☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן

וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5981

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:11 pm

· #187371
וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן
פון די שווערע ארבעט'ס אומשטענדן ביז צו די נידעריגע אפצאל, פון די שטייפע באהאנדלונג ביז צו די סעקסואלע הערסעמענט. וויאזוי עס זעט אויס פון די "גויטע"'ס פערספעקטיוו. ישמע חכם ויוסף לקח.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:13 pm

· #187372
פארציילן זיי אויך פון זייערע גניבות... וויפיל אידישע הייזער האבן זיי בארויבט געלט, דזשולארי

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:17 pm

· #187374
פיר זיך צו איר ווי א רויבערטע און זי וועט ווערן א רויבערטע. באהאנדל איר ווי אן ערליכע ארבעטארין, און דאס וועט זי זיין. בדרך כלל.

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:22 pm

· #187376
נו נו
איך בין טאקע מוראדיג מקפיד אז מען זאל געבען אין שטיב רעספעקט פאר די קליניג לעידיס, זיי זענען נישט קיין עבדים זיי ארבעטען ביטער שווער פאר זייער געלט און ורחמיו על כל מעשיו איז אסאך מער נוגע ביי א מענטש ווי ביי א חיה אדער בהמה
איך האב א קפידה ווען אימער מיר עסען אין שטיב, זאלען מיר געבען ממש די זעלבע עסען פאר איר אפילו ווען דאס זאל זיין טייערע סטעיק
א טיפ איז א שטענדיגע מנהג ביי מיר
און א מתנה איינמאל א יאר איז נישט קיין חיסרון

אין איין ווארט זיי זענען מענטשען זיי געדענקען פינקט ווי די, און געדענק זיי מקדש שם שמים
זאל זי זאגען אין די גאסען אז "אזא פאלק ווי די אידען איז נישט דא, א פאלק מיט מענטשליכע געפילען און מאנירען"

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:25 pm

· #187378
יעדער מענשט מיט שכל פארשטייט צו טריטען שיין זיינע ארבעטערס. ס'שווער צו זאגן אז זיי ארבעטן ביטער שווער, זיי נעמען זיך גוט זייער צייט... שטייען א שעה ביים סינק און וואשן דע דישעס... מיר נעמט עס 15 מינוט. טו מיר א טובה

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:28 pm

· #187380
ממך ילמדו, טיטאניק. כ'וועל זאגן דעם אמת, ווען כ'האב באקומען דעם לינק צום ווידעא האב איך געקרעכעצט ווייל כ'האב געמיינט אז דערויף וועט מען הערן אפאר "גויטעס" זיך אפרעדן איבער דאס נידעריגע אפצאל, דאס ביליגע באהאנדלונג, און די שווערע ארבעט. עס איז מיר בכלל נישט איינגעפאלן צו טראכטן אין ריכטונג פון סעקסואלע הערעסמענט און אויפן ערשטן סעקונדע בין איך געווארן שאקירט. מיין שאק האט גלייך עוואפארירט און איר פלאץ האט באנומען א טיפן בושה און ווייטאג.

כ'בין נישט קיין גר, ר' (פינטעל). כ'ווייס פונקטליך וויאזוי מ'באהאנדלט "גויטעס" אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק. לאקשן פארקויף פארן רעפארטער ווען ער וועט דיך קומען פארהערן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:29 pm

· #187381
די קליפ איז כשר אמת, אבער עס האט אן אגענדע. זיי האבן נאר ארויפגעלייגט נעגאטיווע געשיכטעס. די פרוי וואס קלינט ביי מיר אין די היים שעלט צאם ישראלי'ס פון פלעטבוש, אבער הערט נישט אויף משבח צו זיין ווי שיין מ'איז צו איר אין ווילאמסבורג.

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:31 pm

· #187382
אודאי האט עס אן אגענדע. בכלל, די "גויטעס" וועלכע באלאנגן נישט צו קיין אגענטור אדער קומען נישט רעקאמאנדירט פון געשולטע "גויטעס" נאר שטייען ביים קארנער זענען געווענטליך שוואכערע קוואליטעט אדער נארוואס-אראפ-פון-שיף. עס איז אבער דאך דא א גרויסער אמת דערין, למחצה, לשליש, אדער לרביע.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:31 pm

· #187384
איך בין אויך נישט א גר און איך ווייס גארנישט. דער וואס פירט זיך אויף גוט וועט נישט איינפאלן אז אנדערע טון שלעכט... איך פיר זיך אויף גוט און רעספעטפול צו א גויטע געהילף. אבער אז דו ווייסט אנדערש מסתם ביזטו עס נאכגעגאנגען. איך ווייס נישט

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:32 pm

· #187386
זיי זענען ווערט דאס געלט.
זיי האבן 0 ריספאנסעבילטי, מיין ווייב פלאנט איר טאג און די גויטע קומט נישט נישט אן.
ניטאמאל קאלן זאגן א באבע תירץ פארוואס זי קומט נישט.

אפטעמיסט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:33 pm

· #187387
די חוצפה וואס די מעקסיקאנע אומליעגאלע גויטעס האבן איז שרעקליך. ס'איז זענען אוודאי דא אידן וואס פירן זיך נישט אויף צו זיי מענטשליך, אבער דער רוב, ווי ווייט איך ווייס, באנעמט זיך צו זיי זייער העפליך.
מ'צאלט זיי צעהן דאלאר א שעה, און זיי האבן נאך טענות. היימישע אינגעלייט מאכן נישט צי פיל מער נאכן אראפרעכענען טעקסעס. און לגבי הערעסמענט, וועלכע געזונטע זכר האט תאוות אויף אזעלכע שיינע פרויען? אתמהה.

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:33 pm

· #187388
(פינטל) -- אויב אזוי, ממך ילמדו! פרעג אמאל דיין "גויטע" וויאזוי מ'האט איר באהאנדלט אין אנדערע אידישע שטובער. איך בין נייגעריג אין דעם ענטפער וואס זי וועט דיר געבן.

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:34 pm

· #187389
אפטעמיסט
וועלכע געזונטע זכר האט תאוות אויף אזעלכע שיינע פרויען? אתמהה.

די סארט וואס אראנדזשירן די צניעות אסיפות.

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:34 pm

· #187390
דער (פינטעל) איד
יעדער מענשט מיט שכל פארשטייט צו טריטען שיין זיינע ארבעטערס. ס'שווער צו זאגן אז זיי ארבעטן ביטער שווער, זיי נעמען זיך גוט זייער צייט... שטייען א שעה ביים סינק און וואשן דע דישעס... מיר נעמט עס 15 מינוט. טו מיר א טובה

דיין גויטע, אבער מיינס ארבעט זייער פלייסיג, און אז נישט זאג איך איר זייער איידעל
למשל זי פלעגט רעדען מיט א העט סעט אויפען טעלעפאן האב איך איר געזאגט איידעל אז i don't like when talk @ work זי האט עס אנגענימען מיט פארשטענדעניש און ענדע טאג האב איך איר ציגעבען א שיינע טיפ און זי האט פארשטאנען פארוואס זי האט עס באקימען
לעולם יהיה אדם, און א ירא שמים איז דאפעלט מענטש פון א געהעריגער אדם

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:36 pm

· #187392
מ'קען נישט אריינלייגן א גאנצע געמיינדע אין איין סטיריאטייפ גרופ. סיי לגבי וויאזוי אידן באהאנדלן די פרויען, און סיי וויאזוי די פרויען באהאנדלן די אידן. יעדער מענטש ווערט געמשפט לויט זיינע מעשים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:41 pm

· #187396
רויטע וואנצעס
די קליפ איז כשר אמת, אבער עס האט אן אגענדע. זיי האבן נאר ארויפגעלייגט נעגאטיווע געשיכטעס. די פרוי וואס קלינט ביי מיר אין די היים שעלט צאם ישראלי'ס פון פלעטבוש, אבער הערט נישט אויף משבח צו זיין ווי שיין מ'איז צו איר אין ווילאמסבורג.

און ווען זי גייט צו די ישראלי'ס אין פלעטבוש (אדער בארא פארק) שעלט זי צוזאם די ארבייט געבערינס אין וויליאמסבורג. בלי שום ספק אז ס'איז דא א שטיקל אמת אין וואס זיי פארציילן. אבער זיי זענען היבש מגזים. ס'איז נישט באלאנסירט. ווייל קיין גוט ווארט (אז מ'באהנדלט זיי גוט און יושר'דיג) הערט מען נישט. ס'שאפט זיך דער רושם כאילו די אידן זענען די ברוטאלסטע באשעפענישן אויף די וועלט, וועלכע טראכטן נאר פון סעקס און אונטערדריקונג א גאנצן טאג.
איך בין א ביסל פאראנויד. דאס איז א תוצאה פון אנטיסעמיטיזם, און דאס שאפט מער אנטיסעמיטיזם, און א בארעכטיגונג פיינט צו האבן דעם (אוניווערסאלן) איד. 😈 😈 🙄 😕 😢 😲 😮 😞

אי איתמר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:13 pm

· #187413
איש הישר
ממך ילמדו, טיטאניק. כ'וועל זאגן דעם אמת, ווען כ'האב באקומען דעם לינק צום ווידעא האב איך געקרעכעצט ווייל כ'האב געמיינט אז דערויף וועט מען הערן אפאר "גויטעס" זיך אפרעדן איבער דאס נידעריגע אפצאל, דאס ביליגע באהאנדלונג, און די שווערע ארבעט. עס איז מיר בכלל נישט איינגעפאלן צו טראכטן אין ריכטונג פון סעקסואלע הערעסמענט און אויפן ערשטן סעקונדע בין איך געווארן שאקירט. מיין שאק האט גלייך עוואפארירט און איר פלאץ האט באנומען א טיפן בושה און ווייטאג.

כ'בין נישט קיין גר, ר' (פינטעל). כ'ווייס פונקטליך וויאזוי מ'באהאנדלט "גויטעס" אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק. לאקשן פארקויף פארן רעפארטער ווען ער וועט דיך קומען פארהערן.


דעי לאטינא'ס זענען נישט ווערט קיין פרוטה אחת,
זאלען זיי טאקע נישט קומען.. א שאד די געלט..
משא''כ די פוילישע האבען די פאך אין די האנט..
(מיין ווייב האט מיר אמאל אהימגערופען זו האט גענומען א ספאנישע גויטע אין די גויטע שטייט מיט די בעזעם פארקערט און קערט אויף די וואנט, זי האט איר נאך געגעבן $5 זי זאל גיין, אין געבעטען א טובה זי זאל נישט מיטנעמען די בעזעם,)

סעקסואלע הערעסמענט..? דו האלסט ס'איז אמת? ער בעט נאך א מעסעדזש פון אזאלעכע מיסע קעץ..?

לכוראה איז דאס ספאנישע אניסעמיטיזעם...ותו לא,

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:15 pm

· #187415
פארשטייט זיך אז די ווידיאו פאוקוס'ט אויף איין זייט, אוודאי איז דא מענטשען וואס טריטן די ארבעטארינ'ס נארמאל, און אביוז ביי אומלעגאלע day laborers איז נישט קיין אידישע מחלה, וויבאלד זיי האבן מורא פון די פאליציי, מ'זאל זיי נישט צוריק שיקן, ווייסן מענטשען אז מ'קען טוהן מיט זיי וואס מ'וויל. אבער דאס איז זיכער אז ביי געוויסע בתוכינו איז דא די מושג וואס איינער פון די פרויען זאגן דארט, אז מ'קוקט זיי אן ווי עפעס ווייניגער, subhuman.

ווי אויך קען נישט די גאנצע בלעים גיין אויף די מענשען, די גאווערמענט וואס מאכט נישט קיין געהעריגע אימיגראציע ריפארם, און שטופט די מענטשען צו ארבעטן אומלעגאל, דאס שאדט פאר יעדעם, פארמערט קריים ביי זיי, און ס'נישט גוט פאר קיינעם.

ברוך שאמר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:46 pm

· #187440
איש הישר
פיר זיך צו איר ווי א רויבערטע און זי וועט ווערן א רויבערטע. באהאנדל איר ווי אן ערליכע ארבעטארין, און דאס וועט זי זיין. בדרך כלל.

יעצט האסטי סתם געפלוישט !

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:52 pm

· #187444
ברוך שאמר
איש הישר
פיר זיך צו איר ווי א רויבערטע און זי וועט ווערן א רויבערטע. באהאנדל איר ווי אן ערליכע ארבעטארין, און דאס וועט זי זיין. בדרך כלל.

יעצט האסטי סתם געפלוישט !

פארוואס? די מעקסיקאנע האבן א הלכה אז פון נישט קיין ספאנישע מעג מען גנב'נען, זיי רופן עס טעות עכו"ם (עובדי כוכבים ואינם מעקסיקאנער).

איחוד פעלד » פרייטאג פעברואר 28, 2014 6:37 am

· #187489
<a class="postlink" href="http://www.vocativ.com/video/immigrant-day-laborers/">http://www.vocativ.com/video/immigrant-day-laborers/</a>


דער מקור פין דער ווידיא

הקטן » פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:29 am

· #187502
דער (פינטעל) איד
יעדער מענשט מיט שכל פארשטייט צו טריטען שיין זיינע ארבעטערס. ס'שווער צו זאגן אז זיי ארבעטן ביטער שווער, זיי נעמען זיך גוט זייער צייט... שטייען א שעה ביים סינק און וואשן דע דישעס... מיר נעמט עס 15 מינוט. טו מיר א טובה

טויש קליניק לעדי, שנעל.

הקטן » פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:43 am

· #187506
דו לץ דארט זאגט אז ער איז געגאנגען אויסזאגן די ראבייס אין די ראבייס האבן אים געזאגט אז ער זאל זאגן דו נעמען און זיי וועלען קער נעמען. הערט ער נישט נחום? ווייסט ער נישט פין 911 פאר וואס גייט ער צו דו לג-לג- רבנים

מ גפני » פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:07 am

· #187512
ווער האט אים איינגערעדט אז ווען א פרוי איז נישט ריין מוז זי זיין אינדרויסן פון הויז? איז דאס א נייע HOLE IN THE SHEET בילבול?

הקטן » פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:24 am

· #187518
סך הכול זאגט דאס אז ער האט קיינמאל צו קיין פרוי נישט גערעד. אנפאנג ווען ער איז מסביר וואו אזוי אידען האלטן זיך באחדות קענסטו זעהן זיין שנאת ישראל.

יעקעלע חכם » פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:29 am

· #187520
איש הישר
אפטעמיסט
וועלכע געזונטע זכר האט תאוות אויף אזעלכע שיינע פרויען? אתמהה.

די סארט וואס אראנדזשירן די צניעות אסיפות.

שעפעלע, קיינער האט אויף די עקלדיגע גויטע׳ס נישט קיין תאוה׳ת, עס איז נישט דא נאך אזא שמוציג פאלק ווי די פאטריקאנער און די ספאנישע, מען שלאפט דארט עשרה משפחות בפונדק אחד, און מען טוישט זיך מיט איינער דעם צווייטען נאכט נאך נאכט..

קאן זיין אז די דיסקאסטינג גויטע וואלט ווען געוואלט אז מען זאל אויף איר האבן תאווה׳ס עס פאסירט אבער נישט.

האק נישט און קאפ, און לאז נישט אז דיין אנטעסעמיזם און סעלף העיט זאל דיך אראפירן פון די גלייכע רעלסן, קום אויף מיט בעסערע אטאקעס אויף די חרדים.

חכם עתיק » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:54 am

· #194681
יענקעלע קען זיין, און אזוי דארף ווען זיין אז מען זאל נישט תאווה'נען די חולאתן..

אבער שני תשובות בדבר

ערשטענס סאיז איבעראל דא בעסערע און שוואכערע, געמיינערע אן שענערע, שטינקעדיגע און שמעקעדיגע..

צווייטנס, דער יונגערמאן בחור וואס זיין דמיון ארבייט... אדער האט אמאל געליינט אן הייסן ארטיקל וועגן א גויטע, רעדט זיך איין אז עס איז דא סחורה..

אלענפאלס נישט אומזינסט האט די תורה גאסרט יחוד מיט עניוואן.

און גאר וויכטיג וואלט געווען ווען מען זאל עדיוקעיטן אונזער עולם וואסערע קריים דאס איז. מען זאל וויסן זיך צו היטן.

דריידל » זונטאג אפריל 6, 2014 10:56 am

· #194861
אפטעמיסט
און לגבי הערעסמענט, וועלכע געזונטע זכר האט תאוות אויף אזעלכע שיינע פרויען? אתמהה.


אונז האמיר גענוג קראנקע, ליידער

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 1, 2014 6:15 pm

· #198493
א צדיקת פון א גויטע
פאר פסח האט מיין ווייב דערציילט אונזער גויטע איבער עפעס א אינספעקשין אין די ביזנעס און מ'האפט ס'וועט געלונגען וכו'. א קיצור היינט קומט זי פארציילן אז זי האט מתפלל געווען פאר אונז, און געבעטן איר גלח אין קירכע, און אויך איר חברטעס מ'זאל דאווענען פאר די הצלחה פון איר בעל הבית. זי האט זיך אזוי געפריידט צו הערן אז די אינספעקשען איז געלונעגען בזכות תפלה'תיה.

signout » דאנערשטאג מאי 1, 2014 6:37 pm

· #198496
דריידל
אפטעמיסט
און לגבי הערעסמענט, וועלכע געזונטע זכר האט תאוות אויף אזעלכע שיינע פרויען? אתמהה.


אונז האמיר גענוג קראנקע, ליידער

די גרעסטע קרענק וואס דרייט זיך דא איז די סעלף העיטינג זשויס ליידער וואס וועלן זוכן צו גלייבן א איליגעל אומיגראנט וואס שלאגט זיך מיט איר אידישע בעה''ב וואס איז נישט צופרידן פין איר ארבעט