☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קול חומת הדת -יענקעלע כהן

קול חומת הדת -יענקעלע כהן

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6029

איש עברי » מיטוואך מערץ 5, 2014 12:41 pm

· #188810
קול חומת הדת -יענקעלע כהן
נאך מאראנצןזאפט'ס זאפטיגע מאראציגע אשכול איבער קול מבשר, וויל איך ווידמען אפאהר שורות איבער נאך א פאפולערע האטליין

קול חומת הדת שעל ידי היהדות החרדית – נישט מער און נישט ווייניגער. נעמליך די יהדות החרדית האט געעפנט א אפיציעלע האטליין, אויב ווילט איר וויסן סיי וואס די אפיציעלע שטעלונג פון די יהדות החרדית אט איז די אדרעס.
דארט איז דא קנעפלעך פאר יעדע פירצע קברים, ביי האר, דידדשיטל קאמערעס און די חומר העוון פון זיך באטייליגן ביי כינוס כלל ישראל.
דארט איז די אדרעס היינט ווי מען קען הערן פרעדיגן יעדע עקסטרעמיסט וואס מען האט שוין אויסגעשפיגן פון אלע בתי מדרשים און האבן שוין נישט קיין פיזישע לאקאציע ווי צו גיסן זייער הבל ורעות רוח.

זיין קליענטעל איז גאנץ א גרויסע, דער האטליין האט געשאפן א סארט גלאבאלע קאמיוניקאציע מיטל פאר אלע מענטשן-האסער ארום די וועלט, מער ווייניגער קליינע גראבע יונגעלייט מיט גראבע בעקעלעך וואו מען דרוקט אריין די שווארצווייסע ברילן.
זיינע צוהערער זענען געוועליך די מאגן ליידענדע וואס ליידן אויף נקיות הגוף און זיצן שעות ארוכות אין די הכנות קעמערלעך, דעריבער דינט די האטליין ווי א שטארקע אונטערהאלטונג און א שטארקע הילף פאר די הייליגע הכנות פראצעדור.
די אנפירער איז א יונגערמאן יענקעלע כהן א גרוש מיט א טוץ דיסארדערס, ער האט אימעגרירט פון ירושלים ווייל ער האט דארט נישט געקענט טרעפן קיין שידוך ווייל ער האט געהאט א שלעכטן נאמען, ער האט חתונה געהאט מיט א קרית יואל'ע מיידל וואס האט אים אוועקגעקאפעט נאך אפאהר וואכן.
ער איז א צורידערטע פארשוין וואס מאכט צימערמאן אויסקוקען פאר א מעסיגער, ער האט אבער א עלעקעוואנטע שפראך וואס דאס גיט אים אביסל לעגיטימאציע ביי פארהעלטנסמעסיג נארמאלע מענטשן. ער האט גאנץ א שארף פיסקל און ער דרייט אהן דארט מערכות און ער רייסט אראפ יחידים ככל העולה על רוחו, און נארמאלע אומשטענדן וואלט מען אז איינעם ארעסטירט פאר העצן צו געוואדטאטן, אבער ליידער און אונזער וואוילע סאסייעטי לעבט ער און לאכט און שפייט זיינע גיפט ואין פוצה פה ומצפצף.
ער דרייט זיך אין מאנסי און סאטמאר בית המדרש ווי ער נעמט צוזאם נדבות ביי תמימות'דיג אידן צו אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, אויך אויפ'ן האטליין מאכט ער אפטע אפיל'ס פאר זיך אליין און איך שטעל מיך פאהר אז דער עולם רופט זיך אהן ווארעם צו שטיצן דעם קליינעם וואגאבונד ער זאל קענען אנגיין מיט זיין דשיהאד מיסיעס מתוך הרחבת הדעת.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 5, 2014 12:54 pm

· #188813
מיין בעל הבית פרעגט פארוואס איך קייך פאר געלעכטער.

מ גפני » מיטוואך מערץ 5, 2014 1:05 pm

· #188815
נאכן באקומען די העכסטע ראטע לייקס און קאמפלימענטס פאר אן איינצעלנעם תגובה וואלט איך אויך ווען געלאכט

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 5, 2014 1:23 pm

· #188821
איש עברי: א ייש"כ פאר ברענגען די אינטרעסאנטע אינפארמאציע איבער נאך א צודרייטן שור המזיק שדרכו לילך ולהזיק. נאר אויב דו האסט שוין אנגערייצט די נייגעריגקייט ביים עולם, ביטע ברענג אביסל מער קאנקרעטע אינפארמאציע וויאזו אינז פשוטי העם, פושעים וחטאים קענען זיך צו הערן צו די דברות קודש. נאר די עצם זאך איז נישט קיין חידוש. אז ס'איז דא א נטרונא און א נטורי קרתא האטליין (כ'זעה נישט קיין גרויסן חילוק פון די צוויי). און אלע אנדערע חולאת'ן. אטו כי רוכלא ליחשב וליזל. ס'איז געווארון אזא מצב אין די אידישע וועלט אז א יעדער צודרייטער ליידיגגייער ביי וועלכן ס'ווערט שוין מקוים דער פסוק "בבקר תאמר מי יתן ערב, ובערב תאמר מי יתן בוקר" מאכט זיך אויף א האטליין וואו ער שעלט, זידלט און סטראשעט ככל העולה על רוחו. און כדי צו צוציען הערערס, שרייט ער אז ער מיינט לשם שמים. דאס מאכט שוין אויסזעהן די שטותים פון קול מבשר ווי פנינים יקרים. 😕 😎 🙄 😂 😠 😳 😮

איש עברי » מיטוואך מערץ 5, 2014 1:25 pm

· #188822
די חילוק פון אים מיט נטורי חרטא און נטרונא איז אז זיי פארנעמען זיך מיט די מדינה אבער דער צודרייטער איז פארנומען מיט אונז און מיט יחידים ער איז א ריכטיגע שעדליכע פארשוין

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 5, 2014 2:02 pm

· #188838
אויב נישט אין אנשי שם איז כאטש אין שמייכל פארוואס אין קאווע שטיבל... (ס'קומט עכט פאר געזעלשאפט)

אבער עכט קיינמאל נישט געהערט פון עם! פיקטשערס קליפס פליז.

איש א שכוח, גרעיט דזשאב!

ביבער » מיטוואך מערץ 5, 2014 2:03 pm

· #188839
פונקט יעצט זיך מכין פאר מנחה, וואס איז די נאמבער פליז?

איש עברי » מיטוואך מערץ 5, 2014 2:05 pm

· #188841
איך פארגין נישט פאר יענקעלע אזא צוהערער

ביבער » מיטוואך מערץ 5, 2014 2:12 pm

· #188846
איש עברי
איך פארגין נישט פאר יענקעלע אזא צוהערער

איז נישט, איך האב פארשטאנען אז ער איז א סגולה פאר חבלי לידה...

איש עברי » מיטוואך מערץ 5, 2014 2:16 pm

· #188847
טראכטן אליינס פון אים איז א סגולה

נאר,,פרייליך » מיטוואך מערץ 5, 2014 7:10 pm

· #188958
ביבער
פונקט יעצט זיך מכין פאר מנחה, וואס איז די נאמבער פליז?


718.362.8800

עברי אז ס'קאכט'ר איז אויך נישט שלעכט, ביטע זיי ממשיך אים צו הערן.

א פלא האסט איבערגעלאזט נטרונא און זיך גענימען איבער דעם ליין.

זאג נאר אזא קנאי ביסטו ? צו נעמען יעדן פערזענליכע אינדיווידיוועל וואס שמעקט'ר און אים אזוי בריש גלי מתוך שנאה מסותרת באפאלען מיט אזא אטאקע??
פאסט ניש,
רוף ביטע דעם ראש הממשלה זאל עפעס מעיר זיין אינעם נושא.

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 7:50 am

· #189053
מ גפני
נאכן באקומען די העכסטע ראטע לייקס און קאמפלימענטס פאר אן איינצעלנעם תגובה וואלט איך אויך ווען געלאכט

גארנישט אזא אייצעלענעם תגובה, דאס איז דאך אזוי לאנג ווי פיפציג תגובות

נאטרוליסט » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 9:51 am

· #189058
נאר,,פרייליך
ביבער
פונקט יעצט זיך מכין פאר מנחה, וואס איז די נאמבער פליז?


718.362.8800

עברי אז ס'קאכט'ר איז אויך נישט שלעכט, ביטע זיי ממשיך אים צו הערן.

א פלא האסט איבערגעלאזט נטרונא און זיך גענימען איבער דעם ליין.

זאג נאר אזא קנאי ביסטו ? צו נעמען יעדן פערזענליכע אינדיווידיוועל וואס שמעקט'ר און אים אזוי בריש גלי מתוך שנאה מסותרת באפאלען מיט אזא אטאקע??
פאסט ניש,
רוף ביטע דעם ראש הממשלה זאל עפעס מעיר זיין אינעם נושא.


ליין: אהבה מסותרת...

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 10:52 am

· #189066
אין הכי נמי אז אטאקירן יחידים פאסט נאר פאר קנאים אבער דא איז אויסנאם מחמת שני טעמים
איינס יענקעלע כהן האלט זיך פאר א פאבליק פיגור און ער רעדט בשם כלל ישראל דעריבער איז לעגיטים אים אויסצופראקן ברבים
צווייטנס וויבאלד ער אליין העצט און אטאקירט יחידים אהן קיין טראפ רחמנות דעריבער קומט אים אביסל צו שפירן דעם טעם

נאטרוליסט » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 11:03 am

· #189071
איש עברי
אין הכי נמי אז אטאקירן יחידים פאסט נאר פאר קנאים אבער דא איז אויסנאם מחמת שני טעמים
איינס יענקעלע כהן האלט זיך פאר א פאבליק פיגור און ער רעדט בשם כלל ישראל דעריבער איז לעגיטים אים אויסצופראקן ברבים
צווייטנס וויבאלד ער אליין העצט און אטאקירט יחידים אהן קיין טראפ רחמנות דעריבער קומט אים אביסל צו שפירן דעם טעם


@איש עברי איך פארשטיי פון דיין שרייבן אז דו שפירסט אז דו טוסט אים אויס כדבעי למיהוי, און דו ביסט מגלה קלונו. און דו זוכסט אויך ער זאל שפירן דעם טעם וואס ער גיט פאר טויזענטער אנדערע.

איך בין זיכער אז דו קענסט נישט יענקעלע כהן און וואס זיינע מאטיוון זענען. ער איז א שמוציגער מטורף א שטייגער פון חיים שאולזאון

די דיפערענצן זענען בערך:

יענקעלע גייט א ברייטע ביבער הוט שאולזון טראגט א קראך הוט.
יענקעלע שעלט אויף אידיש בעת שאולזון שעלט אויף עיברית.
יענקעלע האט א האטליין, בעת שאולזון האט א נאר א בלאג.
יענקעלעס שקרים זענען בעיקר איבער בית שמש און עקסטערמיזם, ווען שאולזון שרייבט אלערליי שקרים קעגן יעדן.
יעקעלע'ס טריק ארבעט דורך וויינען און שרייען, ווען שאולזון איז מער שעלטענדיג.
יענקעלע נוצט ר' מנשה פילאף פאר זיין שמד שטיק, וועט שאולזון קען אליין די פאך, און גיט עס נישט ארויס פאר אנדערע.

הצד השוה שבהן זיי זענען ביידע אייניגע מטורפים און זייער פלאץ אין כף הקלע זענען צוזאמען.

אלזא מיין פראגע צו דיר איז, צי וואס האסטו געעפענט אן אשכול איבער דעם מטורף און מושחת יענקעלע כהן?

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 2:32 pm

· #189115
איך בין איינשטימיג מיט דיר 100 פראצענט אז חיים שאולזאהן איז א שמוציגע אומווערדיגע פארשוין א אבן נגף פאר די מענטשהייט [אגב איך האב שוין געשריבן קעגן אים דא אין שטיבל]
אבער אין די צייט וואס חיים שאולזאהן איז קלאהר פאר יעדם אז ער איז טמא ומטמא א געמיינע יונג, דרייט זיך דער יענקעלע ארום אין אונזערע בתי מדרשים אומגעשטערט און איך גלייב אז מאנכע וואס ווייסן אויך וואסארא מטורף ער איז טראכטן זיך אזוי "ער מיינט עס דאך פארט ערנסט"

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 6:03 pm

· #189174
איש עברי
דעריבער קומט אים אביסל צו שפירן דעם טעם


דיין שמוץ אויף נטרונא האט איבערגעצייגט אז דאס געט נאר חומר צו קלאפען זיך אין רוקען קוק דער משכיל הידוע שעלט, וזהו סימן המובהק אז דער שטיין געלונגט

אז די ווילסט ער זאל'ס שפירען עפען א האטליין מדה כנגד מדה און רעד בשם המפורש איש עברי זאגט כך וכך און שמועס דיר אויס פובליקלי דיינע קרעמפן איבער אים.

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 6:58 pm

· #189193
נאר..פרייליך דו זעהסט מיר אויס מער צוגעפאסט צו זיין א האטליין רעדנער אלזא נעם דיך צו די ארבעט

דריידל » פרייטאג מערץ 7, 2014 9:41 am

· #189293
איש עברי
נאר..פרייליך דו זעהסט מיר אויס מער צוגעפאסט צו זיין א האטליין רעדנער אלזא נעם דיך צו די ארבעט

ברוכים הבאים צו "קול נאר פרייליך".
פאר אינפארמאציע בנוגע די לעצטע שערוריות און בית שמש דרוקט איינס
לעצטיגע אפדעיטס איבערן בית החיים און בית שמש דרוקט צוויי
דרשות קעגן דעם רב המתיר דרוקט דריי
פאר די ארכיוון אפטיילונג ווי מ'קען הערן רעקארדינגס פון פראטעסטן נגד החפירות דרוקט פיר
צו הערן תגובות פון נאר פרייליך געשריבן און צומעס בנוגע ביה"ח און בית שמש דרוקט פינף

ווען איר זענט פארטיג מיט אלע 5 אפטיילונגען קענט איר נאכאמאל אנפאנגען פון 1

בר דעת » פרייטאג מערץ 7, 2014 11:39 am

· #189307
איך האב הנאה אז טראץ מען אטאקירט כהן פאר זיין האטליין רעדט מען נישט איבער זיינע פערזענליכע פארלעצונגען. מען זאל טאקע ווייטער נישט רעדן דערוועגן נאכדעם וואס די וועד הצניעות ארבעט שוין מיט אים

פאטעטע קוגל » פרייטאג מערץ 7, 2014 11:59 am

· #189315
די האטליין האט זיך געגרונדערט פאר אפאר יאר צוריק נאך דער בעלזער האט געשיקט זיינע דיינים צום רבינ'ס ציון.
כהן איז נישט געווען דארט די ערשטע, די גערונדער הייסט מערץ (כ'דענק נישט יעצט זיין ערשטע נאמען) אן אייניקל פין ר' יחזקעלע מערץ,
ער האט זיך געדרייט ביי נטורי קרטא אין ער האט שטארק געוואלט רעדן אויף זייער האטליין, אבער היות ער איז געווען אמאל א מלמד ביי ארונים האט מען אים גענצליך אפגעזאגט,
אלץ סטראשע האט ער זיך אליינס געפנט א האטליין ויקרא שמו חומת הדת, עס איז געווען געבעיסט אויף די שלום צווישן בעלז אין סאטמער, אין פין דארט איז עס געפארן ווייטער פין איין צורידערטער ביז צום אנדערן, אין יעצט איז עס יאנקעלע כהן.....

בר דעת » פרייטאג מערץ 7, 2014 12:43 pm

· #189330
בר דעת
איך האב הנאה אז טראץ מען אטאקירט כהן פאר זיין האטליין רעדט מען נישט איבער זיינע פערזענליכע פארלעצונגען. מען זאל טאקע ווייטער נישט רעדן דערוועגן נאכדעם וואס די וועד הצניעות ארבעט שוין מיט אים


איינער שרייבט מיר אין אישי אז איך בין נישט גערעכט ווייל אויב ער איז שעדליך מוז מען מפרסם זיין, ער דרייט זיך למעשה אין היימישע מקוואות און האט צוטריט צו קינדער אין אונזערע בתי מדרשים קען זיין יענער האט א פוינט