עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט א פאטאגראפיסט האט ער מיר ערקלערט דעם חילוק פון היימישע פאטאגראפיע ביז די אלוועלטליכע. ביי אונז זוכט מען איין זאך צו ווייזן אן עולם... דער פאטאגראפירער וואס קען ארייננעמען אין איין בילד דעם גרעסטן עולם ער איז דער העלד.
און די היימישע פאטאגראפירער ווי הלטבוסקי, רובינשטיין, יוסי גאלדבערגער, וכו' צייכענען זיך טאקע אויס דערין.
ווידער די אלגעמיינט מידיא ווען זיי באריכטן למשל א מאסן פארזאמלונג וועלן זיי אויפזוכן א בילד וואס דערציילט א געשיכטע פאר זיך, און נישט בלויז עס ווייזט איין צווייגל, צום ביישפיל אז עס איז געווען אן עולם.
הערנדיג דאס, האט אויפגעבליצט אין מיין קאפ דעם בילד וואס דער ניו יארק טיימס האט געהאט פון די עצרת דעם פארגאנגענעם זונטאג.

דאס איז איינס פון אינגאנצן צוויי בילדער וואס די טיימס האט אויסגעוועלט פאר זייער באריכט איבער דעם פראטעסט.
דער בילד ווייזט דעם גרויסן ציבור אבער פון אן אינטערסאנטן קוק ווינקל, פון אן אפגעריסענעם שטוב פון אן ארעמען חסיד מיט צעבראכענע פענסטער און אפגעשיילטע ווענט, און אן אילוזירטער פערזאן האלט מיט דעם פראטעסט לויט זיין גיסטע און געשמאק. ער איז מיט'ן ציבור אבער ער איז אליין, ער איז ארעם ווי דער נאכט אבער ער וויל נישט קיין רעפארמען, און גלייכצייטיג זעט מען א טייך פון מענטשן. אויך גיט עס דעם הרגש ווי דער פראטעסט האט איינגענומען די גאנצע שטאט, מער ווי א רעוואלט, אזש מ'האט עס געקענט מיטהאלטן פון די אייגענע ד' אמות.
דער בילד איז דאס לעצטע וואס האט געלאזט אויף מיר א רושם, און איך שפיר עס אלס פאסיג אין דעם אשכול.