☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נעמט א חלק אינעם לוחם זיין קעגן די גזירת שמד

נעמט א חלק אינעם לוחם זיין קעגן די גזירת שמד

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5965

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:16 pm

· #186925
נעמט א חלק אינעם לוחם זיין קעגן די גזירת שמד
(היות געווענליך ווערן די סארט טינט, אריינגעריקט אין צימעס שרייב מיר עס דא.)

טייערער ברידער ווילט איר האבען א חלק אינעם באקעמפן די צרה פון גיוס וואס לויערט אויף די אידען בארה'ק
אפגעזעהן צו איר זענט א מזרחי'ניק צו אן אגודאי צו א ליטאי אשכנזי ספרדי קנאי סעמי קנאי
נעמט א טייל אינעם גרויסען פעטישען דרייו צו סיינען פעטיציעס קעגן די גזירת שמד
נעמט אראפ געציילטע מינוטען און שיקט א פעטיציע, לייגט עס נישט אפ:


<a class="postlink" href="http://t.ymlp259.net/usyacaumjqwaaaushaiauuhje/click.php">http://t.ymlp259.net/usyacaumjqwaaausha ... /click.php</a>

יין שרף » מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:24 pm

· #186930
ס'איז נישט די טינט, ס'איז די ניק...

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:27 pm

· #186932
יין שרף
ס'איז נישט די טינט, ס'איז די ניק...

שוין אנגעהויבען...
ביטע צוריק גיין צום נושא שרייבט א פעטיציע לטובת אידישע קינדער הנמצאים בצרה בארה''ק

I'm back » מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:28 pm

· #186933
דאס איז א פעטישען פאר די גראבן אין בית שמש?

פיינע קאווע » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:04 pm

· #186956
לכבוד ידידינו פריילאך. בשם עטליכע אידן דא. אפשר קען מען פועל'ן זאלסט שרייבן די אלע שטותים אין זעלבן פלאץ ווי דו פירקלסט אקעגן דעם ראב"ד ועוד. צו וואס פעלט אויס יעדע שני וחמישי א נייער אשכול מיט די זעלבע לאקשען ?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:09 pm

· #186959
נאר פרייליך, ביטע עקספלעינען ווער גייט אדורכקוקן דעם פעטישאן? וואס זענען די האפענונגען? ווער איז ממונה דערויף?

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:03 pm

· #188207
שמעקעדיג
נאר פרייליך, ביטע עקספלעינען ווער גייט אדורכקוקן דעם פעטישאן? וואס זענען די האפענונגען? ווער איז ממונה דערויף?


איבער די שאלה ווער עס איז ממונה? בעסערע ממונים ווי די חכי''ם וואס דרייען יעצט אהן מחאות בארה''ק.

איבער די שאלה וואס זענען די האפענונגען? מיר זענען עוסק בלויז צו 'טון' האפען האפט מען אז משיח זאל היצטערט אנקומען און די גאנצער פעטיציע זאל ווערן אויס.

איבער די פראגע ווער עס גייט דאס אדורכקוקען? האפענטליך וועט עס אנקומען צו אלע שרי האומות וואס זענען אין קאנטאקט מיט די אחראים על הגזירה.

אנשטאט מאכען אן עצרת פון תהלים זאגען און היטען אויף רעדן רייד נגד המדינה, דאן שוין בעסער א פעטישען ה'מיליאן.