☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הערשל קלאר גסיסה

הערשל קלאר גסיסה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6052

ידען » מוצ"ש מערץ 8, 2014 9:24 pm

· #189414
הערשל קלאר גסיסה
קיינער שרייבט נישט וועגען די מלוה מלכה פאר הערשל קלארס קאמפעני היינט?

כאב נישט אלע details און ווער סע האט זאל לייגען.

סע טוהט זיך לעבעדיג אז די מענטש וואס האט צוגעמאכט א סאך אידישע ביזנעסעס איז געווארען מער הינגעריג און וויל ווערען גרעסער אבער נישט יעדער איז מסכים.

איך וויל נישט שרייבען דא וועגען די פאליטיק ווייל סיז מער א צימעס שמועס אבער פאר די וואס לייענען נישט צימעס דארף מען דא לייגען אביסעל וועגען די נייעס.

זיין קאמפעני פון עסקנים האבען געמאכט א נייע צעטעל ווא זיינע רבנים וואס זייערע זיגעל ליגט אין קלארס אפיס האבען אינטערגעשריבען אז מע זאל ווערען א מעמבער ביי זיין קאמפעני און אז סיז זייער וויכטיג זיינע הייליגע ארבעט און זיי האבען אפי׳ געמאכט א בראשאר מיט בילדער פון די מחאות קעגען שמאלע קליידער און די איסור צו פארען צו פלארידע.. אבער זיי האבען נישט געלייגט דארטען די פאשקעווילען קעגען אלע סטארס וואס קלארס גבאי צימערמאן פראטעסט יעדע שטיקעל צייט און אויך נישט בילדער ווי מע ספרעיט אהן באנדאס גראסערי..

דע וואך מוצאי שבת איז דא א מלוה מלכה אין ריווער טעררעס וואס מע גייט דארט רעדען וועגען די וויכטיגע זאך צו ווערען א מעמבער ביי א עקסטארשען גרופ וואס האבען נישט מורא צו טוהן די ערגסטע זאכען קעגען פרייוועט מענטשען אויזער אויב ביסט א חסיד אדער א גרויסע עושר וואס דעמאלטס מאכען זיי א שווייג.

בן תמליון » מוצ"ש מערץ 8, 2014 10:46 pm

· #189424
ער'ז דעספערעט זעט אויס. ער בעט אפן געלט ווי א זונה יעצט. איינער זאל זיך קויפן עולם הבא אריבערגיין אונז ברענגען א לייוו טוויט פון די כוליגאנעס וואס זיי זאגן דארטן.

הדד בן בדד » זונטאג מערץ 9, 2014 1:27 am

· #189469
וואסעפעס גסיסה, עס איז ס"ה נאך א וועג צו סאקן געלט פון די פערד וואס גלייבן אין די סארט מערכות. נאך א פארם פון עקסטארשן, נאר דאס מאל פון די אייגענע.

נח בער » זונטאג מערץ 9, 2014 2:24 pm

· #189579
איך האב דא געשריבן וועגן דעם פרישן מס על הציבור וואס עס זאל הייסן אז די שול-רבנים האבן אונטערגעשריבן, און כ'האב זיך געוואונדערט אז קיינער האט נישט פארלאנגט אדער אהינגעלייגט דעם צעטל.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 9, 2014 3:21 pm

· #189610
ידען: א ייש"כ פאר די הודעה. אבער ליידער דער ביטערער אמת איז אז דער רויבער און גזלן, משוגע'נער, צודרייטער הערשל קלאר האלט נאך ווייט פון די גסיסה. ער און זיין באנדע רויבערס קענען און וועלן נאך דערווייל אנגיין מיט זייערע מעשי נבלה ווילאנג דער עולם וועט זיין פאסיוו און נישט אויפשטיין און עהם ארונטערדריקן איהם און זיין באנדע, מיט אלע מעגליכע מיטלען, ווי פיזישן כח און איינמעלדן זיינע מעשים תעתועים פאר די רעגירונג. אויך זיינע באהאלטענע און אפענע שטיצערס ווי למשל דער היפאקריט ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליף. ס'איז שוין די העכסטע צייט אז אלע אנדערע ארנטליכע תושבי עירנו וויליאמסבורג זאלן זיך צוזאמנעמען און לוחם זיין 😕 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 🙄 😈 😲 😮 אקעיגן דעים רויבער און גזלן מיט זיין גאנצע קבוצה פון רויבערס

איש עברי » זונטאג מערץ 9, 2014 3:50 pm

· #189628
קען איינער ביטע רעדן אידיש? וואסארא מלוה מלכה? וואסארא גסיסה???

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 9, 2014 4:03 pm

· #189637
ענק פארשטייען נישט??!! דעס איז א פורים אשכול!!!

דריידל » זונטאג מערץ 9, 2014 4:22 pm

· #189647
האסט נישט געזעהן ווי פארשלאפן ציממערמאן איז געווען היינט ביי די קאונטער פראטעסט?
נעכטן איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מלוה מלכה לטובת ועד העסקנים לחיזוק הדת בוויליאמסבורג a /k/a ציממערמאן /לויב קליקע a/k/a הערשל קלאר. די זענען די נטורי קרתא וואס היטן אפ די שטאט ס'זאל ח"ו נישט אויסקוקען ווי בארא פארק היל"ת.