☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » המן הענגט אין בארא פארק! + איינער איז מוחה דערויף...

המן הענגט אין בארא פארק! + איינער איז מוחה דערויף...

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6080

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 12, 2014 5:26 pm

· #190343
המן הענגט אין בארא פארק! + איינער איז מוחה דערויף...
יא יא, אזוי ווי די הערסט. המן הענגט אין בארא פארק. הויך אויף א בוים. קרוב צו פופציג איילען...

א מיסטעריע וויאזוי ער איז אנגעקומען אזוי הויך. איך האב אלס קינד נישט געקענט קלעטערן אזוי הויך אויף א בוים, נאכדערצו איבער פארענדיגע קארס. נו, אכשר דרא.

📎 המן 3.jpg

אביסעל אראפציער אויפ'ן זעלבע בלאק, הענגט נאך א המן. אדער גאר מרדכי לויט'ן אויסזעהן. דער דאזיגע המן איז איבערגעווארפען איבער די פראנט פארטש, לאו דוקא אויף א בוים.

📎 המן 1.jpg

דער צווייטע המן האט אבער ארויסגערופן א גרימצארן ביי א עמעטשוער מוחה'רער, וואס האט געשטעלט אט דעם צעטל אויף די טרעפ פון דעם תליין'ס הויז.

📎 המן 2.jpg

לא אלמן ישראל. יעדע דזשאויק איז גאראנטירט צו האבן איינער וואס כאפט עס נישט און איז מוחה...

עסקן בדברים » מיטוואך מערץ 12, 2014 5:38 pm

· #190345
he is right. Many non-Jews see it as threatening

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 12, 2014 5:43 pm

· #190347
עסקן בדברים
he is right. Many non-Jews see it as threatening

אודאי איז ער גערעכט. א שאלה? ער האט דאך אנדערליינד די ווערטער!...

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 12, 2014 5:45 pm

· #190348
וואס איז די אויסגעמעקטע ווארט?

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 12, 2014 5:50 pm

· #190350
מ'האט זיך נישט געלערנט פון די סומאטאכע:

עסקן בדברים » מיטוואך מערץ 12, 2014 5:50 pm

· #190351
געפילטע פיש
וואס איז די אויסגעמעקטע ווארט?

עקעלדיק?

אויפגעקלערטער » מיטוואך מערץ 12, 2014 6:25 pm

· #190358
קליינקעפיגע משוגעים. המן צוקראצט זיך זייער איך מוז ענק זאגן

איך אויך » מיטוואך מערץ 12, 2014 6:26 pm

· #190359
עס איז פורים'דיג ווי מען מאכט א אישו פון א [סטאפד] טישו. פרעג נייעס 12 ווען איז די לעצטע מאל זיי האבן געמאכט א אישו פון די קאסטומס ביי מארדי גראס אדער פארטעריקען דעי.

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 12, 2014 6:31 pm

· #190361
אגב, איך האב געשטעלט דעם אשכול אין "די שמייכעל" אפטיילונג, צוליב דער מוחה'רער. עס איז נישט דא עפעס זיסער און שמייכעלדיג ווי א ערענצט-מיינענדיגע מוחה'רער.

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:20 am

· #190419
פישל'ע העררינג
אגב, איך האב געשטעלט דעם אשכול אין "די שמייכעל" אפטיילונג, צוליב דער מוחה'רער. עס איז נישט דא עפעס זיסער און שמייכעלדיג ווי א ערענצט-מיינענדיגע מוחה'רער.
IMG-20140305-WA0043.jpg