☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » שאלה פאר פורים

שאלה פאר פורים

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6082

גרוש » מיטוואך מערץ 12, 2014 8:11 pm

· #190373
שאלה פאר פורים
אזויווי דער יו"ט פורים הנה זה עומד אחר כתלינו, וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מחייב געווען אין די מגילה מיט "משתה ושמחה",
און אידן זענען טאקע מקיים שוין טויזענטער יאר דעם:
והימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור "משפחה ומשפחה",

ביי מיר איז עס שוין ליידער די זיבעטע פורים "מיט א שטריימל" אן מ'קען נישט געהעריג מקיים זיין די "משפחה ומשפחה"

איך האב ליידער נישט קיין ווייב מיט וועם צו מאכן א סעודה אדער גיין צו די עלטערן
איך האב ליידער נישט קיין קינדער פאר וועם צו געבן די עטענשאן פאר זייער פארשטעלן,
איך האב ליידער נישט קיין קינדער מיט וועם צו גיין/שיקן משלוח מנות/פורים געלט פאר מלמדים/טיטשערס,
איך קען ליידער נישט ארויפשרייבן אויף די משלוח מנות וואס איך שיק פאר חברים "משפחת ***********************" אדער וב"ב (ווייל ס'איז שקר),

איך פיהל ווי איך קען נישט זיין פרייליך פורים סתם אזוי,
איך פיהל ווי פורים נאכמיטאג גיי איך מיר לכאורה אריין לייגן אין בעט פאר עטליכע מינוט בדמעות,

איז מיין שאלה, צו איך דארף טוהן פעוולות זיך צו מאכן פרייליך פורים, אדער איך מעג מיר אריין לייגן אין בעט וויינען?

די בעסטע תירוץ וועט זיין, אז כ'וועל ווי שנעלער געוואר ווערן אז נעקסטע פורים גיי איך ב"ה נישט האבן די שאלה, און אז ערב פסח תשע"ו דארף איך מאכן א סיום מסכת אי"ה

chosen people » מיטוואך מערץ 12, 2014 8:47 pm

· #190376
די בעסטע תירוץ וועט זיין, אז כ'וועל ווי שנעלער געוואר ווערן אז נעקסטע פורים גיי איך ב"ה נישט האבן די שאלה, און אז ערב פסח תשע"ו דארף איך מאכן א סיום מסכת אי"ה
אמן

גרוש » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:38 pm

· #191151
כ'האב מיר למעשה נישט אריין געלייגט אין בעט
אבער ביי מנחה איז געווען בכיות בערך א האלבע שעה,

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:47 pm

· #191158
השי"ת זאל העלפן, כל הפושט יד נותנים לו, און שערי דמעות לא ננעלו.
כולנו משתתפים בצערתך. ומצפים ומייחלים לישועתך הקרובה.

חביבי » דינסטאג מערץ 18, 2014 9:23 pm

· #191207
בשם אלע ניקס דא אין שטיבל (איך גלייב אז יעדער איז מסכים) ווינטשען מיר אז בקרוב ממש זאלסטו טוישען דיין ניק צו
. חתן
זאגטס אלע אמן

דריידל » דינסטאג מערץ 18, 2014 10:40 pm

· #191212
מיין טייערער ברודער גרוש'ל,
זייט וויסן אז די ביסט נישט אליין. אונז, הונדערטער חברי השטיבל, געדענקן כסדר פון דיין צרה און ווינטשן דיך דאס בעסטע.
די עיקר איז אז די זאלסט דיך שטארק און ח"ו נישט פילען אז די ביסט א דורכפאל.
מיר אלע ווארטן פאר'ן אשכול "חברי השטיבל וועלן זיך באטייליגן בהמוניהם ביים חתונה פון ידידנו הרב גרוש וזוגתו"!