.

א טעקסט שיסטע ארויס צן 100 צענטשן און פערטיג. מאן יימר אז דו ווילסט מיך באמת האבן ביי דיין שמחה... ?

אברעמעל » זונטאג מאי 13, 2012 10:53 pm

· #11763
אויב רעדטסטו פון א פעטער וואס מ'איז נאנט איז אפשר גערעכט אז מ'דארף ריפן מער פערזענליך,
רוב היינטיגע פעטער'ס האבן גארנישט מיט די יונגע נעפיו'ס, מיט די צוגעקומענע זיכער נישט, אזא איינעם דארף איך נישט עקסטער אנריפן פערזענליך, כ'שיק נאר די טעקסט ער זאל וויסן אז איך מאך א שמחה און אויב פאסט אים נישט תו קומען בין איך כלל נישט באליידיגט...