☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פלאקאטן פון רויטע בלוט טינט

פלאקאטן פון רויטע בלוט טינט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5980

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:38 pm

· #187360
פלאקאטן פון רויטע בלוט טינט
פלאקאטן פון רויטע בלוט-טינט,
ווערן געהאנגען געשווינד,
דריי אדער פיר אויף יעדער עק,
אנגעהאנגען מיט די דרעק,
אפאר עסקנים איבריג צייט,
די רבנים דעם קאפ פארדרייט,
צניעות פון בנות ישראל,
זיי זענען די קרבן אלעמאל,
זיי ברענגן אלע צרות,
דרייט מען מיט קרומע סברות,
די גדולים מיט קטנים צוזאם,
א געלענגהייט אן אויסנאם,
אינטערדריקן שררה ווייזן,
חלילה נישט צום גוי זיך צופאסן,
די גוי איז נאר גוט אויף ערכאות,
ווען מ'איז נישט ביזי מיט מחאות,
מחלוקת, גניבה, איז הייליג טייער,
אבער די פרויען גייען ברענען אין פייער,
די תורה ווי א שפילצייג אין האנט,
ביי בין אדם צו שפאט און צושאנד,
פני הדור ליידער ווי א הונט,
אויף יענעם און יעדעם מ'בילט,
מ'לעקט און מ'צאפט בלוט מיט די ביין,
מחאות, און מסיבות אויף ניין, ניין, ניין,
אהבה, מידות, און מענשטליכקייט,
ליגט פארשעמט אין די זייט,
איש כל הישר איז היינט א פאקט,
בעיניו יעשה האב די עסקנים פארפאקט.

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:53 pm

· #187364
עקסעלענט! צום פינטל!

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:39 pm

· #187395
מען זינגט דאס אויף די ניגון פון "בבואו מאדום חמוץ מטשאלענט"

רויטע וואנצעס » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:14 am

· #187453
טיטאניק
מען זינגט דאס אויף די ניגון פון "בבואו מאדום חמוץ מטשאלענט"


ענדיג צו זבח לו בבצרה וטבח לו בבגדים...

ונבנתה העיר » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:28 am

· #187460
מלבושיו להאדים...

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 28, 2014 6:29 am

· #187488
בכוחו הגדול...
פשיהא, ליכא מידי דלא רמיזא.