☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קרישקעלעך פינעם מסע הקודש סאטמאר אדר א'

קרישקעלעך פינעם מסע הקודש סאטמאר אדר א'

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6006

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:35 pm

· #188187
קרישקעלעך פינעם מסע הקודש סאטמאר אדר א'
א חוץ די אלע שיינע בכורי ענבים, בילדער, דרשות, צוזאמקומען, ווי שוין מב' אין די אנדערע צוויי אשכולות איבער די נסיעה פון האדמו''ר מ'סאטמאר מהר''א אדר א' בארה''ק

בלייבט איבער אפאר אומפארענטפערטע תמיהות ביטע ווער ס'ווייסט מער דעריבער זאל מיטיילען,

פארוואס האט דער פוסק בעל שבט הלוי נישט געוואלט ערשיינען ביים בני ברקע מסיבה אלס משא נואם הכבוד? און אין איילעניש האט דער מתיר געברויכט ווערן דער פוסק הדור?

פארוואס זענען די חשובע נגידים מדבים לטובת מוסד שומרי החומות אזוי פארווייטאגט אויף די גחזי'ס פון רבי'ן ואביזרייהו?

פארוואס נאך אלע שווערע באמיאונגען צוזאמצוקראצען עפעס א כוח צו רופען אן הפגנה נגד גיוס איז נישט געווען פון קיינעם קיין קאפאראציע מיט די שטוב מענטשען א חוץ וואס דער רב מתיר האט בישיבתו געהייסען די אלופי בחורי הישיבה צו נעמען אנטייל, און שוין צוגעגרייט א הייליגע בריוו?

ווער עס האט עפעס א זאכליכע תשובה ביטע מודיע זיין העלמיר נאכדעם גיין צו אנדערע פארבליבענע תמיהות.

זלמן זאפיר » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:49 pm

· #188195
שוין דא אן אשכול דערוועגן

נאטרוליסט » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:57 pm

· #188203
נאר,,פרייליך
א חוץ די אלע שיינע בכורי ענבים, בילדער, דרשות, צוזאמקומען, ווי שוין מב' אין די אנדערע צוויי אשכולות איבער די נסיעה פון האדמו''ר מ'סאטמאר מהר''א אדר א' בארה''ק

בלייבט איבער אפאר אומפארענטפערטע תמיהות ביטע ווער ס'ווייסט מער דעריבער זאל מיטיילען,

פארוואס האט דער פוסק בעל שבט הלוי נישט געוואלט ערשיינען ביים בני ברקע מסיבה אלס משא נואם הכבוד? און אין איילעניש האט דער מתיר געברויכט ווערן דער פוסק הדור?

פארוואס זענען די חשובע נגידים מדבים לטובת מוסד שומרי החומות אזוי פארווייטאגט אויף די גחזי'ס פון רבי'ן ואביזרייהו?

פארוואס נאך אלע שווערע באמיאונגען צוזאמצוקראצען עפעס א כוח צו רופען אן הפגנה נגד גיוס איז נישט געווען פון קיינעם קיין קאפאראציע מיט די שטוב מענטשען א חוץ וואס דער רב מתיר האט בישיבתו געהייסען די אלופי בחורי הישיבה צו נעמען אנטייל, און שוין צוגעגרייט א הייליגע בריוו?

ווער עס האט עפעס א זאכליכע תשובה ביטע מודיע זיין העלמיר נאכדעם גיין צו אנדערע פארבליבענע תמיהות.


הרב וואזנער שליט"א האט נישט געוואלט קומען. ער האט געזאגט אז "בדרכי נועם קומט מען מער אן"...

אויך האט האב וואזנער נישט געלאזט גיין קיינעם פון זיין בית דין. (זיי האבן זיך אנגעפיפן אויף זיין הוראה לדאבונינו).

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:17 pm

· #188214
וואס מיינט דאס קרישקעלעך???

ראש המדברים » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:21 pm

· #188219
די ביסט נישט ווערד קיין ענפער ווייל די ווילסט נישט וויסן
אבער למען די חשובע ליינער וועל איך ענטפערן

נאר,,פרייליך
א חוץ די אלע שיינע בכורי ענבים, בילדער, דרשות, צוזאמקומען, ווי שוין מב' אין די אנדערע צוויי אשכולות איבער די נסיעה פון האדמו''ר מ'סאטמאר מהר''א אדר א' בארה''ק

בלייבט איבער אפאר אומפארענטפערטע תמיהות ביטע ווער ס'ווייסט מער דעריבער זאל מיטיילען,

פארוואס האט דער פוסק בעל שבט הלוי נישט געוואלט ערשיינען ביים בני ברקע מסיבה אלס משא נואם הכבוד? און אין איילעניש האט דער מתיר געברויכט ווערן דער פוסק הדור?

ביים חופה האט מען געמאכט א עליוועטער אז דער פוסק הדור זאל קענען אנקומען צום בימה ביים הנחת אבן הפינה נישט
מיינט דאס עפעס?


פארוואס זענען די חשובע נגידים מדבים לטובת מוסד שומרי החומות אזוי פארווייטאגט אויף די גחזי'ס פון רבי'ן ואביזרייהו?

שטיי אויף פון חלום קיינער איז ב"ה נישט פארווייטאגט

פארוואס נאך אלע שווערע באמיאונגען צוזאמצוקראצען עפעס א כוח צו רופען אן הפגנה נגד גיוס איז נישט געווען פון קיינעם קיין קאפאראציע מיט די שטוב מענטשען א חוץ וואס דער רב מתיר האט בישיבתו געהייסען די אלופי בחורי הישיבה צו נעמען אנטייל, און שוין צוגעגרייט א הייליגע בריוו?

חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית, אלטסו טאקע אז איינער וואס האט אין ניו יארק געמאכט א מעכטיגע פראטעסט קען אין א"י נישט מאכן?

ווער עס האט עפעס א זאכליכע תשובה ביטע מודיע זיין העלמיר נאכדעם גיין צו אנדערע פארבליבענע תמיהות.

I'm back » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:24 pm

· #188222
@נאר,,פרייליך, איך ווייס נישט.

אגב, מ'גראבט נאך?

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:25 pm

· #188223
פרעג דיר בעסער נאך ביי די נדיבים פינעם מעמד ווי ס'געשאפען געווארען בזיונות בירושלים עיה''ק.

אסאך אסאך מיה און פלאג געקענסעלטע מסיבת ש''ב ועוד איז געטאן געווארען אז סאטמאר זאל פארופען אן עצרת אין ארה''ק ס'נאר עפעס ניש געווען מיט וועמען צו גיין אינאיינעם ביזען אנטרעפן די מזרחי, חילונים, אגודאים וואס האבען פארופען אן עצרת.
ביטע פרעג דיר עטוואס בעסער נאך.

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:26 pm

· #188224
פלעין יודיש
וואס מיינט דאס קרישקעלעך???

ס'א ווארט וואס ווערט אסאך באניצט דא.

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:29 pm

· #188227
איך פרעג נאכאמאל וואס מיינט דאס קרישקעלעך???

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:32 pm

· #188228
ראש המדברים
די ביסט נישט ווערד קיין ענפער ווייל די ווילסט נישט וויסן
אבער למען די חשובע ליינער וועל איך ענטפערן

נאר,,פרייליך
א חוץ די אלע שיינע בכורי ענבים, בילדער, דרשות, צוזאמקומען, ווי שוין מב' אין די אנדערע צוויי אשכולות איבער די נסיעה פון האדמו''ר מ'סאטמאר מהר''א אדר א' בארה''ק

בלייבט איבער אפאר אומפארענטפערטע תמיהות ביטע ווער ס'ווייסט מער דעריבער זאל מיטיילען,

פארוואס האט דער פוסק בעל שבט הלוי נישט געוואלט ערשיינען ביים בני ברקע מסיבה אלס משא נואם הכבוד? און אין איילעניש האט דער מתיר געברויכט ווערן דער פוסק הדור?

ביים חופה האט מען געמאכט א עליוועטער אז דער פוסק הדור זאל קענען אנקומען צום בימה ביים הנחת אבן הפינה נישט
מיינט דאס עפעס?


פארוואס זענען די חשובע נגידים מדבים לטובת מוסד שומרי החומות אזוי פארווייטאגט אויף די גחזי'ס פון רבי'ן ואביזרייהו?

שטיי אויף פון חלום קיינער איז ב"ה נישט פארווייטאגט

פארוואס נאך אלע שווערע באמיאונגען צוזאמצוקראצען עפעס א כוח צו רופען אן הפגנה נגד גיוס איז נישט געווען פון קיינעם קיין קאפאראציע מיט די שטוב מענטשען א חוץ וואס דער רב מתיר האט בישיבתו געהייסען די אלופי בחורי הישיבה צו נעמען אנטייל, און שוין צוגעגרייט א הייליגע בריוו?

חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית, אלטסו טאקע אז איינער וואס האט אין ניו יארק געמאכט א מעכטיגע פראטעסט קען אין א"י נישט מאכן?

ווער עס האט עפעס א זאכליכע תשובה ביטע מודיע זיין העלמיר נאכדעם גיין צו אנדערע פארבליבענע תמיהות.

שרייט ארויס פון די בני ברק
לערן דיך שוין אויס, מען זאגט נישט אלסטו נאר האלסטו מען זאגט נישט אלץ נאר האלץ אא''וו

גאלד » מאנטאג מערץ 3, 2014 8:52 pm

· #188285

גאנצל » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:10 pm

· #190702
אויב אומפארענטפערע קשיות אט האט איר נאך

1) פארוואס ביים כינוס האט מען זיך געמעגט מתחבר זיין לרשעים און ביים עצרת מחאה נישט ?

2) פארוואס אין א"י איז דער הייליגער גאב"ד די ניי געקרוינטער לוחם מלחמות געגאנגען אין א"י צום עצרת און דא איז זיין הייסע חסיד ר' זאלי נישט געגאנגען פארוואס איז ער קלוגער ?

3) פארוואס הערט מען נישט קיין ווארט פונעם געלונגענעם רעדנער ר' זאלי איבער'ן ענין העומד על הפרק אז די ליטאים זענען געגאנגען א סטעפ ווייטער אין די מערכה און גרייט געווען צו מאכן א מחאה און גרייט געווען צו מאכן א פרעס ריליס און א רעזאלאשען אקעגן ציונים ? ווי איז די ראש הקנאים צו אדרעסירן אזא טעמע ?

4) ביים אסיפה ביי ר' זאלי אינדערהיים האט ר' חיים יושע מיט ר' זלמן יא געוואלט גיין און ר' טודרוס -וואס אגב ווייסט ער שוין נישט ווי אזוי צו וויינען ביי של"ס אויף די פירצה פון גיוס- האט נישט געוואלט גיין פארוואס איז ר' טודרוס שטערקער ווי ר' חיים יושע ?

באמת האב איך אינגאנצן נישט פארשטאנען דעם ר' אהרן'ען ווען ער האט געלאזט מעלדן אז מ'גייט צום פראטעסט
אבער פרייטיג ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט מיט אן ערנסקייט אדרעסירן די זאך האב איך מיר צום וויפלטן מאל איבערצייגט אז די אלע אמאליגע מכלומרשטע איינציגע פארשטייערס דעם אמת'ן דעת רבינו זענען סתם בלאבלא מענטשן פארשטינקענע בעלי גאה וואס ווילן איין זאך יעדער זאל זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן אן א פארוואס. מ'דארף גארנישט טון מער ווי געבן א שלעפ מיט די נאז א נפחא פון אינטען זיך אראפציען די היט ביז די אויער און שרייען געוואלד אגודה רביזעכרוינעליבראכע און פארטיג און ווען מ'וויל יא גיין שלעפט מען די אנדערע חלק נאז און אשאקל מיט'ן קאפ און מ'שרייט סקולענע רבי האט געהייסן ואין להשיב און יעדער מוז נאכטאנצן אן א ערקלערונג

וואס זיי זאגן זאל זיין הייליג אן קיין חכמות יעדער זאל נאכטאנצן ככל העולה על רוחם

וואס ענטפערט דער מנהיג ישראל "האמת אהוב עלי ולא אבוש מפני המלעיגים" איך האלט נישט ביים נאכטאנצן ענקער שדים טאנץ לא יכרע ולא ישתחוה

א רחמנות אויף דעם ר' זלמן געבינדענע הענט צו אייגן געקרוינטע דיקטאטארן קנאים וואס לאזן אים נישט במנוחה און אויף זיינע נאכפאלגערס חייהם אינם חיים

עפל סיידער » זונטאג מערץ 23, 2014 2:12 pm

· #191985
לכבוד הרב, איך בין באמת נישט אזוי אויסגעקאכט אין די קריגעריי צווישען רבי אהרן און זיין ברידער, אבער איין זאך האב איך באמערקט דעי וואך וואס איך האב נישט דערזעהן בשעת איך בין אנוועזנד געווען ביים פראטעסט אין וואל סטריט בעפאר פורים, די בילדער (אויב זיי זענען אמת'ע) ווייזען אז דעי סארט חצרות וואס האבען געוויסע פראבלעמען ביי א בוי פראיעקט אין ארץ ישראל, ווי זיי שטייען מער ליבעראל און קיל גענייט, דעי האבען זייער געברענט אויסצושרייען מיט די אלגעמיינע גאס איבער'ן גיוס געזעץ
די אנדערע וואס זענען יא מער רעכט און קאכעדיג בנוגע דעם פראיעקט אין ארץ ישראל האבען עפעס נישט געזען אזוי שטארק דאס נחיצות צו גיין מיט די אלגעמיינע גאס, דאס איז לפי ראות עיני.
און צו דיין גאנג פון ציען פעדימער און לשיטתי' פון אנדערע מאורעות און פסקים פון סאטמאר איז ווי די זאלסט אויסרעכענען א ליסט פון קראלי ביז די שווארצע און שפיגעל ברעכער און נאך וואס איך געדענק פון מיינע יוגנט יארען וואס עס האט זיך אלס אפגעשפילט אין סאטמאר, עס גלייבט זיך שווער אז מען קען פון איין מעשה ציען החלטות אויף א צווייטע מעשה ווייל הזמן יוכלו והחלומות לא יוכלו
בעיקר האב איך במשך מיינע יארען זיך אנגעשטויסען אין צוויי סארט סאטמארע מענטאליטעיטען, איינס איז געווען א סארט וואס האט אלס געוויזען און געזאגט פאר די וועלט, יא ! ודתינו שונות מכל עם, אינז זענען אנדערש וזהו.
פון די אנדערע זייט איז אלס געווען מענטשען וואס האבען דערמיט געהאט א קאמפלעקס וואס דאס האט זיי אייביג געצויגען צו ווייזען אז מיר זענען יא איינס מיט די וועלט, און מער ווייניגער טיילט זיך אלס די געשעהנישען צווישען די סארט מענטאליטעיט.
עס איז נאריש צו באשולדיגען דעם אדער יענעם רעבין אין די זאכען בשעת ווען דאס איז א פונדאמענטואלער צווישענשייד צווישען די געזעלשאפט אין סאטמאר.

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 23, 2014 5:37 pm

· #192069
עפל סיידער
איך זעה אז די האסט decided אויפציוועקן אלע אלטע אשכולות וואס האבן שייכות צו סאטמאר
איך האב מורא אז באלד גייסטו אנהייבען רעדן פון די עפל סיידער נאכט

עפל סיידער » זונטאג מערץ 23, 2014 6:27 pm

· #192094
פלעין יודיש
עפל סיידער
איך זעה אז די האסט decided אויפציוועקן אלע אלטע אשכולות וואס האבן שייכות צו סאטמאר
איך האב מורא אז באלד גייסטו אנהייבען רעדן פון די עפל סיידער נאכט

איך האב נישט קיין שום שייכות מיט יענע עפל סיידער, עס האט מיר נאר געכאפט א קיצעל זעהנדיג די כח פון א רביעית עפל סיידער, ווי יארען שפעטער ליגט עס נאך אין די ביינער פון אזויפיל טויזענטער אידישע קינדער,
נעקסט טיים די מאכסט א ברכה אויף א גלעזל עפל סיידער נעם אין אכט וואס עס ליגט אלס אין אזא גלעזל.

נאטרוליסט » זונטאג מערץ 23, 2014 6:53 pm

· #192108
די בילדינג דעפארטמעט האט אייך יעצט געגעבן צו קאסטן א גלעזל פון די פיינע עפל 4 סיידער!

נאטרוליסט » זונטאג מערץ 23, 2014 10:40 pm

· #192206
עפל סיידער
לכבוד הרב, איך בין באמת נישט אזוי אויסגעקאכט אין די קריגעריי צווישען רבי אהרן און זיין ברידער, אבער איין זאך האב איך באמערקט דעי וואך וואס איך האב נישט דערזעהן בשעת איך בין אנוועזנד געווען ביים פראטעסט אין וואל סטריט בעפאר פורים, די בילדער (אויב זיי זענען אמת'ע) ווייזען אז דעי סארט חצרות וואס האבען געוויסע פראבלעמען ביי א בוי פראיעקט אין ארץ ישראל, ווי זיי שטייען מער ליבעראל און קיל גענייט, דעי האבען זייער געברענט אויסצושרייען מיט די אלגעמיינע גאס איבער'ן גיוס געזעץ
די אנדערע וואס זענען יא מער רעכט און קאכעדיג בנוגע דעם פראיעקט אין ארץ ישראל האבען עפעס נישט געזען אזוי שטארק דאס נחיצות צו גיין מיט די אלגעמיינע גאס, דאס איז לפי ראות עיני.
און צו דיין גאנג פון ציען פעדימער און לשיטתי' פון אנדערע מאורעות און פסקים פון סאטמאר איז ווי די זאלסט אויסרעכענען א ליסט פון קראלי ביז די שווארצע און שפיגעל ברעכער און נאך וואס איך געדענק פון מיינע יוגנט יארען וואס עס האט זיך אלס אפגעשפילט אין סאטמאר, עס גלייבט זיך שווער אז מען קען פון איין מעשה ציען החלטות אויף א צווייטע מעשה ווייל הזמן יוכלו והחלומות לא יוכלו
בעיקר האב איך במשך מיינע יארען זיך אנגעשטויסען אין צוויי סארט סאטמארע מענטאליטעיטען, איינס איז געווען א סארט וואס האט אלס געוויזען און געזאגט פאר די וועלט, יא ! ודתינו שונות מכל עם, אינז זענען אנדערש וזהו.
פון די אנדערע זייט איז אלס געווען מענטשען וואס האבען דערמיט געהאט א קאמפלעקס וואס דאס האט זיי אייביג געצויגען צו ווייזען אז מיר זענען יא איינס מיט די וועלט, און מער ווייניגער טיילט זיך אלס די געשעהנישען צווישען די סארט מענטאליטעיט.
עס איז נאריש צו באשולדיגען דעם אדער יענעם רעבין אין די זאכען בשעת ווען דאס איז א פונדאמענטואלער צווישענשייד צווישען די געזעלשאפט אין סאטמאר.


סאו למשל אלע חברי הבית דין זענען ליבעראל?
רבי יעקב מאיר שעכטר איז ליבעראל?
רבי דוד סאלאווייטשיק, רבי מאיר סאלאווייטשיק און נאך גדולי הרבנים קענען נישט אזוי גוט די שיטה הקדושה ווי ציממערמאן מיט טירנויער?

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:50 pm

· #192323
עפל סיידער
בעיקר האב איך במשך מיינע יארען זיך אנגעשטויסען אין צוויי סארט סאטמארע מענטאליטעיטען, איינס איז געווען א סארט וואס האט אלס געוויזען און געזאגט פאר די וועלט, יא ! ודתינו שונות מכל עם, אינז זענען אנדערש וזהו.
פון די אנדערע זייט איז אלס געווען מענטשען וואס האבען דערמיט געהאט א קאמפלעקס וואס דאס האט זיי אייביג געצויגען צו ווייזען אז מיר זענען יא איינס מיט די וועלט,


דאס איז שוין אן אלטע חקירה צו האט סאטמאר רב טאקע געהאט א שיטה און ער האט לוחם געווען פארדעם אפי' פארן פרייז צו זיין אנדערש ווי די גאנצע וועלט, צו אט טאקע דאס איז געווען זיין שיטה צו זיין אנדרעש ווי יעדן און לצורך זה ברא את השיטה הקדושה.
עס איז דא וואס האלטן אזוי און עס איז דא וואס האלטן אזוי, דער דאזיגער פאקט איז סאך מער ענליך צו די סאטמארע חלוקה ווי דיין פריערדערמאנטער חילוק וואס איז אויך אמת אבער איז נישט אזוי שטארק דומה לענינינו, קוקנדיג און פארגלייך צום כינוס כלל ישראל ווי מען האט זיך בכלל נישט געוואלט בייגן צו געפעלן, עס איז דא אין די היסטאריע פון די לעצטע יארן נאך פילע דוגמאות אבער והיא העיקר אז איין צד האט גענומען די שיטה פון ודתיהם שונות מכל עם פאר די שיטה העיקרית.

אגב איין ראי' וואס איך האב לעצטענס אריינגעטראכט איז, דאס אז מען רופט נישט דאס לערנען מיט די קנדער יעדן מוצאי שבת "אבות ובנים", נאר ושננת תם לבניך, וואס דער טעם איז ווייל יעדער רופט דאס אבות ובנים, און אויך די אגודיסטען, במילא (נו א דריי מיטן קאפ און פינגער בענעזאם) דארף איך עס רופן ושננתם לבניך וכו' וכו'.

דאס הייסט די שיטה איז בעצם צו זיין אנדערש.

גאנצל » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:42 pm

· #192371
[quote="עפל סיידער"][justify]לכבוד הרב, איך בין באמת נישט אזוי אויסגעקאכט אין די קריגעריי צווישען רבי אהרן און זיין ברידער,

פון דיינע קומענדיגע ווערטער זעהסטו אויס פיין אויסגעקאכט

און דו ביסט לכאורה גענויגט צו ר' זלמנען

פארוואס ווייל די סגנון פון צושמירן א זאך און פארווישן מיט אזא אנגעשטעלטע תמימות א שטיק היסטאריע דאס זעהט מען נאר ביי שונאי ר' אהרן ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט געשלאפן פאר 2 יאר צוריק פון פאר פסח ביז נאכ'ן כינוס ווי דארטן האט עפעס א חלק סאטמאר זיך מתחבר געווען לרשעים כפי שיטת אדמורים מטשאטה משארמאש קאשוי ארשיווע דעס האסטו עפעס נישט באמערקט אזוי זייטיג