☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די אגודה און נאך... ארבעט שטארק אויף די סאטמארע השתתפות.

די אגודה און נאך... ארבעט שטארק אויף די סאטמארע השתתפות.

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6017
בלאט: 1 2

נאטרוליסט » זונטאג מערץ 9, 2014 8:54 pm

· #189731
דא שרייט ארויס די ביטערע אנטוישונג וואס די זאלעס האבן מיט זייער פליפ-פלאפ, פאני בעלאני רעבע.

ער שרייט אז דושינסקיא גראבט קברים, און לייקענען אין השארת הנפש רח"ל און זענען ווי די אמאליגע משכילים... און א טאג דערויף טאנצט ער מיט אים מה יפית...? וואס א סארט פורים שפיל מאכט ער?

איז די תורה א צירקוס? איז קנאות א טעאטער שפיל?

איז אידישקייט א געים וואס מ'עקט? איז ער קעגן גראבן קברים אדער איז ער מחזק די גרעבער!

רבותי: מ'קען נישט זיין ביידע! און דאס שרייט דער זאלי ארויס פון זיינע אנגעווייטאגטע שורות!

ביטע העלפט אים פארענטפערן דעם הארבן זלמן לייבעלע!

זלמן זאפיר » זונטאג מערץ 9, 2014 10:34 pm

· #189754
ווען זאלי פראבירט צו טאנצן די פינגוון טאנץ נישט גוט.

אוי ווי איך שוין די זאליס היינט, אוי ווי מיין הארץ גייט אויס פאר זיי. איך וואלט נישט געוואלט זיין אין זייער פלאץ היינט נאכט. יעדער קען די פינגווין טאנץ, דריי רעכט, דריי לינקס, און אזוי ווייטער. זאלי האט דאס פראבירט לעצטנס, עס זעהט נעבעך אויס ווי דער שיכור וואס פראבירט דאס צו טאנצן ביי א חתונה.



קודם לינקס, קינות כלל ישראל, קיינער ווייסט נישט וואס עס האט אויפגעטוהן, וואס מ'האט געוואלט אויפטוהן, וואס די מטרה פונעם קינות איז געווען, ווער האט דאס געוואלט און וואס די אדשענדע איז געווען. זאלי האט זיך דאן צוגעכאפט מיט ביידע האנט (ווי אזוי האט רבינו שליט"א געזאגט פאר די מארגנים? א האלבע סאטמאר ברענג איך זיכער, צו איך קום יא אדער נישט), ער האט פראבירט צו טאנצן לינקס, ער וועט זיין דער שיינער פאר די גאס, יעדער וועט איינזעהן אז ער איז דער עכטע תלמיד חכם און יודע ספר און נישט סתם א בנש"ק וועלכע צוליב פאליטישע סיבות איז געווארן א שטעקן אנטקעגן זיין ברודער און געווארן סאטמאר רבי בין יום ובין לילה אזוי-נישט-מיר-נישט-דיר. משה גבאי האט געשטראלט, צוריק צו די גראלרייכע צייטן פון סאטמאר רבי זיצט בראש און ער שטייט אונטער אים. א יאר שפעטער חוץ פון צוגעשטאפטע אויערן, ארויסלויפענדיגע דיינים, גארנישט געווארן אנדערש זייט יענעם קינות (יעדע קהילה האט געדארפט מאכן אייגענע תקנות אקורשט אזוי ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געזאגט אז עס וועט דארפן זיין), קיינער פארשטייט נישט ווי קומט די קאץ איבערן וואסער? וואס האט סאטמאר דארט געזיכט? וואס איז בכלל געווען די תוצאה? צו האבן דען היינט חסידים פון רבינו ווייניגער געפילטערטע אינטערנעט ווי א פאפא'נע אינגערמאן?



שפעטער האט מען באשלאסן אז מ'גייט טאנצן רעכטס, ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א האט באשלאסן צו מאכן די פראטעסט אין מענהעטן א קרח פאראיאר, די ראלער קאסטער וואס די זאליס זענען אדורך אז זיי זענען נאך דיזי ביז איצט. פון די מעסעדשעס פון דעם מנאף אשת איש י.פ. אז למעשה גייט מען נישט צום פראטעסט, ביז דער רויטע שטיין האט אראפגעזעצט ווי א טאטעלע משה גבאי. פון די גאנצע גאס געבן קרעדיט פאר רבינו שליט"א ביז די זאליס וועלן אויפעסן זאלי פארן מיטטאנצן מיט דעם אהרן און אים געבן אזא זיסע נצחון (און לאמיר נישט פארגעסן די האנט ביי שמע ישראל).



ביי די הפגנות אין בית שמש, טאנצט מען שוין סתם רעכטס און לינקס אויף איינמאהל. איין זייט שרייט מען אז מאז היתה ישראל לגוי (ווען זענען די אידן געווארן גוים בדרך אגב?) איז נאך אזא רשעות אכזריות נישט געווען, א נאכט שפעטער טאנצט מען מיט האדמו"ר מדושינסקיא וועלכע איז א שטארקע שטיצער פון רבי אברהם סלאנים. פון זיך טרעפן אויף איין שיף מיט צימערמאן און דעם שפיטיקווער, ביז חיים הערש'לע פון ירושלים זיצן און אויסהערן אברהם סלונים זיצן.



און וועגן היינט, אוי איז דאס גוט געווען. ווי איז משה גבאי'ס הבטחה אז רבינו שליט"א גייט זיין ווי א רויזעלע? ווי א סרולטשע? (בערך דארט ווי די הבטחה אז דער בלאט זיין פארמאכט ביז שבועות) רבינו שליט"א האט געגעבן דעם טאן און זיכער געמאכט אז די פרעסע גייט באקומען דאס וואס זיי דארפן לפי שיטת רבינו זצ"ל, געברענגט א כבוד פאר סאטמאר אין די גאנצע וועלט, און געמאכט א שחיטה מונחת מיט זלמנ'יו. פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז ר' טוביה פארשטייט נישט אין הלכות קנאות, פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז חיים יהושע פון מאנסי איז גאר דער מבין וואס די רבי ז"ל האט געהאלטן, פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז ר' מאטעלע איז נישט פון די מעתיקי שמועה און ער ווייסט נישט וואס די רבי ז"ל האט געוואלט, פלוצלינג דארפן זיי זיין אין וויליאמסבורג פשוט ווייל זייער רבי האט געדארפט זאגן אנדערש פון זיין עלטערע ברודער. פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז אפילו די אגודה רעכנט זיך ווי אזוי צו שרייבן זייער קול קורה וואס רבינו שליט"א גייט סיי ווי נישט אונטערשרייבן נאר פשוט אז ער זאל זיין צופרידן.

איך קען שוין קוים ווארטן ביז די בי"ד וועט אוועקנעמען פון זייער טייערע צייט וואס זיי זענען פארנומען יומם ולילה מיט דיני תורות און אוועקגעבן אפאר מינוט ארויסצוקומען מיט א בירור להלכה פארוואס מ'האט נישט געקענט גיין צום פראטעסט.



יאכלו ענבים וישבעו.

blauvelt » זונטאג מערץ 9, 2014 10:48 pm

· #189755
Zalmen

What are you so bitter today
What bothers you

sefish » זונטאג מערץ 9, 2014 10:49 pm

· #189757
blauvelt
Zalmen

What are you so bitter today
What bothers you

550 Ross Street
152 Rodney Street
😂 😂 😂

זלמן זאפיר » זונטאג מערץ 9, 2014 10:53 pm

· #189759
אז 2 ניקס שרייבן די זעלבע מינוט אין ביידע אין ענגליש
מיינט דאס ס'איז הוא מותיב והוא מפרק?

דריידל » זונטאג מערץ 9, 2014 11:30 pm

· #189768
זלמן זאפיר
100 טויזנט יודען האבן געהערט אויס ריפן כ"ק אדמור מסאטמאר קבלת עול מלכות שמים אין קיינער האט נישט געפרעגט וועלכע

ויהי לפלא

גראדע, לעבן מיר איז געשטאנען א ליטוויש יודל און געפרעגט אויב ס'איז סאטמאר 45 אדער סאטמאר 48
ויהי לפלא

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 8:13 am

· #189785
זלמן זאפיר
ווען זאלי פראבירט צו טאנצן די פינגוון טאנץ נישט גוט.

אוי ווי איך שוין די זאליס היינט, אוי ווי מיין הארץ גייט אויס פאר זיי. איך וואלט נישט געוואלט זיין אין זייער פלאץ היינט נאכט. יעדער קען די פינגווין טאנץ, דריי רעכט, דריי לינקס, און אזוי ווייטער. זאלי האט דאס פראבירט לעצטנס, עס זעהט נעבעך אויס ווי דער שיכור וואס פראבירט דאס צו טאנצן ביי א חתונה.



קודם לינקס, קינות כלל ישראל, קיינער ווייסט נישט וואס עס האט אויפגעטוהן, וואס מ'האט געוואלט אויפטוהן, וואס די מטרה פונעם קינות איז געווען, ווער האט דאס געוואלט און וואס די אדשענדע איז געווען. זאלי האט זיך דאן צוגעכאפט מיט ביידע האנט (ווי אזוי האט רבינו שליט"א געזאגט פאר די מארגנים? א האלבע סאטמאר ברענג איך זיכער, צו איך קום יא אדער נישט), ער האט פראבירט צו טאנצן לינקס, ער וועט זיין דער שיינער פאר די גאס, יעדער וועט איינזעהן אז ער איז דער עכטע תלמיד חכם און יודע ספר און נישט סתם א בנש"ק וועלכע צוליב פאליטישע סיבות איז געווארן א שטעקן אנטקעגן זיין ברודער און געווארן סאטמאר רבי בין יום ובין לילה אזוי-נישט-מיר-נישט-דיר. משה גבאי האט געשטראלט, צוריק צו די גראלרייכע צייטן פון סאטמאר רבי זיצט בראש און ער שטייט אונטער אים. א יאר שפעטער חוץ פון צוגעשטאפטע אויערן, ארויסלויפענדיגע דיינים, גארנישט געווארן אנדערש זייט יענעם קינות (יעדע קהילה האט געדארפט מאכן אייגענע תקנות אקורשט אזוי ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געזאגט אז עס וועט דארפן זיין), קיינער פארשטייט נישט ווי קומט די קאץ איבערן וואסער? וואס האט סאטמאר דארט געזיכט? וואס איז בכלל געווען די תוצאה? צו האבן דען היינט חסידים פון רבינו ווייניגער געפילטערטע אינטערנעט ווי א פאפא'נע אינגערמאן?



שפעטער האט מען באשלאסן אז מ'גייט טאנצן רעכטס, ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א האט באשלאסן צו מאכן די פראטעסט אין מענהעטן א קרח פאראיאר, די ראלער קאסטער וואס די זאליס זענען אדורך אז זיי זענען נאך דיזי ביז איצט. פון די מעסעדשעס פון דעם מנאף אשת איש י.פ. אז למעשה גייט מען נישט צום פראטעסט, ביז דער רויטע שטיין האט אראפגעזעצט ווי א טאטעלע משה גבאי. פון די גאנצע גאס געבן קרעדיט פאר רבינו שליט"א ביז די זאליס וועלן אויפעסן זאלי פארן מיטטאנצן מיט דעם אהרן און אים געבן אזא זיסע נצחון (און לאמיר נישט פארגעסן די האנט ביי שמע ישראל).



ביי די הפגנות אין בית שמש, טאנצט מען שוין סתם רעכטס און לינקס אויף איינמאהל. איין זייט שרייט מען אז מאז היתה ישראל לגוי (ווען זענען די אידן געווארן גוים בדרך אגב?) איז נאך אזא רשעות אכזריות נישט געווען, א נאכט שפעטער טאנצט מען מיט האדמו"ר מדושינסקיא וועלכע איז א שטארקע שטיצער פון רבי אברהם סלאנים. פון זיך טרעפן אויף איין שיף מיט צימערמאן און דעם שפיטיקווער, ביז חיים הערש'לע פון ירושלים זיצן און אויסהערן אברהם סלונים זיצן.



און וועגן היינט, אוי איז דאס גוט געווען. ווי איז משה גבאי'ס הבטחה אז רבינו שליט"א גייט זיין ווי א רויזעלע? ווי א סרולטשע? (בערך דארט ווי די הבטחה אז דער בלאט זיין פארמאכט ביז שבועות) רבינו שליט"א האט געגעבן דעם טאן און זיכער געמאכט אז די פרעסע גייט באקומען דאס וואס זיי דארפן לפי שיטת רבינו זצ"ל, געברענגט א כבוד פאר סאטמאר אין די גאנצע וועלט, און געמאכט א שחיטה מונחת מיט זלמנ'יו. פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז ר' טוביה פארשטייט נישט אין הלכות קנאות, פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז חיים יהושע פון מאנסי איז גאר דער מבין וואס די רבי ז"ל האט געהאלטן, פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז ר' מאטעלע איז נישט פון די מעתיקי שמועה און ער ווייסט נישט וואס די רבי ז"ל האט געוואלט, פלוצלינג דארפן זיי זיין אין וויליאמסבורג פשוט ווייל זייער רבי האט געדארפט זאגן אנדערש פון זיין עלטערע ברודער. פלוצלינג ווערן זיי געוואר אז אפילו די אגודה רעכנט זיך ווי אזוי צו שרייבן זייער קול קורה וואס רבינו שליט"א גייט סיי ווי נישט אונטערשרייבן נאר פשוט אז ער זאל זיין צופרידן.

איך קען שוין קוים ווארטן ביז די בי"ד וועט אוועקנעמען פון זייער טייערע צייט וואס זיי זענען פארנומען יומם ולילה מיט דיני תורות און אוועקגעבן אפאר מינוט ארויסצוקומען מיט א בירור להלכה פארוואס מ'האט נישט געקענט גיין צום פראטעסט.



יאכלו ענבים וישבעו.

איך זעה אז מרוב שמחה ביסטו שוין אביסעל ארויס פון דיינע אהרונישע פארביסענקייט, און נאך חדשים לאנג האסטו שוין ענדליך געגעבן דיין 24'סטע לייק האסט פארגינען א צווייטע
ויהי לפלא

גאלד » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:16 am

· #189805
זלמן זאפיר
100 טויזנט יודען האבן געהערט אויס ריפן כ"ק אדמור מסאטמאר קבלת עול מלכות שמים אין קיינער האט נישט געפרעגט וועלכע

ויהי לפלא


פארוואס זאל מען דען פרעגן וועלכע, איז דען די נוסח קבלת עמ"ש אנדערש ביי די זאליס?

איך האב לעצטנס פארציילט פאר איינעם אז מיין קרוב האט א שידוך געטאן מיט נטע ברוין פון באבוב,
פרעגט ער מיך וועלכער,
פרעג איך איהם צוריק, וואס? די קענסט 2 נטע ברוין'ס?
זאגט ער גראדע קען ער קיין איינס,
זאג איך איהם די תלישה גדולה!! למאי נפק"מ וועלכער באבוב אויב די קענסט מיטאמאל אזא מענטש, נאר דאס איז די שגעון היינט מ'מוז למען השם פרעגן "וועלכער"

לשוא הכיתי » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:19 pm

· #189875
געהערט אינעם "לייוו" קאווע שטיבל הבוקר
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער אויף די קליינע הייפעלע אידן וואס זענען געגאנגן פראטעסטירן מיט מסירות נפש אין די גאסן פון מאנהעטן.

כ׳ווייס נאך נישט פונקטליך וועלכע פינגער...

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:35 pm

· #189881
פארוואס זאל מען לייקענען א מציאות?
איז נישט געווען א פיפציג טויזענט יודען וואס זענען געווען דארט?

I'm back » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:16 pm

· #189901
פלעין יודיש
פארוואס זאל מען לייקענען א מציאות?
איז נישט געווען א פיפציג טויזענט יודען וואס זענען געווען דארט?


5000 אויך נישט.
בלאט: 1 2