☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » גערסע דיאנקעסע

גערסע דיאנקעסע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5983

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:17 am

· #187455
גערסע דיאנקעסע
אוי ווי גוט און ווי וואויל וועט זיין בביאת הגויל ווען בני יואל וועט פלאקערן ווי א קויל נחמן בראך וועט הענגען אויפן דאך יוסף דוד הירש וועט שטינקן ווי א פיש שיטה הקדושה ויואל משה ווער עס האט זיך מיט'ן שיטה געפירט איי יייי יייייי איי ייי איי איי אייי איייייי יייאם.

העלפטס ארויס א חתן פון ארץ ישראל חתונה אין דריי וואכן פוילטס אלעס גוטס! העלפטס ארויס א חתן פון ארץ ישראל חתונה אין דריי וואכן פוילטס אלעס גוטס! העלפטס ארויס א חתן פון ארץ ישראל חתונה אין דריי וואכן פוילטס אלעס גוטס! תוזכה למצות.

ישיבת מאירת ענים? ישיבת מאירת עינים? תזכו למצות.

איך מאך חתונה 4 קינדער מיט אסאך חובות, תזכה למצות. שטיצט דעם רבינ'ס מוסדות אין ירשלים. איך גיי פאר א חשובה אלמנה, תזכה למצות. ראטעוועטס א שטוב פון אונטערגיין פוילט אלעס גוטס. תלמוד תורה בת עין אין צפת, שטיצט א ערליכע ת"ת אין צפת פוילט אלעס גוטס. פוילט אויס אלעס גוטס העלפטס ארויס א איד א ת"ח וואס האט פארלוירן א פיס מיט איין באק צאן פוילט אלעס גוטס. מוסדות חוש מוסדות חוש פוילט אלעס גוטס. מושיען של ישראל חלק ח' בלויז 15 דאלער פוילט אלעס גוטס. א חשובה משפחה אונטער א בלבול פוילט אלעס גוטס. כולל חבת ירושלים פוילט אלעס גוטס.

ווייסט איר וואס איך האב אין מיין טאש נישט קיין פעני אויך נישט קיין נאך הההההווווופפפפס ס'איז א שמייכל איך האב עס אזוי ליב איך טו עס און אין אין שטיב

ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמור כה אמר אמר ה' כא אמר אמר ה' אוי מלך ישראל מלך ישראל וגואלו

קינדער מ'מעג נאר נעמען צוויי אייער ווער ס'זעט א אינגעל וואס האט גענומען דריי קען עס צוקראכן

קום אהער דו האסט נישט געטייטעלט, סטוט מיר מער וויי. באחו אין דע וויזע.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 2, 2014 2:24 pm

· #187853
זאג נאר, א מין חוצפה, נעמסט כל הקדוש לנו, די גאנצע מסורה, און מאכסט דערפון ליצי ליצנות, פון די מצוה פון צדקה, פון צעבראכענע אידן, פון מלמדים און מחנכים,
אלעס פארוואס? פאר א (פינטעל) לייקס?
ווי נידריג קענען די היינטיגע אויפגעקלערטע גיין, ס'ממש נישט צום פארשטיין די נידריגקייט, מען פארקויפט דאס גאנצע חיי נצחי פאר א נזיד לייקס.

(נישט פארגעסן ארויסצוסיינען פון די נאר,,פרויען ניק)

😛 😛

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 2, 2014 9:11 pm

· #187972
דער פינטל איד: ווי ס'זעהט אויס האסטו געהאט א גוט'ן רבי. נאר ער האטצעך א סאך געדרייט אויף די גאסן. אויפ'ן וועיג צום ציוה"ק.... 😕 🙄 😎 😂 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮

דער (פינטעל) איד » זונטאג מערץ 2, 2014 10:20 pm

· #187982
ווי איך זאג אייביג סוף הכבוד לבא. איך האב שוין געהאט רעזיגענירט צום מציאות אז מיין אשכול גערסע דינקותע וועט האבן דריי לייקס נישט מער, אבער אז דער באשעפער וויל איז מיין מציאות קיין מציאות. און ווי א ווינט האט זיך אראפגעלאזט אויף דעם אשכול נאך 8 לייקס אזוי איינס נאכן צווייטן.

מארעל פון דעם סטארי? נעווער גיוו אפ האפענונג. און פארגעס נישט צו דאנקען שטענדיג דעם הייליגן באשעפער למי שה'לייקס שלו

דריידל » זונטאג מערץ 2, 2014 10:25 pm

· #187983
פינטעל נעמט דאס גאנצע חינוך וואס מ'האט אריינגעהאקט במשך צוואנציג יאר און פאקט עס אריין אין איין תגובהלע. לאמיר זעהן ווער קען נעמען פינטעלעס תגיבות און סאמערייזן אזוי שיין
איך וואלט עס געשריבן בערך אזוי:
לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק........

I'm back » זונטאג מערץ 2, 2014 11:13 pm

· #187992
דער (פינטעל) איד
ווי איך זאג אייביג סוף הכבוד לבא. איך האב שוין געהאט רעזיגענירט צום מציאות אז מיין אשכול גערסע דינקותע וועט האבן דריי לייקס נישט מער, אבער אז דער באשעפער וויל איז מיין מציאות קיין מציאות. און ווי א ווינט האט זיך אראפגעלאזט אויף דעם אשכול נאך 8 לייקס אזוי איינס נאכן צווייטן.

מארעל פון דעם סטארי? נעווער גיוו אפ האפענונג. און פארגעס נישט צו דאנקען שטענדיג דעם הייליגן באשעפער למי שה'לייקס שלו


לייקס קען מען אוועקנעמען אויך...

מ גפני » מאנטאג מערץ 3, 2014 10:29 am

· #188042
@דער (פינטעל) איד וויאזוי קענסטו פארגעסן און דעיס נישט שרייבן צווישן די כ"ו אב צווישנרופן: ארגענטינע מוסדות דע רעבע געהאט א אויג אין קאפ....

היסטאריקער » מאנטאג מערץ 3, 2014 1:14 pm

· #188107
מיין גירסא דינקותא איז
קלויזענבערגער שייגעץ
פאפע בהמות, מאכן אלעס נאך סאטמאר
די רעבעצין מיט די שטוב מענטשן טערארזירן גאנץ סאטמאר, איבערהויפט רודפ׳ן זיי סיגעטער רב
ר׳ נתן יוסף טוט און זאגט נאך אין רבינ׳ס נאמען וואס ער וויל

פליקער » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:43 pm

· #188192
א ניקל פערסט לעסט שאט

גייסט צים רעבן

כל הקילות

גיי בארג א יקנעהאז פינעם שכן

לינקען טאהן קאר איז געוועין רייסעריש

די סטמערע חיה איז געוועין א נארמאלע דיפענץ

אקעי געב מיך א ביפ

לייג עס אויף א פלאפי דיסק

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:27 pm

· #188225
דער (פינטעל) איד
אוי ווי גוט און ווי וואויל וועט זיין בביאת הגויל ווען בני יואל וועט פלאקערן ווי א קויל נחמן בראך וועט הענגען אויפן דאך יוסף דוד הירש וועט שטינקן ווי א פיש שיטה הקדושה ויואל משה ווער עס האט זיך מיט'ן שיטה געפירט איי יייי יייייי איי ייי איי איי אייי איייייי יייאם.

העלפטס ארויס א חתן פון ארץ ישראל חתונה אין דריי וואכן פוילטס אלעס גוטס! העלפטס ארויס א חתן פון ארץ ישראל חתונה אין דריי וואכן פוילטס אלעס גוטס! העלפטס ארויס א חתן פון ארץ ישראל חתונה אין דריי וואכן פוילטס אלעס גוטס! תוזכה למצות.

ישיבת מאירת ענים? ישיבת מאירת עינים? תזכו למצות.

איך מאך חתונה 4 קינדער מיט אסאך חובות, תזכה למצות. שטיצט דעם רבינ'ס מוסדות אין ירשלים. איך גיי פאר א חשובה אלמנה, תזכה למצות. ראטעוועטס א שטוב פון אונטערגיין פוילט אלעס גוטס. תלמוד תורה בת עין אין צפת, שטיצט א ערליכע ת"ת אין צפת פוילט אלעס גוטס. פוילט אויס אלעס גוטס העלפטס ארויס א איד א ת"ח וואס האט פארלוירן א פיס מיט איין באק צאן פוילט אלעס גוטס. מוסדות חוש מוסדות חוש פוילט אלעס גוטס. מושיען של ישראל חלק ח' בלויז 15 דאלער פוילט אלעס גוטס. א חשובה משפחה אונטער א בלבול פוילט אלעס גוטס. כולל חבת ירושלים פוילט אלעס גוטס.

מוסדות חוש מוסדות חוש, דא האט איר א סעמפעל