☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ילד הפלא יוצי ראזינגער

ילד הפלא יוצי ראזינגער

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6014

הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:11 am

· #188332
ילד הפלא יוצי ראזינגער
לעצטענס זעה איך קליפס פון א נייעם ילד הפלא יוצי ראזינגער, און איך זעה אז דאס מאל איז עס גארנישט קיין גוזמא. איך עכ"פ, ווער משוגע פון דעם קליינעם. ער זינגט דאך עפעס אזוי גוט אז איך ווער פאריקט.

איך האב געזעהן א קליפ ווי ער זינגט עפעס א שמע ישראל ניגון מיט ידידים קווייער, וואס אן אמת בין איך אינגאנצן נישט אנטציקט פון ידידים, אבער פון דעם קליינעם בין איך שוין איינמאל אנטציקט. ווי ער ציעט ארויף דעם שמע ישראל, מיט אזא גלאטן פנים, קנייטשט נישט די אויגן, ווערט נישט רויט, כאילו ער זינגט זיך אונטער עפעס א רואיג ניגונ'דל. איך האב פלעין נישט קיין ווערטער.

ווייסט איינער ווער דער ראזינגער איז? ווער איז זיין טאטע, אין וועלכע חדר גייט ער, צו וועלכען חסידות באלאנגען זיי. איך זעה ער האט אן איזראעילי ר', מאכט מיר אויסקוקן אז מען האט אים עפעס אימפארטירט פון א"י?

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 4, 2014 8:11 am

· #188343
זיי זענען מונקאטשער חסידים.
דער פאטער איז אן איידעלער יונגערמאן מיט א שטאפענעם היט. קענסט אים טרעפן יעדע נאכט אין מונקאטש.
סאיז דא כמה גוטע בעל תפלות אין דער פאמיליע, אבער דאס קינד איז עולה על כולם ער איז א הפלא'דיגער בעל מנגן, ער האלט א ניגון מיט אייזערנע צווענגלעך און פאקט איין אלע ילד הפלא'ס פון די לעצטע צוואנציג יאר. און אנדערש ווי אנדערע לאזט מען אים ארויסגעבן זיין טאלאנט ביז צו א מאקסימום און ער איז שוין גערופן געווארן זינגען פון נאנט און ווייט.
הערשט לעצטנס האט ער אויפגעטרעטן דא ביי אונז אין מאנטרעאל, ביי דעם הצלה דינער.

איש עברי » דינסטאג מערץ 4, 2014 8:14 am

· #188344
שלום עליכם מאראנצן אוי האבן מיר זיך געבענקט נאך א פריש נארהאפטיגע שלונג פון דיינע זאפטיגע זאפט

מצטמק ויפה » דינסטאג מערץ 4, 2014 8:21 am

· #188346
דער ראזינגער איז באמת א פלא פון א קינד, ער האט א קול וואס מען האט שוין לאנג נישט געהערט.
ער זינגט אפאר שטיקלעך אויף שלומי דאסקאל'ס לעצטע אלבום, הארציג 2.
אבער איך מיין עס פעלט איהם אביסעל ווארעמקייט בשעת'ן זינגען, ער לייגט אראפ א ניגון ווי כאילו נישט איהם מיינט מען, און איינע פון די מעלות פון א יונגעל וואס זינגט, איז אז זיי לייגען אריין א סארט ווארעמקייט אוו חמימות אין א ניגון, וואס ביי איהם איז עס נישט פארהאן.

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 4, 2014 8:52 am

· #188350
הדד בן בדד
איך זעה ער האט אן איזראעילי ר', מאכט מיר אויסקוקן אז מען האט אים עפעס אימפארטירט פון א"י?

לכאורה איז עס נאר ביים זינגען שמע ישראל וואס ער מאכט נאך דעם ילד הפלא קאליש וויאזוי יענער זינגט דאס.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:27 am

· #188384
מאראנצןזאפט
דא ביי אונז אין מאנטרעאל

נישט קיין וואונדער אז דו ביזט נישט געוועהן צום האַבן לעצטענס, @מאראנצןזאפט. דו ביזט פארפרוירען געווארן אין די מאנטריאלע קעלטענישן. יעצט דארפסטו צו זיין עט יור בעסט - גוט קאלט מיט שטיקעלעך אייזיגע סלאש ארומשווימען אין באטל. אזוי ווי די קינדערלעך האבן געבעטן.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:29 am

· #188385

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:30 am

· #188386
זעהט אויס @מאראנצןזאפט איז נישט דא געווען א שטיק צייט ווייל ס'האט זיך געמאכט א חשש גילוי, יעצט אבער אז ער האט זיך געצויגן נענטער צום נארט פאלל פילט ער זיך מער סעיף.

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:33 am

· #188387
ייצי ראזינגער
📎 IMG-20140304-WA0027.jpg

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:36 am

· #188388
מיט חזן העלפגוט ביי סליחות.

שרייבער » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:49 am

· #188392
ווי אלט איז דאס קינד

Ben-Shishim » דינסטאג מערץ 4, 2014 11:16 am

· #188395
ער האט טאקע זייער א גיטע שטומע אבער קאלט ווי אייז, אין זייער טריקען.

איין פראגע האב איך יא, וועכע עלטערין לאזען גיין זייער יונגעל צי אזעלעכע סליחות צערעמאניעס?

מען זעהט ווי דאס קינד קיקט זיך ארום צי א נייע וועלט, מיט פרעגעדיקע אויגעלעך

אין מיינע אויגען וועט ער קיין גרויסער ת"ח נישט זיין, אויב ער וועט נאך אנהאלטען עטוואס יודושקייט

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 11:17 am

· #188397
לאליפאפ
הדד בן בדד
איך זעה ער האט אן איזראעילי ר', מאכט מיר אויסקוקן אז מען האט אים עפעס אימפארטירט פון א"י?

לכאורה איז עס נאר ביים זינגען שמע ישראל וואס ער מאכט נאך דעם ילד הפלא קאליש וויאזוי יענער זינגט דאס.

און וועם מאכט ער נאך ביי אמר רבי ישמעאל?
ער כאפט מיר אגב בכלל נישט.
ס'גיסן זיך ילדי פלאים לרחצה לעצטענס יעדער קען זיך אויסוועהלן איינס

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 4, 2014 11:22 am

· #188398
זיין הברה סאונד אביסל צו פלעטבושדיג ווען ער זינגט אידיש.

שרייבער » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:00 pm

· #188412
Ben-Shishim
ער האט טאקע זייער א גיטע שטומע אבער קאלט ווי אייז, אין זייער טריקען.

איין פראגע האב איך יא, וועכע עלטערין לאזען גיין זייער יונגעל צי אזעלעכע סליחות צערעמאניעס?

מען זעהט ווי דאס קינד קיקט זיך ארום צי א נייע וועלט, מיט פרעגעדיקע אויגעלעך

אין מיינע אויגען וועט ער קיין גרויסער ת"ח נישט זיין, אויב ער וועט נאך אנהאלטען עטוואס יודושקייט

ועוד לקרא
זייער פאני צו לאזן א קינד דארט גיין, ווי אויך דארט ווי ער זינגט "תניא" מיקס מענער און פרויען

שעפטל » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:25 pm

· #188438
נאדער א קליפ/ניגון פאר כפיים

קאמפאזער און אראנדזשירט דורך: אברמי בערקאו
געזינגן בי: שלמה טויסיג מיטן וואונדער קינד איצי ראזינגער
קאווייער: ידידים קאור

גיבור » דינסטאג מערץ 4, 2014 5:52 pm

· #188588
מאראנצןזאפט

און פאקט איין אלע ילד הפלא'ס פון די לעצטע צוואנציג יאר.

צו עמית קומט ער נישט צו!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:21 pm

· #188615
און אויך נישט צו יואל טייכמאן אדער אהרן הכהן פון לחיים שבת טישן.

מ גפני » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:24 pm

· #188618
איך בין צימישט!! הייסט ער איצי (יצחק), אדער יוצי / יוסי (יוסף)?

גלות יוד » דינסטאג מערץ 4, 2014 9:10 pm

· #188654
אין מיין אפיניאן איז ער שוואכער פון אלע פריערדיגע

מצטמק ויפה » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:36 pm

· #188675
דער (פינטעל) איד
און אויך נישט צו יואל טייכמאן אדער אהרן הכהן פון לחיים שבת טישן.

די מיינסט אוודאי אהרן הלוי,
און אויך נישט צו דעם מייסטער קינד יהושע ארי' מאנדל!

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:45 pm

· #188680
מ גפני
איך בין צימישט!! הייסט ער איצי (יצחק), אדער יוצי / יוסי (יוסף)?

ביי מיר איז יוצי מער דומה צו יצחק ווי איצי.. לכאו' הייסט ער יצחק

ברוך שאמר » דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:33 pm

· #206890
לאליפאפ
מ גפני
איך בין צימישט!! הייסט ער איצי (יצחק), אדער יוצי / יוסי (יוסף)?

ביי מיר איז יוצי מער דומה צו יצחק ווי איצי.. לכאו' הייסט ער יצחק

ו מ א י. ב י נ י י ה ו ?

קרעקער » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:27 pm

· #242024
באקומען אין טוויטער
<a class="postlink" href="http://yiddishtribune.com/mobile/index.html">http://yiddishtribune.com/mobile/index.html</a>

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 3:20 pm

· #242039
[ציטאט אראפגענומען]

מסתמא האט ער א טראסט פאנד. ואין מגלין אלא לצנועין... און ס'איז קיינעם'ס געשעפט...!

בשבילי! » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 3:32 pm

· #242042
ווייסט מען שוין וואס זיין ערשטע נאמען איז?

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:20 pm

· #242254
--נמחק--

... און ס'איז קיינעם'ס געשעפט....! זאגט ר' בערל, און איך שטים צו מיטן גאנצן הארץ!

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:17 pm

· #242414
--נמחק--

רבותי: דאס דערמאנט מיך א מעשה. (פאר ווער ס'איז אינטרעסירט... 😂 ).
איך בין אמאל אריינגעגאנגען אין א (געפאקטן) פיצא סטאר. זיצט דארט ביי א טישל מיינס א באקאנטער. נישט ממש. ער האט מיך נאר געקענט פון זעהן. מ'האטציך אייביג באגריסט און געלאפן ווייטער. און דער פארשוין (מלשון פרשנדתא.) רופט זיך אן הויעך, בפני קהל ועדה אז איך בין גע'גט. כ'האבמיך לעצטנס גע'גט...ווען איך האב איהם פרובירט צו זאגן אז ניין. ער מאכט א טעות. האט ער זיך איינגע'עקשנ'ט, אז יא... איך בין יא גע'גט...כ'האב איינגעזעהן אז דא גייט זיך אנטוויקלען א געהעריגער טעאטער שפיעל. פריי ענטערטעינמענט פאר'ן עולם...איך וועל זאגן אז ניין... און ער וועט זאגן אז, יא...! האב איך מיך אנגערופן צו איהם אזוי..."ווען איך בין ארויסגעגאנגען פון מיין הויז, ביניך נאכנישט געווען גע'גט. אפשר האטציך מיין ווייב אינצווישן גע'גט פון מיר... לאמיך אנרופן אהיים און זי פרעגן.... 😂 🙄 ...! דער גאנצער עולם האט זיך געקוילערט פאר געלעכטער פון דעם טרעפליכן ענטפער...!

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:36 pm

· #242418
פשיהא בערל. מי יתן והיה אז מ׳זאל צוריקברענגען די אמאליגע גלחים און בערל וועט זיך איינ'טענה'ען מיט זיי, אזש די וועלט בארימטע "איני יודע" וועט פארוואסערט ווערן צווישן זיינע טרעפליכע ענטפערס...

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:46 pm

· #242435
יין שרף: אין מלים בפי. מה נאמר ומה נדבר. נו. זאג דו דעם גראם אויף דעם... 😂

קרעקער » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:11 pm

· #242745
איך קען יודל'ען גוט, איך דאווען מיט עם אפט אין מונקאטש
נישט געשטויגען און נישט געפלויגען
א געשמאקער יונגערמאן לעבט און לאכט מיט זיין בני בית
אויב שוין סתם אויסטרעפען מעשיות זאג עס כאטש אויף מהר"א אדער מהרז"ל

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:18 pm

· #243427
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין פארוואס...איעדער אינגעל וואס זינגט באקומט א טיטול פון ילד הפלא?

הדד בן בדד » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 4:54 am

· #243532
ציבעלע-קיגל
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין פארוואס...איעדער אינגעל וואס זינגט באקומט א טיטול פון ילד הפלא?


פאר די זעלבע סיבה פארוואס יעדע זאל ווי א רבי מאכט אמאל א מסיבה ווערט פלוצלינג א "אולם הענקי"...

קרעקער » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:43 pm

· #243611
און די זעלבע סיבה פארוואס יעדע קינד פון א אדמו"ר ווערט א אדמו"ר

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:27 pm

· #250739
יצי האט נייע גלעזער

ברעט מענינג » מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:51 pm

· #250744
קאווע טרינקער
יצי האט נייע גלעזער

בילד ביטע

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:57 am

· #250799
קאווע טרינקער
יצי האט נייע גלעזער


איך גלייב נישט! דו מיינסט עס נישט ערענסט?

סאשי פיש » מיטוואך פעברואר 4, 2015 9:45 pm

· #251797
ברעט מענינג
קאווע טרינקער
יצי האט נייע גלעזער

בילד ביטע

מיט די נייע שטערן יוני סי.
image.jpg

בעל מדות » מיטוואך פעברואר 4, 2015 11:37 pm

· #251817
איך מעג למשל האלטן אז א ילד איז ער און א פלא נישט? א פלא איז דאס אז יעדער אינגל וואס זיין מאמע'ס מומע מיינט אז ער קען זינגען ווערט אינעם היינטיגן דזשענערעישן א "יעילעד האפעילע" וויי צו די אינדוסטריע פון מוזיק אויב גייט עס אזוי אנגיין אז יעדעס קינד וואס קען אביסל ארויפציען גייט מיר אנהויבן ארימפעילענען.
איך מיין אז דא האט מען נאר געבארגט דעם טיטל און עס האט נישט קיין מיטל, עהה שלאג מיך נישט לאמיך אויסרעדן, איך האב לעצטענס געהערט דעם קינד און עס האט געהאט א טעקסטשעיר פון א קינד וואס זינגט אהן קיין חוש צו זינגען, עס קימט אריין א שטארקע קוויטשענדע קול און עס האט נישט קיין ווארעמקייט און נישט קיין חן, בטעם וריח אין להתוכח אבער איך האב אנגענעם פארברענגט מיט א ריז אין דעם געביט און ער האט מיר געזאגט אז אפילו מען צאלט אים צו געלט וואלט ער נישט גענומען דעם קינד פאר זיין א סידי,

איך וואלט נישט סתם אזוי אראפגעריסן ווייל וואס גייט עס מיר אהן נאר ווען איך האב געליינט דעם ראדיקאלע סטעיטמענט וואס קומט לכאורה פון אן אגענדע געטריבענער אז ממשה למשה לא קם כמשה האט עס מיר פשוט געברענגט א אויפרעגעניש ווארום יהושע ארי מאנדל ה"י צום ביישפיל דער איז דאך א קינד וואס זייט זיין אינטערגאנג איז נאכנישט געווען אזאנס, אמתע טרערן קומען פון אים הערן דעם פיור לעכטיגע ארגינעלע שטימע, ער איז א קאקערוטש קעגן געוויסע פארגייער און עס איז עי מעטער אוו טעיסט אבער צו פארכאפן דעם גינעס אוו רעקארד פאר א קינד וועם גאר אסאך פארליידן נישט, דאס איז שוין ווילד,
זיי מיר מוחל יונגעלע איך מיין נישט דיר פערזענליך איך מיין די קאנצעפט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:26 pm

· #252029
ציבעלע-קיגל
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין פארוואס...איעדער אינגעל וואס זינגט באקומט א טיטול פון ילד הפלא?

ווייל ווען ער וואקסט אויף זאגט מען אויף איהם דאס פאלגנדע: "הלך הפלא, ונשאר הילד"... 😂

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:15 pm

· #252873
סאשי פיש
ברעט מענינג
קאווע טרינקער
יצי האט נייע גלעזער

בילד ביטע

מיט די נייע שטערן יוני סי.

ווער איז די חתן און ווער די כלה?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:02 am

· #278689
Off tune

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:40 am

· #278711
Re: ילד הפלא יוצי ראזינגער
איז אזוי קודם סאיז מיט שירה נישט ידידים.
די בחורל זינגט שרעקליך off tune קען זיין אז ער האט קיינמאל געקענט זינגען ווי אויבן דערמאנט @בעל מידות. אדער פשוט וויבאלד ער וויל עקטען מאכן מיט די הענט אין פיס קען ער נישט צו לייגן קאפ צום tune.
קענסט באמערקן ווי שראגי גאלד מיט יואלי הורוויץ ווינקען זיך אז ער איז נישט אויפן tune.

בכלל וויל איך פארשטיין ווי זוי וואקסט אויך אזא בחורל ....

סאשי פיש » פרייטאג יוני 5, 2015 12:26 am

· #280784
ביים זינגען אלס בחור
image.jpg