☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ציממערמאן ארעסטירט!

ציממערמאן ארעסטירט!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6067

נאטרוליסט » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:39 am

· #189993
ציממערמאן ארעסטירט!
דער סיקריק יואל ציממערמאן איז ארעסטירט געווארן, פראטעסטירנדיג אין קרית יואל אן א פערמיט.

די פאליציי האט אים באפוילן אוועקצוגיין, אבער האט נישט אויסגעפאלגט, און האט רעזיסטעד אן ארעסט, האט מען אים געקייטלט און אריינגעפירט אין די בערעקס.

דארט האט אים אפגעווארט דער אגענט פון ר' זלמן לייב ר' יאסל וואלדמאן.

מאנכע באמערקן אז עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי די טמא'נע ארונים דערקייקלען זיך רח"ל. קודם גראבט מען קברים, נאכדעם איז מען זיך מחבר מיט די אגודה רח"ל, נאכדעם שלאגט מען פרידליכע מוחים און מען ארעסטירט זיי!

מורינו הרב » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:43 am

· #189994
ס'איז גארנישט... מען וועט אים געבן א ווארענונג אז ער זאל עס נישט טון און ער גייט ווייטער מיט זיינע פראטעסטן.

קליגער אינגערמאן » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:54 am

· #189996
ער האט ווארשיינלעך איבערגעצויגן ס'שטריקל.
ס'איז בערך אזוי ווי יענע רוסישער... 12 יאר געוואוינט אין ריסלאנד, געקימען קיין אמעריקא גלייך בארמיצווע געמאכט..

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:57 am

· #190001
וועלעכע פירצה איז היינט געווען אין ק''י?

שרייבער » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:18 am

· #190002
ער איז געקומען מוחה זיין קעגן האדמו"ר מדושינסקיא וואס האט זיך געפונען אין קרית יואל ביי א שבע ברכות לרגל נשואי בנו

זלמן זאפיר » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:40 am

· #190003
הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן פארציילט:
נעכטן נאנט צו חצות הלילה באקום איך א טעלעפאון קאול פון רבין'ס שטוב משה גבאי איז אויף די ליין ער זאגט מיר די רבי וויל רעדן צו מיר, איך טראכט צו מיר וואס וויל יעצט די רבי אזא שפעטע שעה? איך זאג זיכער געב איבער די פאון, די רבי נעמט די ליין און רופט זיך אן בלשון חיבה "יוסל וואס מאכסטו" אונז דארף מיר דיין הילף די מוסרים אין קרית יואל האבן ארעסטירט א איד מען דארף מקיים זיין פדיון שבוים און נישט סתם א איד נאר א היימישער אינגערמאן משלנו וואס העלפט אונז אסאך ארויס און בשעת ער האט מוחה געווען אויף די גרעסטע פירצה היינטיגע צייטן וועגן גראבן אין בית שמש אזוי ווי די רשכבה"ג די ירושלים'ר רב האט שוין כמה פעמים געזאגט, איך האב אים איבערגעהאקט אין געזאגט אז די הייליגע רבי זאגט אז מען זאל אים אויסלייזן איז מיר גענוג לאמיר שוין לויפן און איך בין אים געגאנגען ארויס בעילן.

פיינע קאווע » דינסטאג מערץ 11, 2014 11:52 am

· #190027
אנטשולדיגט. די מעשה קען נישט זיין אמת. די רבי קאלט אים זייער אפט שפעט ביינאכט ווען ער וויל נויטיג וויסען וואס דער רבי ז"ל האט געטון אין געוויסע פעלער. ווי למשל צו ער האט געמאכט א שהחיינו פאר הלל ערב פסח וכדו'

מ. גליקמאן » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:11 pm

· #190031
ק/פ:
הרה״ח ר' יעקב סופר פארציילט:
נעכטן נאנט צו חצות הלילה באקום איך א טעלעפאון קאול פון רבין'ס שטוב חיים שלמה פישער משב״ק איז אויף די ליין ער זאגט מיר די רבי וויל רעדן צו מיר, איך טראכט צו מיר וואס וויל יעצט די רבי אזא שפעטע שעה? איך זאג זיכער געב איבער די פאון, די רבי נעמט די ליין און רופט זיך אן בלשון חיבה "יענקל וואס מאכסטו" אונז דארף מיר דיין הילף די סטעיט פאליציי האבן ארעסטירט א איד מען דארף מקיים זיין פדיון שבוים און נישט סתם א איד נאר א היימישער אינגערמאן משלנו וואס האט מיט צוויי וואכן צוריק געמאכט א פראטעסט קעגן מיין ברודער אין וויליאמסבורג, איך האב אים איבערגעהאקט אין געזאגט אז די הייליגע רבי זאגט אז מען זאל אים אויסלייזן איז מיר גענוג לאמיר שוין לויפן און איך בין אים געגאנגען ארויס בעילן. וכך הוה.

כ'בעט אייך: קרעפ און ספינען האט אויך א שיעור.