☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סי. די. 'יש מנהיג לבירה' פון ר' יקיר ברוין

נייע סי. די. 'יש מנהיג לבירה' פון ר' יקיר ברוין

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6074

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:26 pm

· #190176
נייע סי. די. 'יש מנהיג לבירה' פון ר' יקיר ברוין
נעכטן איז ארויסגעקומען א נייע סידי פון ר' אליעזר יקיר ברוין יש מנהיג לבירה.

דער עד זאגט:

הערליכע ניגונים
געשמאקע גראמען אויף אידיש
פול מיט חיזוק און שמחה פאר סיי וועלכע מצב
רייכע קאפעליע מיט די בעסטע היימישע זינגערס
הערליכע מוזיקאלישע אראנדזשירונגען.

איינער שוין געהערט?

חכם עתיק » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 10:55 am

· #194503
געהערט און עס איז מורא'דיג

הערליכע גראמען, הערליכע געדאנקן און גאר פראפעשנעל.

עס איז מיר ווערט געווען אלע געלטער.

moshav zekeinim » פרייטאג יוני 26, 2015 12:12 pm

· #285315
יקיר ברוין'ן סידיס זענען נישט שרייעדיג, אבער אייגנארטיג און עכט גוט און צום זאך. גוט געזינגען דורך יקיר'ן מיט די קווייערס. גוטע מוזיק דורך נפתלי יוסף מענדעלאוויטש (יקיר דרוקט זיך אויס אין קול מבשר אז ער איז פון די גרעסטע ארעידזשערס), און די נושאים און ספעציעל די גראמען וועלעכע זענען אזוי גלאטיג און געשמירט.

ער לעבט זיך אין זיין וועלט, זיינע איידיעס שעפט ער ווי עס קוקט אויס פון זיין אייגענע שיפלאד פון זיין באשיידענער לעבן מיט זיינע באשיידענע זכרונות און נאסטאלגי.

שירי ר' יקיר- א זעלטענע און אויסדערוועלטע סעריע.

העלא » זונטאג יוני 28, 2015 9:18 pm

· #285829
Tיינער קען מיר אריין שיקן די סידי?

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 29, 2015 7:34 am

· #285903
איינער קען מיר אפשר אריינשיקען א פיצא...

איך מיין וואס פאר א מין וועג איז דאס??

העלא » דינסטאג יוני 30, 2015 8:29 pm

· #286315
עס איז דא אזא זאך ווי אודיאו פייל,
עס איז דא אזא זאך ווי אימעיל,
פרעג איך צו איינער קען מיא אימעילן א אוידאו פייל פון די סידי,

פליקער » דינסטאג יוני 30, 2015 11:12 pm

· #286372
אויך איז דא אזא מין זאך ווי גניבה

איך האב אמאל געטראכט פארן מביל האט ג-ט זיך אפגערעדט כי מלאה הארץ חמס מפניהם, ווי אזוי קען זיין אז דער עולם גזל'ט און קיינער קערט נישט, אבער מיט די גאנצע סידי גזילה'ריי און קייניר זעיט עס נעטאמאל פאר ראנג, איז עס שיין פארשטענדליך

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 30, 2015 11:40 pm

· #286375
אויב איז עס נישט דורך א סמארטפאון נאר דורך געפילטערטע אימעיל קען מען מקיל זיין.