עצרת המיליון - בילדער און אפדעיטס
81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5999
עצרת המיליון - בילדער און אפדעיטס
אזוי יעצט בשעת ווען קאווע שטיבל פייערט איר צווייטע געבורטסטאג קומען זיך צוזאם ארום א מיליאן אידן און מאכן שווארץ א דערקענבארע חלק פון ירושלים של זהב. די אשכול איז איבערהויפט נישט באשטימט פאר טענה'רייען איבער פאקטארן פונעם גיוס, נאר אויסדריקליך פאר בילדער און אפדעיטס.
האט איינער א לינק צו א נארמאלע שידור חי נאר פון די עצרת אן הערן אין די בעקראונד ווי די בהמות טענה'ן זיך ארום
מען פראטעסטירט
📎 BhuZC0gIIAAGLwk.jpg
שרייבערהאט איינער א לינק צו א נארמאלע שידור חי נאר פון די עצרת אן הערן אין די בעקראונד ווי די בהמות טענה'ן זיך ארום
קודם share וואס דו האסט!
ספרדים
📎 BhuRIfPIgAAaD19.jpg
מאה שערים געשטימט
📎 BhujhH7IcAAGoIK.jpg
רעליגיעזע פרויען וואלונטירן פון מגן דוד אדום גרייט על כל צרה שלא תבוא
📎 Bhudhp2IQAARHR1.jpg
כביש אחד ארץ ישראל'ס מערסט פארנומענע הייוועי איז יעצט גענצליך אפגעשלאסן.
די צענטראלע באס סטאנציע אין ירושלים צווייטע גרעסטע אין לאנד גענצליך אפגעשלאסן.
נישטא קיין שום אויבן אן פאר רבנים, יעדער רב שטייט צווישן דעם עולם. קלאנגען פארן ארום אז גערער רבי שטייט אויפן דאך פון באיאן'ער בית המדרש.
תפילת מנחה בציבור האט זיך יעצט אנגעהויבן. א געשאצטע האלב מיליאן פערזאן אויף די גאסן.
א שטיקעלע בילד אפירגעקומען...
📎 Bhul3jEIMAAGdVO.jpg
פאליציי אינעם געגנט ציילן זיך צו העכער דריי טויזענט.
סטודענטן טיילן מיט זייער דעת
📎 BhudprfIMAAJIQX.jpg
אה עפעס א נארמאלע שידור חי
<a class="postlink" href="http://www.hidabroot.org/live/index.html">http://www.hidabroot.org/live/index.html</a>
שערי העיר
📎 BhukbVAIQAADawR.jpg
פונוביץ'ער ישיבה אין בני ברק אויסגעליידיגט.. דאס זעהט מען נישט יעדן יובל
📎 BhuVMlfIYAAbGpV.jpg
קאפיטלעך וואס ווערן יעצט געזאגט דורך מיליאן + אידן ארום די וועלט אינאיינעם:
צז, פ, נה, קלז, נא, צ, פט, צה, קז, צו, פו,
@אנאנים דו גייסט איבערלייגן אלע מיינע בילדער אדער נאר א טייל?
די בילד וואס די ציונים פארשפרייטען,
📎 1393772820584.jpg
די קאמאנד צענטערן פון זק"א און איחוד הצלה
דערווייל האבן שוין העכער צען געדארפט צוקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונגען
📎 Bhuy7iHIIAAvgnN.jpg 📎 BhuzboPIMAAkTzn.jpg 📎 Bhuz3sgIcAAREBl.jpg
מלכי ישראל פינת הטורים (צען מינוט וואק פונעם צענטער פון די עצרת)
📎 IMG-20140302-WA0060.jpg 📎 IMG-20140302-WA0061.jpg
אריינזומענדיג די אויבערשטע פיקטשער קען מען קלאר באמערקן בויאנער רבי שטיין דארט, נישט זיכער צו אויף זיין רעכטע זייט שטייט גערער רבי
📎 IMG-20140302-WA0062.jpg
פילע ברסלב'ער חסידים גייען זיך צאמנעמען באלד ביים גשר החיים און טאנצן מיט מוזיק כפי מנהגם, נאך וואס פאר פיל יארן צוריק האט ר' נחמן פון ברסלב אזוי געטון ביי א עצרת תפילה אין די צייטן פון די גזירת הקאנטאניסטן.
הרה"צ המשפיע ר' מוטה פראנק מאכט א קומזיץ יעצט אונטערן גשר המיתרים אויף די לינקע זייט מיט פילע גיטאריסטן.
חב''ד דריקט ספעציעל א פרישער דפוס פינעם ספר ה'תניא לרגל ה'מיליון אנשים בהעצרת.
א חבר בי''ד און די רבי מתולדות אהרן זענען געווען.
עצרת איז געקומען צו אן ענדע אין די מינוטן, העפטיגע טאנצערייען טוען זיך אויף די גאסן.
📎 Bhuq7qQIcAAJWai.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
זיי זענען פיין! א קליינעם קאלום כאילו נישט דאס האט איבערגעקערט היינט דאס לאנד...
For no good reason
מ'האפקעט אין די גאסן פון ירושלים
עס איז בלויז אן עסקנים צעטיל מהבד''צ.
די רבנים האבען עס נישט געסיינט.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/upload0708/B90CBF8F0F2A47F1991E26C8D85AA218.jpg">http://www.bhol.co.il/upload0708/B90CBF ... 5AA218.jpg</a>
@איחוד פעלד קאווע שטיבל האט תקנות, דעי טשטוש האט אנאנים נישט געמאכט דאס האט א גבאי פונעם שטיבל ערלעדיגט כפי תקנת המקום. א וואונדער אז דו ווייסט נישט דערפון.
אין די זעלבע צייט האבן זיך טויזענטער לאנדאנע איינוואוינער צוזאמגענומען אויף עגערטאן ראוד אין צענטער פון סטעמפארד היל אויסצושרייען זייער ווייטאג איבערן גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל.
📎 BhuvsUIIAAALdGl.jpg 📎 BhusXwJIgAAZf5Y.jpg
נאך אדמורי"ם ורבנים ביים עצרת
📎 BhuyjEFIMAARgQT.jpg 📎 BhvF8D5IcAAOQzm.jpg 📎 Bhu2kn4IIAATrsR.jpg
לאליפאפ@איחוד פעלד קאווע שטיבל האט תקנות, דעי טשטוש האט אנאנים נישט געמאכט דאס האט א גבאי פונעם שטיבל ערלעדיגט כפי תקנת המקום. א וואונדער אז דו ווייסט נישט דערפון.
יעדער האט שוין באקומען דעם בילד אין וואטצעפ זיבן מאל פאר וועם פונקטליך דארף מען עס מטשט זיין? שוין צייט אויפצוהערן מיט די פריסת טלפים און סעקסיזם.
פאר מיר! איך האב געזען דא דאס ערשטע מאל און ס'נישט אויסגעהאלטן.
נו, וויאזוי איז עס געווען? האסט געדארפט אריינשלעפן די לעפטאפ אין בעסקיסע, אדער דו האסט א סמארט פאון?
ביזט זייער א זיסע לץ, אבער ס'דא א תורה. און יעדער ווייסט שוין אז דו קענסט גרויסע ווערטער ווי 'סעקסיזם' אד"ג. דארפסט עס נישט נוצן ווען ס'קומט נישט אריין.
ביזט גערעכט ס'דא א תורה, די פראבלעם איז אז אין מיין תורה שטייט נישט אז מ'מעג נישט לייגן בילדער פון מיידליך.
ווען נישט סעקסיזם וואלט א פשוטע בילד פון אפאר גענצליך געקליידעטע זעכצן יעריגע מיידליך דיר נישט ווילד געמאכט.
אין מיין תורה שטייט אויך נישט אז מ'טאר נישט דרייוון א קאר שבת.
א רמז כאטש דא, לא תבערו אש.
דער (פינטעל) אידפאר מיר! איך האב געזען דא דאס ערשטע מאל און ס'נישט אויסגעהאלטן.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/183396">viewtopic.php?p=183396#p183396</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/171752">viewtopic.php?p=171752#p171752</a><!-- l -->
נאר,,פרייליךהמה כרעו...
סאיז א פשיעה ממש צו לייגן דאס בילד, ווי כאילו סגעווען געוואלדטאטן אזויווי ביי די עדה פראטעסטן.
דאס בילד איז נישט פון די היינטיגע מחאה, נאר ערגעץ ווי ארויסגעפישט פון אן אלטן רייאט פראטעסט אין ככר השבת.
סאיז געווען א מאסיווע עצרת תפילה און קיין איין פאליציי אויף פערד איז נישט געווען צום זעהן בכלל.
כלל ישראל האט געוויזן אז מיר קענען פראטעסטן און מתפלל זיין ווי נארמאלע מענטשן.
נו וודאי, ווען ס'טוט ניש וויי דאס מדינת הציוני גייט עס בניחותא אזשש אפילו די חילונים ומזרחי שפירען זיך רואיג דארט.
די וואס געהער'ן צום אפטיילונג פון הרב אויערבאך
די רב איז געליבען אין קאר

אויס מורא פאר אן התפטרות מצד ר שטינמן
מעגליך אז אן אדמו''ר מארה''ב וועט פועל'ן ער זאל צוריקומען.
געפילטע פישא רמז כאטש דא, לא תבערו אש.
א רמז צו די מיידלעך אדער צו די קאר?