☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נאפאלעאנ'ס סנהדרין

נאפאלעאנ'ס סנהדרין

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6058

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 3:55 pm

· #189632
נאפאלעאנ'ס סנהדרין
ליינענדיג לעצטנס אין "דער איד" איבער נאפאלעאן'ס סנהדרין, האב איך זיך געריבן די אויגן צי איך לייען טאקע די ווערטער אין "דער איד"?
דער ענין האט מיר שוין לאנג פאראינטרעסירט, און איך האב עס אדורכגעלייענט מיט נייגער און דורשט. ווען איך האב זיך אנגעשטויסן אין די שאלות ותשובות וואס נאפאלעאן האט געפרעגט די קאמיטע אידן, בין איך געבליבן געפלעפט.
איך וואונדער מיך צו היינטיגע צייטן וואלטן אויך געווען אזעלכע סארט תשובות? אדער א רב וואס וואלט נאכגעזאגט די ווערטער וואלט געווארן אויגעשפיגן און מוחרם פון כלל ישראל?

אט ברענג איך אייך א קאפיע פון דעם ארטיקל מיט שאלות ותשובות, לייענט און האט הנאה:
📎 03.jpg 📎 02.jpg 📎 01.jpg

ברסלבער » זונטאג מערץ 9, 2014 4:00 pm

· #189634
וועלכער חלק איז דיר אזוי אינטערעסאנט?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 4:05 pm

· #189639
בעיקר די 3 תשובות אז מען באציהט זיך צו די גויים ווי אייגענע ברודער און זיי העלפן און באשיצן (עס איז "א חוב"!), און אז מיר וועלן פארטיידיגן דאס לאנד (גיוס? ביטול תורה?), און אז מען טוט גערן אלע סארטן ארבעט און פראפעסיעס (נישט נאר פליפן הייזער און קעשיער ביי גראסעריס און B&H),
עס הערט זיך אזוי ווייט פונעם היינטיגן מציאות אז כ'קען מיר עס נישט מדמה זיין.

ברסלבער » זונטאג מערץ 9, 2014 4:08 pm

· #189641
איז דען דעמאלט יא געווען דאס דער מציאות? מען האט דאך נאר געענטפערט אז 'בשיטה' האלטן די אידן אזוי.
און וואס וואלטן היינט די רבנים געענטפערט פאר די אמעריקאנע רעגירונג ווען מען פרעגט די שאלות?

---
ראובן האקט

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 9, 2014 4:09 pm

· #189642
[ציטאט אראפגענומען]

ראובן!!!
מענין לענין קיקסטו אויס גאנץ ענליך צו נאפאליען

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 4:13 pm

· #189644
דער לעצטער זאץ פונעם העתקה האט מיר געמאכט טראכטן אז נאר יענעם שטיקל האט מען משנה געווען מפני דרכי שלום, משא"כ די איבריגע.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 9, 2014 4:34 pm

· #189652
שמעקעדיג
בעיקר די 3 תשובות אז מען באציהט זיך צו די גויים ווי אייגענע ברודער און זיי העלפן און באשיצן (עס איז "א חוב"!), און אז מיר וועלן פארטיידיגן דאס לאנד (גיוס? ביטול תורה?), און אז מען טוט גערן אלע סארטן ארבעט און פראפעסיעס (נישט נאר פליפן הייזער און קעשיער ביי גראסעריס און B&H),
עס הערט זיך אזוי ווייט פונעם היינטיגן מציאות אז כ'קען מיר עס נישט מדמה זיין.

ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען דער מושג "בנש"ק". אויך אזאלכע שעדליכע פאראזיטן ווי הערשל קלאר וסייעתו האבן דאמאלס נישט געהאט קיין באשעפטיגונג. נאר איך האב געליינט ערגעץ (אפשר אין בלאט?) אז נאפאלעאן האט געדארפט קעמפן אקעיגן זיין אייגענע פארלאמענט, וועלכע די רוב זענען געווען אפענע שונאי ישראל און האבן נישט געוואלט געיבן גלייכבארעכטיגונג פאר די אידן. האט ער געבעטן ביי זיי נאך איין טשענס אויפצו ווייזן אז די אידן פארדינען צו זיין גלייכע בירגער. און אויף די שאלה אויב אידן מעיגן חתונה האבן מיט גויים האבן די רבנים וועלכע זענען געווען נאנט צו איהם געענטפערט אז יא. נאר די סנהדרין האבן עס פארבאטן און היינט האבן מיר נישט קיין סנהדרין, ממילא טארן אידן נישט חתונה האבן מיט גויים. האט ער (נאפאלעאן) געזאגט אז זיי קענען פאררוופן א נייע סנהדרין. און די רבנים האבן נישט געהאט קיין ברירה נאר צו רופן פאר אזא קאנפערענץ. אבער דער חת"ם סופר, זי"ע האט ברוח קדשו געזעין אז ס'וועט פון דעים נישט ארויסקומען א טובה פאר די אידן, האט ער נישט געוואלט שיקן א שליח צו די מיטינג, נאר ער האט גארנישט געענטפערט. 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😢 😮

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 9, 2014 4:51 pm

· #189657
שמעקעדיג איך פארשטיי ממש נישט וואס די ווילסט עס איז דא פיינט האבן! אין עס איז דא פיינט האבן! מיר אידן האבן פיינט דאס גוי אויף די וועג ווי אזוי ער פירט זיך אויף וכו' אבער אז א גוי דארף עפעס אדער סתם ווען א איד טרעפט א גוי איז דא עפעס א שנאה מצד די איד? אין אודאי ביי יעדע נארמאלע מענטש ווען א גוי דארף זיין שיצונג טוט ער עס אזיווי עס איז א חוב.
וועלכע סארט ארבעט טוהן נאכנישט אונז אידעלעך?

וועפערייזער » זונטאג מערץ 9, 2014 8:02 pm

· #189714
פראסטיקיושן!


שמעקעדיג, בעסער קלויב דיר אויס אן אלטן יידישן ביכל פון דעם אנליין, ווי איידער ליינען אין דער איד און גלויבן דערין קודש קדשים.