☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » קובץ פנינים והנהגות מהרב שטיינמן--נישט צום גלייבן!

קובץ פנינים והנהגות מהרב שטיינמן--נישט צום גלייבן!

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5968

עסקן בדברים » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:57 pm

· #186990
קובץ פנינים והנהגות מהרב שטיינמן--נישט צום גלייבן!
האט איינער געזען דעם קונטרס? איז עס עכט? יעדער צווייטער שטיקל זעהט אויס ווי ס' פון א ריפארמער אדער א גאר מאדערן ארטאדאקס רב. למשל ער האלט אין איין אוועקמאכן בין אדם למקום זאכן אריינגערעכנט לימוד התורה

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/c1hh0iww76w2y5t/%D7%A4%D7%A0%D7%99%D7%A0%D7%99%20%D7%9E%D7%A8%D7%9F%20%D7%A8%D7%90%D7%A9%20%D7%94%D7%99%D7%A9%D7%99%D7%91%D7%94%20%D7%97%D7%9C%D7%A7%20%D7%90%27%20%D7%9E%D7%94%D7%93%D7%95%D7%A8%D7%94%20%D7%97%D7%93%D7%A9%D7%94%20%D7%95%D7%97%D7%9C%D7%A7%20%D7%91%27-1.pdf">https://www.dropbox.com/s/c1hh0iww76w2y ... 1%27-1.pdf</a>

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:11 pm

· #186995
פלאי פלאים.
כ'קען הערן און פארשטיין זיין מהלך, אבער כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי די חסידיש-געווארענע-ליטוואקען האבן אים געמאכט פאר גדול הדור, בעוד וואס זיינע שיטות זענען איין שטיק קאווע שטיבל.

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:14 pm

· #186996
כ'קען עס נישט גלויבן... ארויסגענומען אלע קאנטערוועסיאנאלע ענינים...

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:26 pm

· #187004
סא. ובשיחה לפתיחת זמן חורף תשע"ב בישיבת 'אורחות תורה' אמר רבנו,
"הנה מתחיל הזמן ולומדים מסכת גיטין וב"ה כול לומדים טוב ומה צריך לדבר?, אבל יש דבר אחד שרציתי לעורר,
לקבל תוספת שבת מוקד חצי שעה לפני השקיעה". ('גנזי המל')

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:31 pm

· #187006
omg

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:35 pm

· #187010
עא. שאל רבנו "קשה שמצינו בקידושין (נ"ט ע"א) שרב חשש שמא יקדמנו אחר, ומה עם ביטחון?"
והשיב רבנו "מספרי על ר' ישראל סלנטר שהיה לו ביטחון על שעו זהב והגיע לו,
אלא שרוב העולם לאו ר' ישראל סלנטר נינהו!".

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:58 pm

· #187017
דא האט איר יא א פיינע זאך, קאווע שטיבל מיטגלידער דארפן מיר לייקן פארן ברענגען אזא שיינע מעשה...

קלח. כשבאו להחתים את רבנו על מכתב למנהלי חדרים שלא יקבלו ילדים שיש בבתיהם
'אינטרנט' פרוץ, גער בה רבנו "מה אשמים הילדים?"

קמו. הרב ש.ב. סורוצקי שאל את רבנו האם הוא יכול שלא לקבל לת"ת שבניהולו בעיר בית
שמש תלמיד מבית ' מודרני' שאינו מתאים לרמה הרוחנית של הת"ת, גער בו רבנו " מה אתם רוצים
שיסעו לאמריקה ללמוד? מה, שישלחו את הילד ללמוד בירח?", וכשאמרו לו שיש עוד תתי"ם בעיר
ואצלם יש אברך שחושש שבניו יתקלקלו מילדים אלו הגיב רבנו בכעס "זה רק גאוה והוא רוצה רק
גאוה! זה גאוה, גאוה גאוה, אך ורק גאוה! שלא תחשוב שזה יראת שמים, זה רק גאוה גאוה וגאוה!
זה הכל! הוא רוצה גאוה במאה אחוז!", ואמרו לרבנו שמדובר באברך חשוב ות"ח גדול, ענה רבנו
"אז הוא בעל גאוה גדול!". עוד הוסיף רבנו "הם אומרי שמתקלקלים שם. נו, ובחיידרים טובים
לא מתקלקלים? גם שם מתקלקלים."

עסקן בדברים » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:12 pm

· #187021
this last one is on youtube
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=tx-XpZDdyjw">http://www.youtube.com/watch?v=tx-XpZDdyjw</a>

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:20 pm

· #187026
ריג. אברך שבא לרבנו בענין בתו שלא התקבלה לסמינר אמר לרבנו שבתו יושבת כל היום
ובוכה, אמר לו רבנו "כעת באלול זה טוב לבכות!"

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:24 pm

· #187028
רטו. בעת ניחום אבלים אצל צ"רא טויב, סיפרו בפני רבנו את המסופר (ב'תולדות ריז"ס' עמ'
קלד) על הגר"ח מוואלוזין' שפעם מצאוהו מתפלש ומתאבק על רצפת הישיבה ואמר
שכתוב בחז"ל והוי מתאבק בעפר רגליהם של תלמידי חכמים ואין מקרא יוצא מידי פשוטו ,
הקשה רבנו "מאיפה היה שם חול על הרצפה?".

עסקן בדברים » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:29 pm

· #187030
פון די "מילואים" צום סוף זעהט מען קלאר אז די קונטרס איז ארויסגעגעבן דורך זיינע שונאים
וצ"ע אויב ס' אלץ פארלעסליך

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:39 pm

· #187031
ס'איז קלאר פון זיינע שונאים, נישט קיין שאלה. מען זעט עס צווישן די שורות.

אט האט איר א ריכטיגע קאנסערווערסיע:
רסג. הרב י.מ.ה. שאל את רבנו שהיות ויודע על משיב בישיבה פלונית בירושלים שעובר
בקביעות על עבירות חמורות ביותר, האם עליו להודיע זאת לרה"י כדי שיפטרו הו מתפקידו
מחשש שישפיע לרעה על הבחורים, אמר לו רבנו "לא נורא, זו ישיבה עם קצת בחורים והוא רק
משיב, לא צריך לומר כלום לראש ישיבה והוא יכול להמשיך שם".

מורינו הרב » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:44 pm

· #187032
רע. בעת שבא רבנו לניחום אבלים לאחר פטירתו של הגרמ"ש שפירא זצ"ל רה"י דבאר יעקב
שאל בנו הגרנצ"י את רבנו " הא רה"י הכיר את אבא?" והשיבו רבנו "פעם במועצת אצל הרב ש"ך
הוא דיבר אבל מסתמא לא הקשבתי לו!"

רעא. אח"כ סיפר לרבנו על איזו הנהגה של אביו , ואמר רבנו על כך "זה היה שלא כהלכה
והיה אסור לו לעשות כ!". וכאשר ציין הגרנ"צ בפני רבנו "אבא היה אצילי והיה אוכל יפה ובדרך
ארץ!" נענה רבנו ואמר "בגרמניה היו ג"כ הרבה אנשים שאכלו יפה והיו רוצחים!".

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:00 am

· #187126
עסקן בדברים
האט איינער געזען דעם קונטרס? איז עס עכט? יעדער צווייטער שטיקל זעהט אויס ווי ס' פון א ריפארמער אדער א גאר מאדערן ארטאדאקס רב. למשל ער האלט אין איין אוועקמאכן בין אדם למקום זאכן אריינגערעכנט לימוד התורה

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/c1hh0iww76w2y5t/%D7%A4%D7%A0%D7%99%D7%A0%D7%99%20%D7%9E%D7%A8%D7%9F%20%D7%A8%D7%90%D7%A9%20%D7%94%D7%99%D7%A9%D7%99%D7%91%D7%94%20%D7%97%D7%9C%D7%A7%20%D7%90%27%20%D7%9E%D7%94%D7%93%D7%95%D7%A8%D7%94%20%D7%97%D7%93%D7%A9%D7%94%20%D7%95%D7%97%D7%9C%D7%A7%20%D7%91%27-1.pdf">https://www.dropbox.com/s/c1hh0iww76w2y ... 1%27-1.pdf</a>

Nothing Here
The file you're looking for has been deleted or moved.

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:20 am

· #187153
It has an email address
<!-- e --><a href="mailto:a419420@gmail.com">a419420@gmail.com</a><!-- e --> where they offer to email it

I also saved the pdf, it is too big to attach here, but I can also email it to anyone when I get around to it if they give me their email addres

לעיקוואד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:31 pm

· #187165
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/ud40yhotunz41vs/%D7%A4%D7%A0%D7%99%D7%A0%D7%99%20%D7%9E%D7%A8%D7%9F%20%D7%A8%D7%90%D7%A9%20%D7%94%D7%99%D7%A9%D7%99%D7%91%D7%94.pdf">https://www.dropbox.com/s/ud40yhotunz41 ... %D7%94.pdf</a>

דער לינק דארף צו ארבעטן.

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:44 pm

· #187212
ווייסט איינער צו די מקורות, למשל כתבי התלמידים, זענען עכט?

לעיקוואד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:47 pm

· #187214
אויף וויפיל איך האב געקענט מברר זיין, איז דער קונטרס גאנץ מדוייק, עכ"פ נאך אזוי מדוייק ווי יעדער אנדערער קונטרס וואס קומט ארויס בשם גדולי ישראל. די זאכען דארט וואס זענען ניתן לבירור קען יעדער נאכקוקען און זעהן אז עס איז ריכטיג עס שטייט דארט אזוי.
אויך, א תלמיד פון הרב שטיינמאן האט מיר געזאגט אויף דעם קונטרס דער משל הידוע פון חפץ חיים, אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות, כלומר אפילו אז עס זענען דא אפשר אפאר זאכען וואס זענען נישט ממש פונקט, שפיגעלט דאס אפ באופן כללי די ווועג וויאזוי ער טראכט און רעדט.

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:10 pm

· #187217
Lakewood,
What do you think will be the end of Rav Shteinman? It's hard to imagine that he will fall from grace at this point. But it's even harder to imagine that his views will become accepted. I geuss it will be like the Rambam that he and his views will be seperated to some extent,

גם כי אלך » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:44 pm

· #187226
דער קונטרס איז שוין אן אלטער, שוין ארויסגעגעבן געווארן אין עטליכע ווערסיעס.

למעשה סאונט עס צו זיין גאנץ קראנט, עכ"פ די גרעסטע מערהייט פון די פנינים דארט האבן געהעריגע מקורות וואס מענטשן קענען נאכקוקן אדער געדענקן, און ס'איז בכלל נישט קיין סוד מיינעך אז הרב שטיינמאן האט א ליניע, ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל און וואס ער האט צוטאן. זיין ענד- ציל איז צו נארמאלעזירן די ישיבהישע קרייזן, און מיט אסאך זאכן האט ער רעכט לדוגמה דאס ענין פון ארבעטלאזיגקייט וואס ווערט מיט יעדן פארבייגענדן טאג א מוחש'דיגע געפאר אויפן היימישן ישוב אין ארץ ישראל.

נו שוין, אינטער דעם פארקוועטשן בארד און אויסגעדארטן פנים ליגט א גרויסער חכם און א ריכטיגער גברא וואס האט זיין מהלך גוט ארויס.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:30 pm

· #187237
א בליק איבער די מהלך פון רב שטיינמאן פון אלעזר שטרן

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:02 pm

· #187263
איך האב געליינט אפאר דפים. נו נו, איך זיי נישט אזוי געפערליך דארט. ער איז נישט קיין נערישען כ'ניאק. דאס איז דער גאנצער. ער האלט נישט פון התפעלות חיצונית און איז גרייט אריינצודרינגען אין א זאך און טרעפען אן אנדערען דערהער אין וואס א פשוט'ען קאפ וואלט געזען פאר א גוטע זאך.
און אז אין מיט'ן א שמועס אין א ישיבה זאגט ער אז היינט קען מען נישט מתאבל זיין אויפ'ן חרבן, און דער דרוקער שרייבט עס פאר א 'פסק הלכה', מיינט נישט אז דאס האט ער געזאגט. ליין עס נארמאל און געדענק אז דער רעבע פון זיין גרויסע מתנגדים פון דער ירושלים דאמעריקא זענען תלמידים פון איינער וואס זיין באקאנטע מימרות זענען "ענדעריש זיך בוקען טויזענט מאל צום צלם, ווי איידער רעדען איין ווארט העברעאיש" און "דער וואס שטיצט מיין מוסדות וועל איך נישט שולדיג בלייבען". נו, נתקטנו הדורות.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:11 pm

· #187266
מרן רב שטינמאן שליט"א איז א חכם און שארפער. מענטשן וואס זעהן אים (אדער א פיקטשור...) מיינען אז היות ער איז אזא צנוע און שפל און בעל מדות איז דאס א סתירה מיט האבן א שארפע בליק און גשפיצטע ווערטער'ליך. עיין הקדמת מס"י לרבינו הרמח"ל.
ער איז אן אייגנארטיגער טראכטער, קויפט נישט פאר גוט געלט יעדס ווארט בשם ר' חיים אדער דעם חזו"א.
פארשטייט אז מדות איז וויכטיגער פון כמה וכמה דקדוקי הדין און פון רוב מנהגים.
פארשטייט וואס דער חסרון פון דעם היינטיגן דור איז.
נאר, ליידער מעשה שטן כנראה יצליח, און זיי זענן מצליח אים אריינצושלעפן אין מחלוקת וואו ער קען זיך נישט ריינוואשן אדער ארויסדרייען.
דהיינו: קיין שום אנדרע מחלוקת וואלט ער נישט גווארן אינוואלווד, ער איז א בעל מדות און איש שלום. אבער זיי פרובירן אזוי אונטערצו רייסן זיין עצם קיום אלס א ערליכער ייד. און פרובירן צו מינימייזן זיינע השפעות אויף כלל ישראל. ממילא דאס עצם צוריקענטפערן איז אוטומאטיש אן אקט פון מחלוקת. ויש להאריך אך אין להאריך.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:25 pm

· #187292
צו וואס ברויך מען אזוי שטארק ארויסגיין קעגן די מחמירים בגיוס?
און קעגן די וואס זענען זומם לגייס את כלל ישראל היט מען בכל מיני אופנים חלילה ניש אויסצודריקען מער ווי א בקשה כלפי שמיא?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:07 pm

· #187343
נאר,,פרייליך
צו וואס ברויך מען אזוי שטארק ארויסגיין קעגן די מחמירים בגיוס?
און קעגן די וואס זענען זומם לגייס את כלל ישראל היט מען בכל מיני אופנים חלילה ניש אויסצודריקען מער ווי א בקשה כלפי שמיא?

שמעתי אז אין איינע פון די ספרים אדער שמועסן פון דעם סטמאר רבי ז"ל שרייבט ער אז די נטו"ק איז ערגר פון די ציונים. דון מינה ואוקי באתרין.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:34 am

· #187503
נאר,,פרייליך
צו וואס ברויך מען אזוי שטארק ארויסגיין קעגן די מחמירים בגיוס?
און קעגן די וואס זענען זומם לגייס את כלל ישראל היט מען בכל מיני אופנים חלילה ניש אויסצודריקען מער ווי א בקשה כלפי שמיא?

איך האב די זעלבע שאלה. ס'קומט א איד ווי הרב שטיינמן, וואס האט אזוי מורא פאר'ן מיליטער אז ער בעט זיך ביי יעדע וואס וויל עפעס טוהן 'היט זיך, מ'דארף מורא האבען נאר טוהן ריכטיגע שריטען, ווייל דער מצב איז אזוי ערנסט און יעדע גרייז קען האבען נצחיות'דיגע באדייטען', אבער די קלי עולם, די קנאים, די עמי הארץ (עניים בתורה), שלעכטע מענטשען וואס באניצען זיך מיט אן אנשטעל פון 'קנאות' אויסצופירען זייער תאוות, האלטען אין איין מיקל זיין אין די פראבלעם פון גיוס און טוהן נעריש'ער טריטען נאכאנאנד, וואס קען ברענגען גרויסע פראבלעמען אויף כלל ישראל.
הרב שטיינמאן שליט"א איז משמיע דעת תורה ברמה, על אף די אלע דזשוליקע'ס וואס פראיברען צו דערשטיקען דער דעת תורה הצרופה.
(זארקג דיך נישט פרייליך, נישט דיר מיינט מען, דו ביסט נישט קיין שטער פאר הרב שטיינמאן, דו מעגסט ווייטער בילען, דיין רעדעכץ פאראורזאכט נישט קיין פראבלעמען פאר קיינעם)

נאר,,פרייליך » פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:37 am

· #187522
היימישער ליטוואק
נאר,,פרייליך
צו וואס ברויך מען אזוי שטארק ארויסגיין קעגן די מחמירים בגיוס?
און קעגן די וואס זענען זומם לגייס את כלל ישראל היט מען בכל מיני אופנים חלילה ניש אויסצודריקען מער ווי א בקשה כלפי שמיא?

שמעתי אז אין איינע פון די ספרים אדער שמועסן פון דעם סטמאר רבי ז"ל שרייבט ער אז די נטו"ק איז ערגר פון די ציונים. דון מינה ואוקי באתרין.


דאס האט מיר גורם געווען צו פרעגן מיין פראגע, און כ'וועל דיר עס איבערפרעגן, אויף סאטמאר רב הערט מען נאר א שמעתי איבער אזוינע סטעיטמענטס דא גיסט זיך אזעלכע שמעתי'ס אין די גאסען, און דאס שיקען אידישע קינדער לצה''ל איז ליידער בריש גלי און מען היט זיך זייער דאס מויל וויזוי צו רעדן נגד הפושעים, עד כדי אז דאס מיליטער האט ערלויבט זינטאג צוגיין צום עצרת, היות עס איז א 'בלויזע תפלה' און ניש חלילה אן אטאקע נגדם,

מי יתן והי' אז לפחות וויפיל מען איז מקלל נגד הרב אויערבאך זאל געהערט ווערן נגד די גוזרי גזירה.

נאר,,פרייליך » פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:40 am

· #187523
ליטוואק פון בודאפעסט
נאר,,פרייליך
צו וואס ברויך מען אזוי שטארק ארויסגיין קעגן די מחמירים בגיוס?
און קעגן די וואס זענען זומם לגייס את כלל ישראל היט מען בכל מיני אופנים חלילה ניש אויסצודריקען מער ווי א בקשה כלפי שמיא?

איך האב די זעלבע שאלה. ס'קומט א איד ווי הרב שטיינמן, וואס האט אזוי מורא פאר'ן מיליטער אז ער בעט זיך ביי יעדע וואס וויל עפעס טוהן 'היט זיך, מ'דארף מורא האבען נאר טוהן ריכטיגע שריטען, ווייל דער מצב איז אזוי ערנסט און יעדע גרייז קען האבען נצחיות'דיגע באדייטען', אבער די קלי עולם, די קנאים, די עמי הארץ (עניים בתורה), שלעכטע מענטשען וואס באניצען זיך מיט אן אנשטעל פון 'קנאות' אויסצופירען זייער תאוות, האלטען אין איין מיקל זיין אין די פראבלעם פון גיוס און טוהן נעריש'ער טריטען נאכאנאנד, וואס קען ברענגען גרויסע פראבלעמען אויף כלל ישראל.
הרב שטיינמאן שליט"א איז משמיע דעת תורה ברמה, על אף די אלע דזשוליקע'ס וואס פראיברען צו דערשטיקען דער דעת תורה הצרופה.
(זארקג דיך נישט פרייליך, נישט דיר מיינט מען, דו ביסט נישט קיין שטער פאר הרב שטיינמאן, דו מעגסט ווייטער בילען, דיין רעדעכץ פאראורזאכט נישט קיין פראבלעמען פאר קיינעם)


איך וואלט נאר געראטען אזא ליטאי כמוך, איבערצוקוקען רייד פון דער חבר כנסת אלעזר שטרן, א חבר אינעם שקד קאמיסיע
עס שפירט זיך דזשולענד פון אזוינע בודאפעסטע תגובות.

I'm back » זונטאג מערץ 2, 2014 3:28 am

· #187722
מ'גראבט נאך?

diff » זונטאג מערץ 2, 2014 9:26 am

· #187747
We bless Israel almost as much as you bless america

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 2, 2014 9:48 am

· #187757
I'm back
מ'גראבט נאך?

נאר,,פרייליך איז נאך איינגעגראבען.
הרב שטיינמאן גרבאט אויך אין בית שמש? צו ער איז באשעפטיגט מיט דערפיטען חזיר פאר ספרדישע בחורים אין מיליטער? אדער ער בוקט זיך צו צלם אויף זונטיג? אדער סתם פארברענען ויואל משה'ס?

איינגעמיירעט » מאנטאג מערץ 3, 2014 11:22 am

· #188051
איך האף אז די סטעיטמענטס אויף די ספרדים און די קובץ איז נישט אמת.
אויב סאיז יא אמת וועל איך מוזען צוקומען צום מסקנה אז קיין שלימות איז נישט דא אויף דיע וועלט.

עסקן בדברים » דינסטאג מאי 27, 2014 6:55 pm

· #203007
הגראי"ל שטיינמן: בלתי אפשרי לחכות לביאת המשיח • האזינו
<a class="postlink" href="http://avrehim.blogspot.co.il/2014/05/blog-post_27.html?m=1">http://avrehim.blogspot.co.il/2014/05/b ... 7.html?m=1</a>

עפל סיידער » זונטאג יוני 22, 2014 11:04 am

· #207379

עפל סיידער » פרייטאג יוני 27, 2014 9:46 am

· #208301
א ציטאט פינעם פרי חיים מאימרות רב שטיינמאן
ומדי עסקינו בעניני תשובה, ראיתי להאיר, דבר מופלא. כי הנה יעידון כל באי ביתו של רבינו, האיך שיום יום ולפעמים כמה פעמים ביום, מתדפקים בדלת אנשים ובחורים לבקש מחילה... וכידוע לכל סבלנותו דמרן לכל אחד. ובדרך כלל אומר רבינו, "מצידי אני מוחל, אבל אם הקב"ה מוחל, איני יודע..." וחשבתי תמיד שכונתו, ככל בין אדם לחבירו, שיש חלק שהוא בין אדם למקום, וע"ז צריך מחילה מהקב"ה.אך בימים האחרונים הייתי נוכח שהשיב רבינו כשאחד שביקש מחילה על התנהגותו שלא בסדר בחורף האחרון, "ממני אתה לא צריך לבקש מחילה, רק מהקב"ה!".ונתעורר אצלי הבנה חדשה בענין, שבכל הנושא של הנהגת הכלל, הנישא בכל כבדו על כתפי רבינו רועה ישראל, אינו רואה את עצמו אלא לממלא תפקידו ושליחותו כלפי שמיא, וממילא כל מי שהפריע בענין זה, אינו נוגע לו אישית כלל, רק כלפי שמיא... וממילא התוצאה פשוטה, שמחילה צריך לבקש מהקב"ה, כי פגע ברצונו ית"ש...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 27, 2014 3:41 pm

· #208338
אוי זע׳מיר אונז אויף צרות. דאס איז דער גרעסטע פראבלעם פון דער ענין. מ׳איז אריין אינ׳ם שיטה הקדושה ואין בינינו לבין בן חמינו ולא כלום, ובמה יודע איפה ונפלינו אני ועמך מכל הגוי.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:58 am

· #234156
היימישער ליטוואק
נאר,,פרייליך
צו וואס ברויך מען אזוי שטארק ארויסגיין קעגן די מחמירים בגיוס?
און קעגן די וואס זענען זומם לגייס את כלל ישראל היט מען בכל מיני אופנים חלילה ניש אויסצודריקען מער ווי א בקשה כלפי שמיא?

שמעתי אז אין איינע פון די ספרים אדער שמועסן פון דעם סטמאר רבי ז"ל שרייבט ער אז די נטו"ק איז ערגר פון די ציונים. דון מינה ואוקי באתרין.

ברוך שכיוונתי: איך בין טאקע נישט מער ווי א בעל עגלה. אבער די זעלבע רעיון איז מיר בייגעפאללן. מאכנדיג דעם חשבון סך הכול פון ביידע ארגאניזאציעס, קומט אויס, אפילו את"ל אז די ציונים זענען שעדליך. זענען אבער די נטו"ק און אלע זייערע אנהענגערס און נאכשלעפערס א סאך ערגער, און מאכן אן א סאך מער שאדן פאר כלל ישראל ווי די ציונים האבן געמאכט...!

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:02 am

· #234157
ר' בערל, דו ווערסט קיינמאל נישט מיד פון זיך זעלבסט?

עפעס האט ר' בערל געשריבן א תגובה איבער הרב שטיינמאן,
נא בין נעך נייגעריג, וואס האט ר' בערל צו זאגן?
און וואונדער איבער וואונדער, דאס מאל האט ר' בערל א חידוש נפלא, און אייגענע אבזערוואציע, נעמליך: די ניטורי קרתא'ניקס זענען ערגער ווי די ציוניסטן!

(איך מיין נישט ח''ו דיר ר' בערל בעל עגלה, איך מיין נאר די ניטורי קרתא, (אופס, געשריבן אגודיסטן, נאר די ציוניסטן וואס עקזיסטירן נאך/שוין נישט האבן עס זיכער פארדרייט))

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:27 am

· #234162
ישראל קאפקע
ר' בערל, דו ווערסט קיינמאל נישט מיד פון זיך זעלבסט?

עפעס האט ר' בערל געשריבן א תגובה איבער הרב שטיינמאן,
נא בין נעך נייגעריג, וואס האט ר' בערל צו זאגן?
און וואונדער איבער וואונדער, דאס מאל האט ר' בערל א חידוש נפלא, און אייגענע אבזערוואציע, נעמליך: די ניטורי קרתא'ניקס זענען ערגער ווי די ציוניסטן,

אוי, ר' ישראל שליט"א: ייש"כ. דו ווערסט קיינמאל נישט מיעד מבקר צו זיין מיינע תגובות (ס'איז נאר א שאד דו קענסט נישט זעהן ווי איך שמייכל... 😂). איך זיץ ביי די שרייב מאשינקע און איך שרייב. און פלוצלינג באמערק איך אז א גדול בישראל איז מסכים מיט מיין געדאנק. דאס מוז מען ארויסשרייבן.
דאס איז נאר ליופי הדרוש. אבער, לפי האמת האלט איך נישט אזוי. נאר די אלע זאכן זענען נישט קיין נפקא מינה פאר היינט. ס'איז לא מעלה ולא מוריד. ווייל די ציונים. די עכטע ציונים די מסיתים ומדיחים ואפיקורסים זענען שוין ב"ה אויסגעפגר'ט. ס'איז ב"ה מקויים געווארן דער מאמר חז"ל "והם כלים מאליהם." און אפילו די נטורי קרתא זענען אויכעט נישט די עכטע נטורי קרתא כדוגמת הרה"צ ר' עמרם בלוי זצ"ל. נאר וואסדען. מ'מאכט זיך נאריש. מ'ברענגט אן צייט מיט שטותים. דעי דעבאטע איז געענדיגט. היינט איז די באפעלקערונג אין ארץ ישראל איינגעטיילט אין צוויי חלקים. אידן און להב' גויים. די אידן דארפן ארבעטן אויף צו פארשטערקערן לימוד התורה און קיום המצוות. און די גויים זאללן טון וואס זייער גוי'אישע הארץ גלוסט. נאר זיי זאללן נישט שטערן די ערליכע אידן. אלע איבריגע זאכן זענען פילפולים של הבל...!

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:35 am

· #234192
מתוך גנותו הוא בא לידי שבחו, וויפיל הרב שטיינמן איז אפגעפרעגט זעט מען אז ער ווערט נישט נתפעל פון די מפריז על המדה אויסדריקען פון גדולי הליטוואקעס, אבער פאני איז אז זיינע שווענץ מאכען פון אים א תורה שלימה...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:00 pm

· #234368
outspoken
מתוך גנותו הוא בא לידי שבחו, וויפיל הרב שטיינמן איז אפגעפרעגט זעט מען אז ער ווערט נישט נתפעל פון די מפריז על המדה אויסדריקען פון גדולי הליטוואקעס, אבער פאני איז אז זיינע שווענץ מאכען פון אים א תורה שלימה...

ווייל די שווענץ פונ'ם צד שכנגד מאכן פון זייער אפגאט א תורה שלימה. אנשטאט'ס ער זאל זיך אריינלייגן זיין קאפ אין תורה וקיום המצוות אזוי ווי זיין טאטע/פעטער? לייגט ער זיך אריין זיינע טאלאנטן אין שטותים והבלים.
מ'קען אויך באמערקן א חילוק צווישן ר' שלמה זלמן זצ"ל און איהם. בעת ר' שלמה זלמן איז אייביג געוועין צוזאמגענימען און געמאכט א רושם ווי א געלאסענער מיושב'דיגער ת"ח, קומט ער פאר (אויף אלע בילדער) ווי א צופלויגענער, פאריאגטער תמהוני און צעווילדעוועטע בריאה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:15 am

· #234421
ביטע זיך בארו'איגען ר' בערעל. מ'רעדט נישט פון קיין יורש פון א רעביסטעווע אין בוקאווינא. הגאון ר' שמואל אויערבאך איז א ת"ח מופלג. דאס אז זיין תכונת הנפש איז אנדעריש פון זיין טאטענ'ס האט נישט קיין שייכות. ער קומט נישט מכח זיין טאטע, נאר ווייל אזוי פארשטייט ער איז ריכטיג. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די חילוקי דעות צווישען איהם און הרב שטיינמאן, אבער זיין פערזענליכע כבוד איז נאך אלס וויכטיג.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:35 pm

· #234485
ליטוואק פון בודאפעסט
ביטע זיך בארו'איגען ר' בערעל. מ'רעדט נישט פון קיין יורש פון א רעביסטעווע אין בוקאווינא. הגאון ר' שמואל אויערבאך איז א ת"ח מופלג. דאס אז זיין תכונת הנפש איז אנדעריש פון זיין טאטענ'ס האט נישט קיין שייכות. ער קומט נישט מכח זיין טאטע, נאר ווייל אזוי פארשטייט ער איז ריכטיג. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די חילוקי דעות צווישען איהם און הרב שטיינמאן, אבער זיין פערזענליכע כבוד איז נאך אלס וויכטיג.

איך בין אינגאנצן בארואיגט: אבער הרב שמואל אויערבאך שליט"א האט צו געברענגט צו א גרויסע מחלוקת און א פילוג (טיילונג, בלע"ז) אין די וועלט פון ישיבות. און ער האט דורך זיין שליח, נתי גרוסמן געהאלטן אין איין מבזה זייין הרב שטיינמאן שליט"א.
דעיס איז גארנישט אנדערש ווי די ערגסטע מחלוקות איבער רעביסטווע פאזיציעס פון בוקאווינע-אפשטאמיגע. מ'מאכט דעם צד שכנגד פאר א גוי. עם הארץ און שגץ. וועלכער וויל מעביר זיין על הדת די גאנצע קהילה אדער חסידות. אזא זאך טאר נישט צוגעלאזט ווערן. און די גאנצע מחלוקת איז דאך נאר זיך אננעמען פאר'ן כבוד ה'...!

איש חזון » מיטוואך יולי 20, 2016 1:06 pm

· #342979
נאר,,פרייליך
א בליק איבער די מהלך פון רב שטיינמאן פון אלעזר שטרן

קען איינער א טובה טוהן און קאפי-פעיסטען אהער?

איש חזון » דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:19 am

· #343069
א ריזן דאנק!