☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קול מבשר'ס פורים אפטיילונג תשע''ד

קול מבשר'ס פורים אפטיילונג תשע''ד

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6005

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 3:38 pm

· #188146
קול מבשר'ס פורים אפטיילונג תשע''ד
ניין ניין!!! נאכנישט,
איר האלט שוין זיכער דעם טרייבעל אין האנט מיט איין שמחה'דיגע אטעם, מיטן חשבון אז לכאורה וויל איך מיט דעם אשכול פשוט מודיע זיין די עולם אז זה היום קיוונו און נאכן ווארטן אזוי לאנג מיט א ציגעקימענער דרייצענטע חודש העיבור, גיי מיר זיך שוין ווידער באגעגענען מיט אינזערע באליבטען חתן יאסעלע, וואס איז שוין היינט אוודאי א זיידע פאר עטליכע אייניקלעך, מיר לעכצענען שוין אויף נאך א פשט וואס ער וועט היי יאר מחדש זיין אויף דעם ואתה תצווה, און צו הערן וויאזוי זיין גרויסען ביזנעס ווערט געראנט מיט אזויפיל הונדערטער דזשאניס, ע''פ חשבון גלייב איך אז זיין שווער לעבט שוין נישט סא ס'איז אים אוודאי סאך לייכטער אויפן הארצ'ן אהן דער פרעשור פון זיין וואוילע שווער, נאר א גרויס רחמנות פאר דעם יאסעלע'ס איידעם וואס ער צאלט אים ציריק תבין ותקלין אויף אלעס וואס ער האט געליטען אין זיין קינדערשע יארן, ווי אינז האבן שוין אביסעל מיטגעהאלטן פאריאר וואס עס גייט פאר אין סוכה ביים שווער יאסעלע.
מיר ווארטן שוין אנגעצויגענערהייט וויאזוי עס האט אויסגעקיקט דעם חתונה נאכדעם וואס די קעיטערער האט באקימענען כתובה עלינו (ליין: כתובה ליינען) נאך וואס דער נארישע בעל מקרא האט צישטערט די גאנצע חופה.
אינזער הארץ גייט נאך אויס אויף דעם עלטערען יוד וואס מ'האט אים נעבעך אויפגעוועקט באנאכט נאר אויף צי פרעגן וועלעכע שיך איז לייכטער ציגיין אנגעטון, פאנטאפל אדער שטעק שיך, ווען ער ווייסט אז אט אט ווארט שוין זיין חברותה אויף אים אין שיל.

אבער ניין די פרייד איז פריצייטיג, דערווייל שפילט קול מבשר אויף אינזער נערוון אין ס'איז נישטא קיין זכר אין כאן לא יאסעלע ולא יואלי לעבאוויטש וכו', וועלען מיר מיזען ציווארטען מיטן האף אז מ'וועט אינז אוודאי היי יאר אויך נישט דיסעפוינטען

עס וואלט נאר געווען כדאי, אז ווען די גליקלעכער טאג וועט אנגעקימען, איז א גיטע זאך אז די קאווע טרינקערס וואס הערן אויס דעם אפטיילונג ושותים בצמא את דבריו המשמח לב אנוש, און הערן עס איבער און איבער (איך האף אז איך בין נישט די איינציגסטע) כדי נישט אויסצימיידען אפילו איין פעריל ווארט, אויב די עולם דא קען אויפמערקזאם מאכן וואס ס'איז זיי געפאלן און פון וואס זיי האבן הנאה געהאט פון דעם אפי' נאר א קליין סענטענס אדער א מימרא, וואס ווי באוויסט איז קאמעדי א זאך וואס נישט יעדער לאכט פון די זעלבע וויץ און נישט יעדער כאפט אפילו אז אינטער דעם ליגט תילי תילים פון גאונות, און שוואכקייטן אינעם מענטשענ'ס נאטור.
דאס איז כדאי נישט נאר אז מיר וועלען קענען געבן א עקסטערע לאך פון א גיטען דזשאוק, נאר אזוי וועלען מיר אויך מער אפרישיעיטען די כוחות און די קאפ וואס די פרייליכע יודעלעך לייגען אריין אינז צי מהנה זיין.
היכינו היכינו היכינו

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 3, 2014 3:42 pm

· #188147
מצאי שבת איז עס דא אויף קול מבשר (אזוי ווי יעדעס יאר)

פלעין יודיש » מיטוואך מערץ 5, 2014 5:20 pm

· #188928
פורים תשע''ב

דריידל » מיטוואך מערץ 5, 2014 5:38 pm

· #188932
כאב נישט געוויסט אז קינדער שרייבן אויך דא. אדער האב איך נישט געוויסט אז ערוואקסענע ענדזשויען דאס אזוי שטארק אזש אז מ'געדענקט נאך ביז יעצט די "דזשוקס פון פאריאר.
איך זאג נישט אז ס'איז עפעס ראנג פאר אן ערוואקעסענער דאס אויסצוהערען, נאר אז איך בין סורפרייסט אז פלעין אידיש האט צוגעלייקט אזויפיל קאפ ביים אויסהערן אז ער געדענקט נאך אלע דעטאלן פון פארגאנגענע יארן.
איך גיי נישט זאגן אז די וואלסט געקענט לערנען אפאר בלעטער גמרא אין די צייט, ווייל איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער אפאר קאווע בלעטער וואלט דיך סאך מער אויסגעלערנט ווי קול מבשר פורים אפטיילונג.
אבער נעווער מיינד, דיין סטיל פון שרייבן האב איך נאך אלץ ליב און ס'ליינט זיך מיט א געשמאק.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 5, 2014 8:06 pm

· #188970
זייער א שיין ארטיקל פלעין אידיש. האסט מיר געמאכט גוט לאכן.

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 5:07 pm

· #189153
.
IMG-20140305-WA0043.jpg

zurich » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 5:14 pm

· #189159
נישט מער און נישט ווייניגער די משגיחים און ישיבות האבן מורה ס' וועט זיך טיהן יום טוב און דערוואכן, און אין דערוואכן יום טוב אויב זלמנן געט ארויס די פורים אפטיילונג פרי, האבן זיי געבעיטן ר'זלמן ער זאל עס נאר ארויסגעיבן ווי נאנטער צו פורים און ר' זלמן פאלגט ווי א טאטעלע....

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 9, 2014 8:36 am

· #189493
ברעט מענינג
מצאי שבת איז עס דא אויף קול מבשר (אזוי ווי יעדעס יאר)

געזאגט ויתן לך געזינגען המבדיל ווי גייט א יעדער איינער
די עולם לויפט צום טעלעפון, ברעט מענינג האט דאך ציגעזאגט אז מוצאי שבת איז עס דא, אבער ואיננו!!!
רבותי מ'האט אינז אויסגעשפילט,
מיר האבען נישט קיין ברירה מיר וועלען זיך מיזען ציזאמשטעלן מיטן פראטעסט פון צימערמאן און אויסשרייען הויך
זלמן ווידער ווי איז די פורים אפטיילונג

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 9, 2014 1:39 pm

· #189567
איך ווייס נישט יעדעס יאר האט ער עס די זעלבע צייט

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 9:09 am

· #189789
וואס וועט דא זיין??? 😞 😞 😞 😳 😳 😳 😢 😢 😢

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:56 am

· #189818
ענק הערן היינט נאכמיטאג גייט עס ארויף אויף קול מבשר

ברוך שאמר » מאנטאג מערץ 10, 2014 12:40 pm

· #189826
ברעט מענינג
ענק הערן היינט נאכמיטאג גייט עס ארויף אויף קול מבשר

יועש פליז זאג שוין ווי פיל א זייגער ?

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 12:44 pm

· #189827
ברעט מענינג
ענק הערן היינט נאכמיטאג גייט עס ארויף אויף קול מבשר


און נאכדעם זאגן ענק אז צימערמאן האט נישט קיין פאוער

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 10, 2014 12:48 pm

· #189829
2 2 פון די מעין מעניא און דערנאך 1234567

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:39 pm

· #189882
ברעט מענינג
2 2 פון די מעין מעניא און דערנאך 1234567

ברעט מעינינג
נישט לאנג ציריק האב איך געבעטן ווער עס קען ארויפשטעלן א בילד פון זלמן ווידער אהער
פארוואס האסטו נישט ארויפגעלייגט דיין אוועטער???

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 4:10 pm

· #189886
זלמן איז באליידיגט אז איך האב חוזק געמאכט פון עהם אויף מיין צעפראסקעט

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 4:32 pm

· #189889
מנשה לוסטיג
זלמן איז באליידיגט אז איך האב חוזק געמאכט פון עהם אויף מיין צעפראסקעט

מאן יימר
פון ווי נעמסטו דאס פליז דערצייל מיר

קודם סתם אבי געשאסן
זעהט אויס אז ארויפברענגען דיין סי די אויפן העדליינס נאכאמאל האסטו באשלאסן

זלמן האט דיין סי די קיינמאל נישט געהערט קענסט רילעקסן
און הער אויף מיט דיינע נארישע קאמפלעקסן

אדער האסטו דאס געוואלט אויף קול מבשר עדווערטייזען הייב איך אהן צי שפעקאלירן
און זלמן האט דאס נישט ציגעלאזט דערפאר טיסטי אזא מעשה פעבראצירן

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:07 pm

· #189896
רבותי
אלע jokes אין א זייט, גייטס שוין ארויף אויף 2 2 פונעם main menu
דערנאך וועלען מיר דאס ציזאמען אנאלאזירען
איך האף אז מען האט אינז נישט דיסעפאנטירט דאס יאר

למדן » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:10 pm

· #189897
שלאגטס ענק נישט קינדערלעך, דארפסט איהם נישט אייביג אונטער רייסן,

מאן יימר אז זלמן האט זיין סידי נישט אויסגיהערט און זיך נישט באליידיגט, הגם איך קען נישט אזוי שיין פאעמירן ווי דו

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:14 pm

· #189899
וואס איז די נומער פון קאלמע וואסער?

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:09 pm

· #189918
פליקער
וואס איז די נומער פון קאלמע וואסער?

קול מבשר ארבעט נישט אויף די לבנה

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:59 pm

· #189937
איש עברי
פליקער
וואס איז די נומער פון קאלמע וואסער?

קול מבשר ארבעט נישט אויף די לבנה

איך האב גוגל וואויס, און איך וויל זייער הערן דיפורים אפטיילונג פון קולעי וואסער

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:03 pm

· #189939
2124441100
און שעם דיך אז דו ווייסט נישט

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:09 pm

· #189941
טוט מיר וויי צו אנטוישן אבער די היי-יעריגע פורים אפטיילונג איז גאנץ שוואך. ער גייט מער ווייניגער אין די זעלבע שניט פון די פריעריגע יאהרן נישט קיין ספעציעלע חידושים, אבער מען קען דא דארט כאפן א גוט'ן שמייכל.

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:15 pm

· #189942
פליקער
איש עברי
פליקער
וואס איז די נומער פון קאלמע וואסער?

קול מבשר ארבעט נישט אויף די לבנה

איך האב גוגל וואויס, און איך וויל זייער הערן דיפורים אפטיילונג פון קולעי וואסער

די ווערטער דארף אריין גיין און די אויסגעדראשענע זאצן אשכול!

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:54 pm

· #189950
שעים זיך אין טיפן האלזן
#אויסגעדראשן

חביבי » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:30 pm

· #189963
פערסנעל מייניג
א שוואכע ארבעט דעס יאר נישטא עפעס ספעשיל חידושים

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:55 pm

· #189969
איך האב דערווייל אויסגעהערט די ערשטע צוויי נישט פלעין קארני,
עס איז אינטערעסאנט אז איך זאל נאך אויסהערען די אנדערע סחורה?!

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:51 am

· #189999
איך מיין אז נאמבער 4 איז דער זאך

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 11, 2014 3:11 pm

· #190082
מ'זאגט אז זיי מאכן מיר נאך

איש עברי » דינסטאג מערץ 11, 2014 3:14 pm

· #190083
אמת איך האב גלייך געזאגט אז דאס איז פשוט א שוואכע נאכמאכעריי פון מנשה, א שאד זאלן זיי כאטש נעמען דעם ארגינעל

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:19 pm

· #190172
איש עברי
2124441100
און שעם דיך אז דו ווייסט נישט

זיי שטאלץ אז דו ווייסט נישט, וממך ילמדו.
סתם א צייט פארטרייבער.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:26 pm

· #190175
דינג דאנג, ווער רעדט פון צייט פארטרייבעניש?...

פלעין יודיש » מיטוואך מאי 21, 2014 3:00 pm

· #201596
איז דא א וועג ווי איך קען נאך איבערהערן די היי יעריגען פורים אפטיילונג?
און וואס טיט זיך מיט די פון די פארלאפענע יארן?

פלעין יודיש » זונטאג מאי 25, 2014 7:46 am

· #202203
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=865283#p865283">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 83#p865283</a>
א גרויסן שכוח פאר אינזער אימפארגעסליכען ידיד @שמואל הלוי פארן מיר אריינשיקען דעם לינק.
באהאלטערנהייט איז אינזער ר' שמואל נאך אקטיוו ווי שוין ערוועינט אין א אנדערע אשכול.
לאמיר האפן אז בקרוב וועט ער שוין ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך און זיך נישט שעמען פון אינז דא אין קאווע שטיבעל.

אשכולות אויפוועקער » זונטאג פעברואר 15, 2015 6:06 pm

· #253822
תשע''ה