☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » תפלות, הייסע טרערן, און באקטעריע

תפלות, הייסע טרערן, און באקטעריע

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #603

גוגל-הדור » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:43 pm

· #11139
תפלות, הייסע טרערן, און באקטעריע
לויט ווי ס'ווערט באריכטעט אין די ישראלי'שער מידיא, איז ציווישן די סידורים'לעך און תהלים'לעך ביים כותל פארהאן באקטעריע אין אומגעהויערע ציפערן. די סכנה דערפין איז זעלבסט-פארשטענדליך, און ס'איז זיכער אז לולי די ערענסטע תפלות וואס די נשים צדקניות לייגן אריין אין די תהלים'לעך וואלט די נישט מיטיגירטע סכנה געהאט ערענסטע קאנסעקווענצען.

די כותל רב מטעם, רב שמואל ראבינאוויץ, איז בדעה אז די באקטעריע איז א תוצאה פון די זעלבע נשים צדקניות. באמערקנדיק אז די נשים פירן זיך צו שטעלן דעם תהלים'ל הארט נעבן דעם פנים ווען זיי דאווינען און וויינען, איז ער געקומען צו די מסקנא אז אט די טרערן זענען די אורזאך פון די הויכע ציפערן פון באקטעריע וואס טרעפט זיך אין די תהלים'לעך.

אזוי צו אזוי, דארף מען געווארענט זיין זיך גוט אנזייפן און וואשן די הענט נאכ'ן פארטיגן צו דאווינען ביים כותל פאר'ן אנרירן סיי וואס. אדער מיטברענגן אייגענע תהלים'לעך.

שומר פתאים ה'

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:47 pm

· #11144
אהא... יעצט ווייס איך שוין פארוואס מ'טאר נישט גיין צום כותל. 😂

דבילה » דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:42 pm

· #11169
[ציטאט אראפגענומען]


ס'איז מיין אפיניען אז ס'איז נאר ראבינאוויטש'ס אפיניען אז דאס קומט פון די פרויען'ס טרערן. ס'אחלק פון די גרעסערע חרדי'שע פענאמינאן פון אינסטיקטיוולי אנשמירן די פרויען מיט נאך אביסעלע שולד. הגם אז ס'קען גאר שאטן מיט ברענגן מער טרערן און מער באקטעריע... גיי פארשטיי

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm

· #11174
כ'פארשטיי נישט, ס'שטייט דארט אז די באקטעריע איז E.Coli און Fecal bacteria, ווי קומט דאס צו טרערן?